שלום בית - פון י.ל. פרץ

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק
באניצער אוואטאר
John Doe
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 169
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 3:38 pm
האט שוין געלייקט: 119 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 111 מאל

שלום בית - פון י.ל. פרץ

שליחה דורך John Doe »

[justify]שלום בית

פון יצחק לייב פרץ.

חײם איז א טרעגער.
אז ער גײט דורך א גאס, אײנגעהױקערט אונטערן קאסטן סחורה, זעט מען אים נישט ארױס; עס דאכט זיך, אז דער קאסטן גײט אלײן אױף צװײ פיס...
דאס שװערע אטעמען הערט זיך דא פון װײטנס!

דאך – אט לענט ער אפ די לאסט, באקומט זײנע עטלעכע גראשן;ער גלײכט זיך אױס, אטעמט שטארק אפ, בינדט אפ די פאלעס,
װישט זיך אפ דעם שװײס פון פנים, גײט גלײך צום ברונעם, מיט א פאר שלינג װאסער און לױפט אין א הױף ארײן.
ער שטעלט זיך נעבן א װאנט, הױבט אױף דעם ריזן-קאפ אזױ, אז דער שפיץ בארד מיט דער נאז, מיטן דאשעק פונעם היטל,
קומען אױס אױף אײן שטח.

ער רופט:
– חנה!
פון אונטערן דאך עפנט זיך א קלײן פענצטערל, און א קלײן
װײבעריש קעפל אין א װײסן ציפיק ענטפערט:
– חײם?!

דאס פארפאלק קוקט זיך גאנץ צופרידן אן; די שכנים זאגן: זײ קװעטשקען זיך.
חײם װאַרפט אַרױף זײן פארדינסט, אײנגעװיקלט אין א שטיקל פאפיר. חנה כאפט עס אין דער לופט; עס איז איר נישט דאס ערשטע מאל.
– אַ בריה נפלאה! – מאכט חײם, און האט גאר קײן חשק נישט אװעקצוגײן.
– גײ, גײ, חײם! – שמײכלט זי – איך קאן מיך נישט רירן פון קראנקן קינד... איך האב מיך צוגעשטעלט דאס װיגל צום קױמען...
מיט דער האַנט שױם איך און מיטן פוס װיג איך...
– װאס מאכט עס, נעבעך?
– בעסער!
– געלױבט איז גאט! און הענע?
– בײ דער נײטארין!
– יאסל?
– אין חדר.
חיים לאזט צוריק אראפ די בארד, גײט אװעק און חנה קוקט אים נאך, ביז ער װערט ער פארשװינדן.

דאנערשטיק און פרײטיק געדױערט עס לענגער.
װיפיל האָסטו אינעם פאפיר? – פרעגט חנה.
– צװײ און צװאנציק גראשן.
– איך האב מורא, עס איז װײניק.
– װאס דארפסטו דען, חנה?
- פאר א זעקסער שמירעכץ פאַרן קינד, פאר עטליכע גראשן ליכט, חלה האב איך שוין... פלײש אױך, אנדערטהאַלבן פונט... נו –
בראָנפן אױף קידוש! – הסינט דארף מען נאך עטליכע דרענגלעך!
– דרענגלעך װעל איך דיר שױן שאפן, עס מוז זײן אױפן מארק.
– דארף איך נאָך ...
און זי רעכנט אױס, װאס זי דארף נאך אלץ פאר שבת. סוף כל סוף בלײבט: אז מען קאן קידוש מאכן איבער חלה, און אז אן אסאך זאכן איז זיך גאנץ לײכט צו באגײן.
דער עיקר איז – בענטש-ליכט, אױך די זאלב פאַרן קינד!

און פונדעסטװעגן, אז גאט העלפט, די קינדער זענען געזונט, די מעשענע לײכטער – נישט פארזעצט, בפרט, אױב עס איז דא נאך א קוגל – האט דאס פארפאלק א פרײליכן שבת!
װארום חנה איז א בריה נפלאה צום קוגל!
שטענדיק פעלט איר עפּעס; דא מעל, דא אײער, דא פעטס, און צום סוף קומט ער ארױס א פעטער, א זיסער, א מחיה'דיקער קוגל, ער צעגײט פשוט אין אלע אברים!

– דאס קאכט דער מלאך, זאגט חנה און שמײכלט פאר נחת.
– יא, א מלאך, אװדאי א מלאך! לאכט חיים, – דו מײנסט, אַז דו ביסט א קלײנער מלאך, אז דו האלסט אױס פון מיר און פון די קינדער וױפיל מאל טוען זײ דאיר אן צרות, איך װער אמאל בײז...
נו איך הער עפעס א קללה פון דיר, װי אנדערע בײ די װײבער?
און באשר דו האָסט אַ סך נחת פֿון מיר? דו און די קינדער גײען נאַקעט און באָרװעס... צו װאָס טױג איך? נישט צו קידוש, נישט צו הבדלה, איך קאָן אַפֿילו נישט רעכט קײן זמירות זינגען...
– ביסט פֿאָרט אַ גוטער טאַטע, און אַ גוטער מאַן, האַלט זיך חנה צו איריקן, – אַזאַ יאָר אױף מיר, און אױף כל ישראל... איך זאָל מיך נאָר עלטערן מיט דיר, רבונו של עולם!
און דאָס פּאָר פֿאָלק קוקט זיך אין די אױגן אַרײַן אַזױ גוט, אַזױ װאַרעם, און אַזױ מיטן גאַנצן האַרץ, אַז עס דאַכט זיך, זײ זענען ערשט פֿון אונטער דער חופּה אַפֿער...
עך װערט נאָך פֿרײלעכער בײַם טיש...

נאָר נאָכן שלאָף, גײט חײם אין קלײנעם שילעכל אַרײַן הערן תורה.
דאָרטן לערנט אַ מלמד מיטן פּראָסטן עולם „אַלשיך“. עס איז הײס, די פּנימער זענען נאָך פֿאַרשלאָפֿן; אײנער כאַפּט נאָך אַ דרימל, דער צװײטער לאָזט אַרױס אַ הױכן גענעץ; נאָר ראַפּטים,
װען עס קומט צום רעכטן אָרט, מען שמוסט פֿון יענער װעלט, פֿון גיהנום, װוּ מאַן שמײַסט די רשעים מיט אײַזערנע ריטער; פֿון ליכטיקן גן–עדן , װוּ די צדיקים זיצן אין גאָלדענע קרױנען און
לערנען תורה... דעמאָלט װערן אַלע אױפֿגעלעבט; די מײַלער – אָפֿן, די פּנימער – רױט... מען הערט זיך אײַן אָן אַן אָטעם, װאָס עס װעט זײַן אױף יענער װעלט!
חיים שטײט געװײנטלעך בײם אױװן. ער האָט טרערן אין די אױגן, עס ציטערן אים הענט און פֿיס; ער איז אין גאַנצן אױף יענער װעלט!
ער לײַדט צוזאַמען מיט די רשעים, באָדט זיך אין הײסער סמאָלע; ער װערט געװאָרפֿן כּף הקלע, קלױבט שפּענער אין װיסטע װעלדער... אַלץ לעבט ער דורך, און עס באַדעקט אים דער
קאַלטער שװײס... פֿאַר דאָס האָט ער שפּעטער נחת גלײַך מיט אַלע צדיקים׃ דאָס ליכטיקע גן-עדן, די מלאכים, דער לויתן, דער שור–הבר, און אַלע גוטע זאַכן שטעלן זיך אים פֿאָר אַזױ
לעבעדיק און אַזױ בולט, אַז װעם דער מלמד ענדיקט, גיט אַ קוש און פֿאַרמאַכט דעם ספֿר, מאַכט ער זיך אױף װי פֿון אַ חלום, טאַקע װי פֿון יענער װעלט.
אַך, – כאַפּט ער שװער דעם אָטעם, װאָס ער האָט אײַנגעהאַלטן בײַ דער גאַנצער צײַט, – רבונו של עולם! כאָטש אַ שטיקל, כאָטש אַ פּיצל, כאָטש אַ בראָקעניו עולם הבא... פֿאַר מיר, פֿאַר מײַן
װײַב, און פֿאַר אַלע מײַנע קינדערלעך!

און דעמאָלט װערט ער טרױעריק; ער פֿרעגט זיך׃ „אימשטיינס געזאָגט, פֿון װאָס, פֿאַר װאָס?...“

אײן מאָל איז ער נאָכן לערנען צוגעגאַנגען צום מלמד:
– רבי, – זאָגט ער, און דער קול ציטערט – גיט מיר אַן עצה, איך זאָל זוכה זײַן צום האָבן עולם הבא!
– לערן, מײַן קינד, תורה! – הערט ער אַ תשובה.
– איך קאָן נישט!
– לערן משניות ... אין- יעקב, כאָטש פּרק...
– איך קאָן נישט!
– זאָג תהלים!
– איך האָב קײן צײט נישט!
– דאװן ערנסט!
– איך פֿאַרשטײ נישט, װאָס איך דאַװן!
דער מלמד קוקט אים אָן מיט רחמנות.
– װאָס ביסט דו? – פֿרעגט ער.
– אַ טרעגער.
– נו, זײַ משמש תלמידי-הכמים.
– װאָס הײסט?
– טראָג , למשל, אַלע פֿאַר נאַכט אין בית המדרש אַרײַן אַ פּאָר קאַנען װאַסער, די לומדים זאָלן האָבן צו טרינקאען...
חיים װערט דערפֿרײט.
– רבי, – האָט ער װײַטער געפֿרעגט, און מײַן װײַב?
– אַז דער מאַן זיצט אױף אַ שטול אין גן-עדן, איז דאָס װײַב זײַן פֿיסבענקעלע.
אַז חיים איז אַהײמגעקומען הבדלה מאַכן, איז הנה געזעסן און געזאָגט „גאָט פֿון אַברהם“. אַז ער האָט זי דערזען, האָט אים
עפּעס אָנגעכאַפּט בײַם האַרץ.
– נײן, חנה – פֿאַלט ער צו איר צו, – איך װיל נישט, דו זאָלסט זײַן מײַן פֿיסבענקל... איך װעל מיך אַראָפּבײגן צו דיר. איך װעל
דיך אױפֿהײבן און זעצן דיך נעבן מיר. מיר װעלן צוזאַמען זיצן אױף אײן שטול, װי אצינד... עס איז אונז אַזױ גוט צוזאַמען...
הערסט, חנה, דו מוזט זיצן מיט מיר אױף אײן שטול... דער רבונו של עולם װעט מוזן באַשטײן.[/justify]
If the only way we can sell our children on Judaism is by forbidding everything else, we are bankrupt. ~ R'abbi S Freifeld
באניצער אוואטאר
Starbucks
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 261
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 9:59 pm
האט שוין געלייקט: 190 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 227 מאל

שליחה דורך Starbucks »

שקויעך הרב דאו, ס׳מיר ״צוגאנגען אין אלע אברים״.

דער י.ל. פרץ איז דאכט זיך געוועהן פון די גרויסע פערזענליכקייטן ביי די יידישע שרייבער פארן קריג.

http://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%99%D7% ... 7%A8%D7%A5
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

איינער האט שוין אמאל געהערט פון דעם אויסדרוק ביכל איז ר"ת כל באיה לא ישובון? דאס האט מען געמיינט י. ל. פרץ. אזא גאלדענער פעדער אין די הענט פון א משכיל איז געווען סם המות פאר די שיבה בחורים.
א הארציגער ייש"כ דזשאן פאר'ן מזכה זיין דעם עולם.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
Starbucks
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 261
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 9:59 pm
האט שוין געלייקט: 190 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 227 מאל

שליחה דורך Starbucks »

איז האב שטארק געזוכט אט דער סם המות, דערווייל האב איך עס נישט געפונען. זאג דו ר׳ יאיר, וואו ליגט די סם באגראבן? פארקערט, איך זעה נאר א פאזעטיווע בליק און א נאסטאלגיקער ווארעמקייט צום פשוטן גלות ייד.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

אין דעם שטיקל איז עס טאקע נישט אזוי בולט, כאטש א מומחה וואס ליינט צווישן די שורות דערקענט אז דא שטעקט סחורה, און פאר א בחור מיט א גוטער אויג איז דאס גענוג.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
Starbucks
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 261
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 9:59 pm
האט שוין געלייקט: 190 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 227 מאל

שליחה דורך Starbucks »

יאיר האט געשריבן:אין דעם שטיקל איז עס טאקע נישט אזוי בולט, כאטש א מומחה וואס ליינט צווישן די שורות דערקענט אז דא שטעקט סחורה, און פאר א בחור מיט א גוטער אויג איז דאס גענוג.


לאז זיך נישט בעטן, טוה צוליב און צייג צו צום צלם.
באניצער אוואטאר
אברעמעל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 496
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 100 מאל

שליחה דורך אברעמעל »

Starbucks האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:אין דעם שטיקל איז עס טאקע נישט אזוי בולט, כאטש א מומחה וואס ליינט צווישן די שורות דערקענט אז דא שטעקט סחורה, און פאר א בחור מיט א גוטער אויג איז דאס גענוג.


לאז זיך נישט בעטן, טוה צוליב און צייג צו צום צלם.

דא איז א טשורטש?
באניצער אוואטאר
Starbucks
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 261
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 9:59 pm
האט שוין געלייקט: 190 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 227 מאל

שליחה דורך Starbucks »

אברעמעל האט געשריבן:
Starbucks האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:אין דעם שטיקל איז עס טאקע נישט אזוי בולט, כאטש א מומחה וואס ליינט צווישן די שורות דערקענט אז דא שטעקט סחורה, און פאר א בחור מיט א גוטער אויג איז דאס גענוג.


לאז זיך נישט בעטן, טוה צוליב און צייג צו צום צלם.

דא איז א טשורטש?


וואס עפעס?? האסט שוין געזעהן אמאל א קירכע מיט א קאווע שטיבל דערינען.
באניצער אוואטאר
אברעמעל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 496
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 100 מאל

שליחה דורך אברעמעל »

כ'האב נאכנישט געזעהן מ'זאל זוכן א צלם אין א קאווע שטיבל.

--
דער וואס זעהט דא עפעס ראנג פאר בחורים דארף ארויפריקן זיין סענסער צו א העכערע נומער, ס'איז סתם א זיסע ארטיקל.
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

א זיסע ארטיקל
אבער וואס וויל ער ארויסברענגן?
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ברסלבער האט געשריבן:א זיסע ארטיקל
אבער וואס וויל ער ארויסברענגן?

ברסלןבר: איך האלט אז דאס איז א רעטארישע שאלה. ווייל דו ווייסט גאנץ גוט וואס דער מייסטערהאפטער שרייבער י.ל. פרץ וויל ארויסברענגען . וויאזוי די תמימות'דיגע אידן האבן אמאל געלעיבט. דאס זענען די צדיקים שבדור...!
נאר חיים גראדע איז נאך א גרעסערער און מער מייסטערהאפטער שרייבער. ער פארציילט אן ענליכע מעשה אין דעם מעשה ביכל "דער שטומער מנין". פון א תמימות'דיגן טישלער וועלכער האט זיך איין טאג איינגערעדט אז ער איז א שניצער/סקולפטאר. און ר'האט אנגעהויבן ערצייגן ארטיסטישע ארבעט, ווי לוחות און אנדערע קונסטווערק. נאר צו זיין שלימזל האט עס קיינער נישט געוואלט אפקויפן. און ער האט פארנאכלעסיגט זיין טישלעריי ארבעט פון ווי ער האט געצויגן פרנסה. איך גיי דא נישט פארציילן די גאנצע מעשה ווייל ס'איז דייער לאנג און זיס..נאר דער תמצית איז, אז ער האט זיך אונטערגענימען צו פארריכטן אן אלטן אפגעחומל'טן בית המדרש וואו ס'זענען געזיצן עטליכע אלטע פארשידנארטיגע לא יוצלח'ניקס און זיי האבן געקלאצט אדער גילערנט שטילערהייט. פארדעים האט מען עס גערופן "דער שטומער מנין". די אלטע תושבים זענען געוועין בייז אויפ'ן טישלער אז ער שטערט זייער מנוחה. און אנדערע שכנים, וועלכע האבן געהאפט אז מ'וועט צונעמען דעם ביהמ"ד און איבערבויען פאר דירות, האבן איהם געוואלט צורייסן. ווייל יעצט גייט דער ביהמ"ד בלייבן אין דעים מצב. זיי האבן געמאכט דעמאנסטראציעס פאר זיין הויז און אנגעשריגן זיין ווייב. און זי האט זיך זייער שטארק דערשראקן. בקיצור, ער (ח.ג.) לייגט אראפ דעיט תמימות'דיגן טישלער מיט אלע פיטשעווקעס. און צום סוף איז געקומען די וועלט מלחמה און ס'האט אלעס פארלענדט...! זיינע מעשיות זענען מתוק מדבש. מ'באקומט א בילד וויאזוי די אידן האבן געלעיבט אין ווילנא און אנדערע שטעיט...!
פארשפארט