A Divine Madness, Rabbi Avigdor Miller on the Holocaust

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק
רעאגיר
שיטה מקובצת
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 574
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:03 am
האט שוין געלייקט: 519 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1480 מאל

A Divine Madness, Rabbi Avigdor Miller on the Holocaust

שליחה דורך שיטה מקובצת »

A Divine Madness
Rabbi Avigdor Miller's Defense of Hashem
in the Matter of the Holocaust
image.jpg
image.jpg (18.7 KiB) געזען געווארן 3046 מאל


עס איז אדורך ווייניגער ווי 70 יאר זייט דעם ביטערן חורבן וואס האט באטראפן כלל ישראל, ווען א דריטעל פון אונזער פאלק איז אויסגעראטן געווארן מיט מיתות משונות ואכזריות, דורך די דייטשער צוררי היהודים ימ"ש. דער שרעקליכער האלאקאסט איז דאך נישט געוועהן עפעס וואס געשעהט יעדן טאג, ניטאמאל איין מאל אין טויזענט יאר. דאס איז געוועהן א קאטאסטראפע וואס איז געוועהן למעלה מדרך הטבע באופן יוצא מן הכלל, און דאס ברענגט די שאלה על מה עשה ה' ככה.

סתם זאגן טעמים אויף נאטירליכע געשעענישן איז לעכערליך. מענטשן פארשטייען נישט די וועגן פונעם אויבערשטן, און מיר זענען נישט מסוגל צו פארשטיין. יעדער דארף אליין פראבירן צו טרעפן א לימוד און זיך פראבירן צו פארבעסערן לויט דעם אייגענעם מוסר השכל.

עס איז באקאנט די מעשה מיט רבינו הגדול רבי אביגדור מיללער זצוק"ל אז איינער האט זיך פאר אים אויסגערעדט אז מ'האט אים גע'גנב'עט די קאר נאכדעם וואס ער האט בטעות נישט פארשפארט די טיר ביינאכט, און ער האט געוואלט אז רבי אביגדור זאל אים זאגן וואספארא רמז דער באשעפער שיקט אים דערמיט. האט רבי אביגדור אים געזאגט אז דער אויבערשטער האט דערמיט געשיקט א רמז אז ער זאל זיין מער פארזיכטיג מיט'ן געדענקען צו פארמאכן די טיר יעדע נאכט...

אבער א קאטאסטראפעלע געשעעניש פון א גלאבאלן פארנעם, א זאך וואס איז מעל כל ספק למעלה מדרך הטבע, איז געגעבן געווארן פאר גדולי ישראל אפצולערנען די מעסעדזשעס וואס השי"ת שיקט אונז און צו פארשטיין לויט די געשעענישן על מה עשה ה' ככה.

זענען טאקע געוועהן פארשידענע מיינונגען צווישן מנהיגי וגדולי ישראל ווי אזוי אפצוטייטשן דעם באדייט פון דעם ביטערן חורבן, זה בכה וזה בכה. אבער רבי אביגדור מיט זיין לויטערער בליק האט געהאלטן אז די אלע אפטייטשונגען זענען ווייט פון דעם מציאות, מ'קריכט צו טרעפן סיבות, וועט די אמת'ע סיבה איז אנזעבאר פאר יעדער וואס ווייסט נאר אביסל די היסטאריע פון כלל ישראל אין די לעצטע 150 יאהר. עס האט אים געבאדערט ווי מ'שילדערט היינט א אידישע אייראפע וואס האט נישט עקזיסטירט, מ'רעדט פון צדיקים, תלמידי חכמים, תמימות'דיגע בעלי בתים - ווי כאילו דאס איז געוועהן ווי אזוי אידן האבן אין אלגעמיין אויסגעקוקט. דער אמת איז אבער אז זייט די פארשאלטענע משכילים איז דער מצב פון אידישקייט שרעקליך געפאלן אין אייראפע, און מאסן אידן האבן ליידער פארלאזט דעם אידישן דרך ר"ל.

די אלע איזמען, סאציאליסטן, בונדיסטן, משכילים, רעפארמער, קאמוניסטן, האבן אנגעזייט הירוס און חורבן ביי אידן, און מיליאנען האבן איבערגעלאזט דעם ערליכן אידישן וועג. אין די הונדערט יאר פאר'ן צווייטן וועלט מלחמה איז אין יעדע משפחה פארפאלן געווארן גרויסע חלקים צו די אלע כפירה'דיגע באוועגונגען, און ליידער האט דאס געקאסט ריזיגע חלקים פון כלל ישראל. דער מצב פאר'ן קריג איז געוועהן שרעקליך. עס האט אויסגעזעהן ווי אידישקייט וועט נישט קענען אנהאלטן צו לאנג. יעדן טאג זענען געפאלן נאך ריזיגע שטיקער, און די ראנגען פון די עוברי עבירה זענען דראמאטיש געוואקסן.

דער גרויסער גדול רבי אביגדור מיללער מיט זיין ריינעם בליק און מחשבה, האט געהאלטן אז מיר דארפן נישט קריכן צו ווייט כדי צו פארשטיין פארוואס דער שרעקליכער חורבן איז צו אונז צוגעשיקט געווארן דורך דעם א-ל רחום וחנון. דער חורבן האט זיך אנגעהויבן אין דייטשלאנד וואס איז געווען די וויגעלע פון השכלה און רעפארם, און האט זיך פארשפרייט ווייטער אין אייראפע אויף דעם מקום ווי מיליאנען אידן האבן לעצטענס אנגעפאנגען מורד צו זיין אין אביהם שבשמים. דער אויבערשטער האט פשוט מקיים געווען זיינע הבטחות אין די תורה הק', והיה אם לא תשמע לקול ה' אלוקיך... לשמור ולעשות... ובאו עליך כל הקללות האלה.

פארשטייט זיך אז ווען רבי אביגדור שמועסט אויס אזא הייקאלע זאך איז עס ברייט דורכגעטוהן, מיט א שטארקע בליק אויף היסטאריע, און אויף דעם ריכטיגן דעת תורה. רבי אביגדור האט כמ"פ דערמאנט דעם ענין, און עס איז לעצטענס באריכות אויסגעשמועסט געווארן דורך הר"ר דוד הירש מאיער, בספרו "עשן הכבשן".

אבער יעצט קומט די גרויסע נייעס אז דער ספר וואס רבי אביגדור אליינס האט געשריבן אויף דעם ענין קומט שוין ענדליך ארויס לאור עולם, 40 יאר נאכדעם וואס עס איז געשריבן געווארן. דער ספר איז געשריבן מיט רבי אביגדור'ס רייכע שפראך, גאונות, און גאר ברייטע ידיעות אין די היסטאריע פון כלל ישראל. עס איז א "מוז" פאר יעדן חובב מחשבת ישראל, און פאר יעדער וואס דער שרעקליכער חורבן פון דעם צווייטן וועלט מלחמה ליגט אויף זיין געוויסן.

דער ספר איז א באזונדערע עונג רוחני פאר תלמידים ומעריצים פון דעם גאון וצדיק, צו קענען לייענען פרישע כתבים כמו בחיים חייתו, און זיך דערקוויקען דאס הארץ מיט די לויטערע דעת תורה האמיתית, און ריינע השקפה.

דער ספר קען מען באשטעלן דא, און עטליכע זייטן פון די הקדמה קען מען זען דא.

די פאר דאללאר וואס מ'גיט אויס פאר דעם אוצר בלום אנטשפרעכט צו זיין א לאנגיעריגע אינוועסטמענט, צוצושטעלן א שטענדיגער באגלייטער בעניני השקפה אויף דעם שרעקליכן קאפיטעל אין אידישע היסטאריע, און א חיזוק באמונה זעענדיג ווי די וועלט ווערט געפירט דורך דעם בלופרינט פון אונזער בורא עולם.
דו גלייבסט אין דיינע עלטערן, וועגן דעם גלייבסטו אין באשעפער.
איך גלייב אין באשעפער, וועגן דעם גלייב איך מיינע עלטערן.

--שיטה מקובצת

דער אשכול פארמאגט 42 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר