עוואלוציע, אינטעלידזשענט דעזיין, און הרב אביגדור מיללער ז"ל
- ישראל קאפקע
- חבר ותיק
- הודעות: 2181
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
- געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
- האט שוין געלייקט: 1284 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 408
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 11, 2014 3:03 pm
- האט שוין געלייקט: 8 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל
יידל האט געשריבן:רענדאמלי טאקע נישט. נעטשורעל סעלעקשאן איז נישט רענדאם.
@יידל ווער נישט בייז. אבער אלע שרייען אז נעטרול סעלעקשאן איז נישט דארווינ'ס מאדעל פון עוואלושען
קוק אין דיסקאווער מאגאזין מערץ 2014
http://discovermagazine.com/2014/march/ ... -evolution
Mutation, Not Natural Selection, Drives Evolution
Molecular evolutionary biologist Masatoshi Nei says Darwin never proved natural selection is the driving force of evolution — because it isn't.
Please do not LIKE me!
I'm here to say the hard truth / not to accumulate "likes"
I'm here to say the hard truth / not to accumulate "likes"
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 408
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 11, 2014 3:03 pm
- האט שוין געלייקט: 8 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל
די גאנצע ארטיקל:
http://discovermagazine.com/2014/march/ ... -evolution
נעטרול סעלעקשאן קען נישט ארבעטן אן רעפיד און רענדאם מיוטעישאנס! הענס, די טעאריע איז טויט לויט @יידל!

- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
וכן להיפך, רענדאם מיוטעישאנס זענען ווערד א רעטעך אן א דרייוויניג פארס ווי נעטשורעל סעלעקשאן. אודאי איז נישט נעטשורל סעלעקשאן אליינס דער דרייווער, ווי איך האב אויבן געשריבן ארבעט נעטשורעל סעלעקשאן מיט מיוטעישאנס. אפילו מאסאטאשיע ניע זאגט דאך אויך אזוי:
Every part of our body is controlled by molecules, so you have to explain on a molecular level. That is the real mechanism of evolution, how molecules change. They change through mutation. Mutation means a change in DNA through, for example, substitution or insertion [of nucleotides]. First you have to have change, and then natural selection may operate or may not operate. I say mutation is the most important, driving force of evolution. Natural selection occurs sometimes, of course, because some types of variations are better than others, but mutation created the different types. Natural selection is secondary.
די שאלה איז מער א שאלה פון קרעדיט: פאר וועם גייט די קרעדיט פון טשענדזש, נעטשרול סעלעקשאן אדער מיוטעישאנס. עקטשולי, דער דיסקאווערי אינטערוויוער פרעגט אים טאקע, איז עס נישט סך הכל סעמענטיקס?
Someone on the outside looking in at the debate might say you and other researchers are splitting hairs, that both mutation and natural selection drive evolution. How do you respond?
ער ענטפערט אז אלס גענעטישער פארשער אינטערעסירט אים מער וויאזוי טויש פאסירט און נישט וויאזוי דער טויש רעפראדוצירט. בסדר, שיערב לו. כ'זע נישט וויאזוי דאס טוישט פונדאמענטלי "דארווינ'ס מאדעל פון עוואלושען" און כ'זע נישט וויאזוי דער דיסקאווערי ארטיקל ענטפערט אויף מיין תגובה אז נעטשורעל סעלעקשאן איז נישט רענדאם, און כ'זע נישט וויאזוי איין יאפאנעזער פארשער איז "אלע שרייען". נישט אז כ'מאך אים אוועק, נאר סיי ווי זאגט ער נישט וואס דו לייגסט אריין אין זיין מויל.

לא רעב ללחם. לא צמא למים.
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
א קליפע פונעם באוואוסטן ראדיא פּערסענאל האוערד שטערן באותו ענין , דיסקלעימער ׃ כ׳נעם נישט קיין אחריות אויפן אינהאלט
@זוכער איך זוך דיך נישט צו איבערצייגן גארנישט מיט די קליפּ איך בין פארטיג זיך צו טעהנ׳ן מיט א ביגאעט היות ווען מ׳רעדט צו דיר איז ערגער ווי צום לאָמפּ
כהאב נאר געקלערט אז סאיז היפּש פאָני וויאזוי דער האלב־ צעדרייטער עגאָיסטיש שטערן רעגט זיך אזוי שטארק אויף א קרעאַטיאָניסט
עני וועי לייג צו א אויער
http://www.youtube.com/watch?v=2NaxSUSXuBk

Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
ישראל קאפקע האט געשריבן:יידל האט געשריבן:רענדאמלי טאקע נישט. נעטשורעל סעלעקשאן איז נישט רענדאם.
נישט די עוואלושן פון לעבן אויף אונזער וועלט איינמאל דו האסט שוין די ריכטיגע קאנדישנס, נאר די פאקט אז אונזער פלאנעט האט די פונקטליכע קאנדישנס פאר לעבן זיך צו אנטוויקלען (די גאלדילאקס זאון),
כ'כאפ נישט. וואס איז מיט די גאלדילאקס זאון?
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 408
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 11, 2014 3:03 pm
- האט שוין געלייקט: 8 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל
שבת אחים האט געשריבן:א קליפע פונעם באוואוסטן ראדיא פּערסענאל האוערד שטערן באותו ענין , דיסקלעימער ׃ כ׳נעם נישט קיין אחריות אויפן אינהאלט
@זוכער איך זוך דיך נישט צו איבערצייגן גארנישט מיט די קליפּ איך בין פארטיג זיך צו טעהנ׳ן מיט א ביגאעט היות ווען מ׳רעדט צו דיר איז ערגער ווי צום לאָמפּ
כהאב נאר געקלערט אז סאיז היפּש פאָני וויאזוי דער האלב־ צעדרייטער עגאָיסטיש שטערן רעגט זיך אזוי שטארק אויף א קרעאַטיאָניסט
עני וועי לייג צו א אויער
http://www.youtube.com/watch?v=2NaxSUSXuBk
איך בין שאקירט אזו רעדסט אזוי געמיין אויף האוערד סטערן אז ער איז האלב צעדרייט און עגאיסטיש. עס איז נישט שיין צו רעדן אזוי פון איינעם וועלכער רעפרעזטירט דיך...
Please do not LIKE me!
I'm here to say the hard truth / not to accumulate "likes"
I'm here to say the hard truth / not to accumulate "likes"
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 408
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 11, 2014 3:03 pm
- האט שוין געלייקט: 8 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל
יידל האט געשריבן:ישראל קאפקע האט געשריבן:יידל האט געשריבן:רענדאמלי טאקע נישט. נעטשורעל סעלעקשאן איז נישט רענדאם.
נישט די עוואלושן פון לעבן אויף אונזער וועלט איינמאל דו האסט שוין די ריכטיגע קאנדישנס, נאר די פאקט אז אונזער פלאנעט האט די פונקטליכע קאנדישנס פאר לעבן זיך צו אנטוויקלען (די גאלדילאקס זאון),
כ'כאפ נישט. וואס איז מיט די גאלדילאקס זאון?
[tag]יידל[/tag] מאכסט מיך לאכן. איך וועל דיר געבן 8 עקזאמפלען, וועלכע וועלן איבערצייגן יעדן "נארמאלן" מענטש, נאר נישט אזעלכע מאלפע-אייניקלעך, וועלכע זענען עקסטרעם פאנאטיש און בלינד-נאאיוו!
1) וויאזוי האט די מאמע קעצעלע געזייגט איר קינד אין די "ביליאנען/טריליאנען/זיליאנען יאר איידער זי האט געהאט בריסטן?... וואס האט דאס נעבעכדיגע קיטען געגעסן.. ווען האט דאס ארימע קיטען אנגעהויבן זייגן אז ס'האט אנגעהויבן ארויסוואקסן בריסטן פאר די מאמע קעצעלע. פארוואס האט דאס נעבעכעדיגע בעיבי קעצעלע אנגעהויבן סאקן די מאמע אונטערן בויך? - נישט פאני?
2) ווען די קליינע בעיבי טשיק האט געדארפט ארויסקומען פון די אייעלע.. פארוואס איז די אייעלע שאלעכץ פונקט אזוי דיק אז עס די קליינע טשיק קען עס אויפברעכן? ווען עס וואלט געווען א טראפ דיקער, וואלטן די אלע קליינע טשיקס געשטארבן און נישט געקענט ארויסקומען. - ווען עס וואלט געווען א טראפ דינער, וואלט זיך די עגג שעלל צעבראכן איידער די טשיק איז רעדי ארויסצוPOP'ן און ארויסקומען בשלימות? - נישט פאני?
3) ווען וואסער פאלט צו פיר דעגרי קעלט - ווער עס ווייניגער דענס. און עס הייבט אן פלאוטן און נישט זינקען? - אויב יא, וואלט אלע מארין לייף גע'פגר'ט ווען דער אויבערשטער שיכט ים ווערט געפרוירן... דערוויילט, פלאוט די אייז אויבן, און די וואסער אונטן פרירט נישט? - נישט פאני?
4) ווען די וועלט וואלט געווען 94 מיליאן מייל אוועק פון די זון וואלט די וועלט געווען א שטיק אייז - געפרוירן. און אלעס וואלט גע'פגר'ט. ווען עס וואלט געווען 92 מיליאן מייל אוועק, וואלט פלאנט ערד פארברענט געווארן! נישט פאני?
5) היידראדזשין מוזט קאנווערטן .007% פון איר מעס אויף היליום, צו דערהאלטן לייף אויף אונזער פלאנט. - ווען עס וואלט קאנווערטעט א 100'טן ווינציגער .006%, - וואלט גארנישט געלעבט! / איין 100'טן מער .008% וואלט גארנישט געלעבט! נישט פאני?
6) פלאנעט ערד האט 21 פראצענט אקדיזשען - צוויי פראצענט ארויף אדער אראפ וואלט אלעס גע'פגר'ט - נישט פאני?
7) ווען פלאנעט ערד וואלט געווען אזוי קליין וואו רוב אנדערע פלאנעטן - וואלט מיר פארברענט געווארן פון די זון - ווען עס וואלט געווען גרעסער, וואלט אלעס פארפרוירן געווארן, ווייל די זון וואלט נישט געקענט ווארימען און גארנישט וואלט געוואקסן. נישט פאני?
8) ווען די זון האט נישט די אזאון לעיער, וואלט אלעס חרוב געגאנגען פון די שעדליכע זון שטראלן - ווען דער לעיער איז דאפעלט - וואלט די ליכטיגקייט נישט צוגעקומען צו אונז. - נישט פאני?
איין תירוץ.... איך בין א פאנאטישער דארוויניסט מיט טויזענט קעפ. איינמאל הייסט עס נעטרול סעלעקשאן. ווען עס שטימט נישט געט מען עס א נאמען רענדאם מיוטעישאנס. ווען דאס שטימט אויך נישט הייבט מען אן שימפן און שעלטן און מאקן... יא. @זוכער.
און ביך רעדי פאר אלע קללות פוןן אלע מאנקי אייניקלעך! / NO WAY קען דארווינס BS ענטפערן די 8 פאני זאכן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום זוכער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Please do not LIKE me!
I'm here to say the hard truth / not to accumulate "likes"
I'm here to say the hard truth / not to accumulate "likes"
- ישראל קאפקע
- חבר ותיק
- הודעות: 2181
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
- געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
- האט שוין געלייקט: 1284 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל
יידל האט געשריבן:ישראל קאפקע האט געשריבן:יידל האט געשריבן:רענדאמלי טאקע נישט. נעטשורעל סעלעקשאן איז נישט רענדאם.
נישט די עוואלושן פון לעבן אויף אונזער וועלט איינמאל דו האסט שוין די ריכטיגע קאנדישנס, נאר די פאקט אז אונזער פלאנעט האט די פונקטליכע קאנדישנס פאר לעבן זיך צו אנטוויקלען (די גאלדילאקס זאון),
כ'כאפ נישט. וואס איז מיט די גאלדילאקס זאון?
פארוואס זאל איך אננעמען אז די פאקט אז אונזער פלאנעט האט פונקט די ריכטיגע קאנדישנס פאר לעבן צו עקזיסטירן/זיך אנטוויקלען, אלס רענדאם, און נישט אינטעלידזשענט דיזיין, אמת אז צווישן מיליארדן פלאנעטן גאלעקסיעס און אוניווערסן איז סטאטיסטיש 'מעגליך' אז פונקט איין פלאנעט (אונזער וועלט) זאל האבן אלע ריכטיגע קאנדישנס, אבער פון מיין (איך אין מיין אייגן איינציג וועלט) פערספעקטיוו דארף איך זיין א נאר צו זאגן עס איז אזוי געשען פערצופאל, אין אנדערע ווערטער איך 'קען' טאקע אננעמען אז מיין טאטענס הונדערט מיליאן איז א לאטערי געווינס, אבער אין פראקטיק איז פאראן טויזנט מאל אזא שטארקע שאנס אז ער איז א מיליאנער דורך זיין קלוגער האנדל טאלאנט (אינטעלידזשענס/אדער אינטעלידזשענט דיזיין) ווי פון א לאטערי (ביי טשענס/רענדאמלי)
אבער אפי' אן עס אנקוקען דורך מיין פערספעקטיוו, צו זאגן אז מיין טאטע איז א לאטערי מיליאנער איז מעגליך נאר וועגן עס 'איז' פאראן לאטערי מיליאנערן (כאטש אין א פיל קלענערע פראצענט ווי ביזנעס מיליאנערן) אבער אזויווי 'עס איז פאראן' מיליארדן פלאנעטן, און עס איז נישט (דערווייל) פאראן פלאנעטן מיט לעבן חוץ אונזער פלאנעט איז נאך פיל מער (כמעט אומגלויבליך) פאנטאסטיש צו זאגן אז די קאנדישנס וואס ערמעגליכן לעבן אויף פלאנעט ערד איז ראנדאם,
גאלדילאקס זאון מיינט ארויסצוברענגען די פאקט אז אונזער וועלט איז פונקט געטונד פאר לעבן צו עקזיסטירן, נישט צו הייס/קאלט נאס/טרוקן גענוג אקסידזשען אבער אן טאקסיסיטי, וכו' וכו'
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 408
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 11, 2014 3:03 pm
- האט שוין געלייקט: 8 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל
ערווארט נישט ענטפער פון די דארווין תלמידים. רבי לא שנה, ר' חייא מניין. - קיינער אויף דער וועלט האט נישט קיין תירוץ. איך האב געליינט אלע ביכער פון דאוקינס / היטשינס און דעננעט, און געוואושט הונדערטער דעבאטעס פאר 40 יאר... זיי האבן נישט קיין תירוצים!
די יונגלעך דא קענען נאר נאכבאמבלען - קיין לאגישן תירוץ וועסטו נישט באקומען. א טוץ קללות יא.
די יונגלעך דא קענען נאר נאכבאמבלען - קיין לאגישן תירוץ וועסטו נישט באקומען. א טוץ קללות יא.
Please do not LIKE me!
I'm here to say the hard truth / not to accumulate "likes"
I'm here to say the hard truth / not to accumulate "likes"
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
רבי ישראל טייערער, כ'הייב נישט אן צו פארשטיין ווי דער נושא קומט דא אריין. עוואלושען איז נישט אבידזשענעסיס און זיכער נישט קאסמאדזשעני. ביידע נוצן טאקע די ווארט "רענדאם", אבער ס'איז אין צוויי אנדערע קאנטעקסטס.
לאמיר קלאר מאכן: מיר רעדן נישט בכלל וויאזוי לעבן האט זיך אנגעהויבן. די מדובר איז דא וויאזוי עס זענען באשאפן געווארן די ביליאנע ספישיס פון צמחים וחיות מיט וועלכע אונזער וועלט איז באשאנקן געווארן. כאטש דער ברייטערער מיינונג פון אינטעלידזשענט דיזיין נעמט אודאי אויך אריין די טעמעס, איז די אינטעלידזשענט דיזיין אין אונזער קאנטעקסט פיל שמעלער. אין קאנטעקסט פון דעם אשכול פארנעמט זיך עס בכלל נישט מיט דער באשאף פון דער וועלט, און אפילו נישט דאס באשאף פונעם ערשטן צעל, נאר פון איין שטאפל דערנאך. און אינטעלידזשענט דיזיין זאגט אז דער שטאפל דערנאך האט נישט געקענט פאסירן מיט רענדאם מיוטעישאנס און נאנ-רענדאם נעטשורעל סעלעקשאן, נאר מ'האט געמוזט צוקומען צו אן אינטעלידזשענט דיזיינער וועלכער איז געווען אינוואלווד אין א יעדע סטעפ פונעם פראצעדור. די קעגנער פון אינטעלידזשענט דיזיין, לעומת זה, האלטן אז נעטשורעל סעלעקשאן און רענדאם מיוטעישאנס זענען יא גענוג שטארק צו דרייוון דעם פראצעדור, און פארשטייט זיך אז דאס האט גארנישט איינגעלייגט מיט *ווער* עס האט דיזיינד דעם פראצעדור. אלס אידן מאמינים בני מאמינים גלייבן טאקע ערליכע עוועלושעניסטס אז דער רענדאם מיוטעישאנס + נאנ-רענדאם נעטשורעל סעלעקשאן איז דער רבוש"ע'ס וועג וויאזוי ער האט באשלאסן צו באשאפן די צמחים וחיות.
כ'האף אז כ'בין געווען גענוג קלאר על מה נסוב הויכוח.
לאמיר קלאר מאכן: מיר רעדן נישט בכלל וויאזוי לעבן האט זיך אנגעהויבן. די מדובר איז דא וויאזוי עס זענען באשאפן געווארן די ביליאנע ספישיס פון צמחים וחיות מיט וועלכע אונזער וועלט איז באשאנקן געווארן. כאטש דער ברייטערער מיינונג פון אינטעלידזשענט דיזיין נעמט אודאי אויך אריין די טעמעס, איז די אינטעלידזשענט דיזיין אין אונזער קאנטעקסט פיל שמעלער. אין קאנטעקסט פון דעם אשכול פארנעמט זיך עס בכלל נישט מיט דער באשאף פון דער וועלט, און אפילו נישט דאס באשאף פונעם ערשטן צעל, נאר פון איין שטאפל דערנאך. און אינטעלידזשענט דיזיין זאגט אז דער שטאפל דערנאך האט נישט געקענט פאסירן מיט רענדאם מיוטעישאנס און נאנ-רענדאם נעטשורעל סעלעקשאן, נאר מ'האט געמוזט צוקומען צו אן אינטעלידזשענט דיזיינער וועלכער איז געווען אינוואלווד אין א יעדע סטעפ פונעם פראצעדור. די קעגנער פון אינטעלידזשענט דיזיין, לעומת זה, האלטן אז נעטשורעל סעלעקשאן און רענדאם מיוטעישאנס זענען יא גענוג שטארק צו דרייוון דעם פראצעדור, און פארשטייט זיך אז דאס האט גארנישט איינגעלייגט מיט *ווער* עס האט דיזיינד דעם פראצעדור. אלס אידן מאמינים בני מאמינים גלייבן טאקע ערליכע עוועלושעניסטס אז דער רענדאם מיוטעישאנס + נאנ-רענדאם נעטשורעל סעלעקשאן איז דער רבוש"ע'ס וועג וויאזוי ער האט באשלאסן צו באשאפן די צמחים וחיות.
כ'האף אז כ'בין געווען גענוג קלאר על מה נסוב הויכוח.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
קום אריין קלארער. וואס בין איך "מודה", און וואס זענען די ערשטע צוויי גאלדי לאקס אישוס וואס זענען נוגע נאכן באשאף פונעם צעל?
ווער האט גערעדט פון קענען ענטפערן? אין סיי וועלכע וויכוח איז מן הנימוס אז דער ויכוח זאל זיין אין א קאנטעקסט, ווייל אז נישט וועט מען צוזאמשלעפן יעדע מיינונג וואס דער קעגנער אין ויכוח האט און מ'וועט אים פארווארפן דערויף. פונקט ווי מיר גייען זיך יעצט נישט נעמען טענה'ן אויף די ישיבה סיסטעם למשל, אזוי אויך קומט דא דער גאלדילאקס אישו נישט אריין. אויב ווילסטו אדער ישראל אריבעררוקן דעם ויכוח צו א צווייטער דאמעין, קיין פראבלעם. נאר אז ישראל האט מיך ציטירט און דערויף געשריבן א מענה פון גאלדילאקס זאון, האב איך געשריבן אז כ'פארשטיי נישט וויאזוי דאס באציעט זיך צו אונזער ויכוח. בתקוה להבנה.
ווער האט גערעדט פון קענען ענטפערן? אין סיי וועלכע וויכוח איז מן הנימוס אז דער ויכוח זאל זיין אין א קאנטעקסט, ווייל אז נישט וועט מען צוזאמשלעפן יעדע מיינונג וואס דער קעגנער אין ויכוח האט און מ'וועט אים פארווארפן דערויף. פונקט ווי מיר גייען זיך יעצט נישט נעמען טענה'ן אויף די ישיבה סיסטעם למשל, אזוי אויך קומט דא דער גאלדילאקס אישו נישט אריין. אויב ווילסטו אדער ישראל אריבעררוקן דעם ויכוח צו א צווייטער דאמעין, קיין פראבלעם. נאר אז ישראל האט מיך ציטירט און דערויף געשריבן א מענה פון גאלדילאקס זאון, האב איך געשריבן אז כ'פארשטיי נישט וויאזוי דאס באציעט זיך צו אונזער ויכוח. בתקוה להבנה.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 408
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 11, 2014 3:03 pm
- האט שוין געלייקט: 8 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל
דער קאנטעקסט פונעם וויכוח איז גאנץ. איינפאך - צו ברענגען די ראיות וואס איך האב געהערט דעם חכם ונבון ר' אביגדור מילער זצ"ל, - וועלכער האט איבערצייגט אויף 100 פראצענט אז עוואלושן איז א האוקס.
פאר דעם צוועק האב איך געברענגט מערערע קשיות, וואס כדי זיי צו ענטפערן שפילסטו FAST & LOOSE. איבער די אינפינעט מאנקי טעארעם ענטפערטסו אז נעטרול סעלעקשאן פטר'ט דעם פראבלעם - לאפוקי - נישט רענדאום מיוטעישאנס.
ווען איך האב דיר געברענגט א דיסקוואער מאגאזין פון 2014, וועלכע שרייבט אז נעטרשול סעלעקשאן איז נישט מוכרח, איז שפילט א קליינע ראלע (אויב עפעס) - האסטו געגעבן א שיפט - און געזאגט אז ביידע מוזן שפילן א ראלע.
און דאס איז קעגנזאץ צום דעם יאפאנעזער פראסאר וועלכער האט נישט קיין פראבלעם אז דארווינס שיטה ארבעט נישט מיט נעטרול סעלעקשאנס - עס קען נישט פאסירן זאגט ער! - דו ביזט נאר אזוי פאנאטיש אז דו וועסט האקן קאפ און וואנט, אן א שרעד אוו עווידענס און אן שכל.
ווען אן אנדערער האט אויפגעברענגט די "גאלדילאקס זאון" - שפילסטו דאם. וואס מיינט עס? וואס איז אזוי אייגנארטיג מיט די בריאה. - וואו איז דאס אזוי פיין-טונד?
האב איך דיר געברענגט 8 פאני זאכן. און דו ביסט אינווייטעד צו ענטפערן. און אויב דיינע ענטפערס וועלן עכט מאכן סענס, און שטימען מיט'ן מציאות - וועל איך דיר מודה זיין!
גענוג קלאר?
פאר דעם צוועק האב איך געברענגט מערערע קשיות, וואס כדי זיי צו ענטפערן שפילסטו FAST & LOOSE. איבער די אינפינעט מאנקי טעארעם ענטפערטסו אז נעטרול סעלעקשאן פטר'ט דעם פראבלעם - לאפוקי - נישט רענדאום מיוטעישאנס.
ווען איך האב דיר געברענגט א דיסקוואער מאגאזין פון 2014, וועלכע שרייבט אז נעטרשול סעלעקשאן איז נישט מוכרח, איז שפילט א קליינע ראלע (אויב עפעס) - האסטו געגעבן א שיפט - און געזאגט אז ביידע מוזן שפילן א ראלע.
און דאס איז קעגנזאץ צום דעם יאפאנעזער פראסאר וועלכער האט נישט קיין פראבלעם אז דארווינס שיטה ארבעט נישט מיט נעטרול סעלעקשאנס - עס קען נישט פאסירן זאגט ער! - דו ביזט נאר אזוי פאנאטיש אז דו וועסט האקן קאפ און וואנט, אן א שרעד אוו עווידענס און אן שכל.
ווען אן אנדערער האט אויפגעברענגט די "גאלדילאקס זאון" - שפילסטו דאם. וואס מיינט עס? וואס איז אזוי אייגנארטיג מיט די בריאה. - וואו איז דאס אזוי פיין-טונד?
האב איך דיר געברענגט 8 פאני זאכן. און דו ביסט אינווייטעד צו ענטפערן. און אויב דיינע ענטפערס וועלן עכט מאכן סענס, און שטימען מיט'ן מציאות - וועל איך דיר מודה זיין!
גענוג קלאר?
Please do not LIKE me!
I'm here to say the hard truth / not to accumulate "likes"
I'm here to say the hard truth / not to accumulate "likes"
- ישראל קאפקע
- חבר ותיק
- הודעות: 2181
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
- געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
- האט שוין געלייקט: 1284 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל
יידל האט געשריבן:קום אריין קלארער. וואס בין איך "מודה", און וואס זענען די ערשטע צוויי גאלדי לאקס אישוס וואס זענען נוגע נאכן באשאף פונעם צעל?
ווער האט גערעדט פון קענען ענטפערן? אין סיי וועלכע וויכוח איז מן הנימוס אז דער ויכוח זאל זיין אין א קאנטעקסט, ווייל אז נישט וועט מען צוזאמשלעפן יעדע מיינונג וואס דער קעגנער אין ויכוח האט און מ'וועט אים פארווארפן דערויף. פונקט ווי מיר גייען זיך יעצט נישט נעמען טענה'ן אויף די ישיבה סיסטעם למשל, אזוי אויך קומט דא דער גאלדילאקס אישו נישט אריין. אויב ווילסטו אדער ישראל אריבעררוקן דעם ויכוח צו א צווייטער דאמעין, קיין פראבלעם. נאר אז ישראל האט מיך ציטירט און דערויף געשריבן א מענה פון גאלדילאקס זאון, האב איך געשריבן אז כ'פארשטיי נישט וויאזוי דאס באציעט זיך צו אונזער ויכוח. בתקוה להבנה.
@יידל
איך האב דיר נישט, עקזעקטלי, ציטירט,
אזויווי די אשכול רעדט פון עוואלושן, אינטעלידזשענט דיזיין, בתורת ר' אביגדור מילער ז''ל, האב איך געפרעגט מיין פראגע, וואס איז בכלל נישט געווען געווענדעט צו דיר ספעציפיש,
וואס צו דעם האסטו רעאגירט אז דו פארשטייסט נישט מיין שאלה, אן אויף דעם האב איך דיר ציטירט, ארויסצוברענגען מיין שאלה קלארער,
עניוועי, איך פארשטיי וואס דו האסט געענטפערט, און ניין מען דארף נישט אריבער רוקן מיין שאלה צו א צווייטע לאקאל, אזויווי מיין שאלה איז נוגע לעוואלושן ואינטעלידזשענט דיזיין.
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
אהא, כ'האב געמיינט אז דו מיינסט צו פרעגן אויף וואס כ'האב דארט געשריבן.
צו ענטפערן דיין פראגע מער אין כלליות'דיגע טערמינען: ווען מיר רעדן פון "רענדאם" ווערסוס אינטעלידזשענט דיזיין, רעדט מען נישט פון נישט באשעפער יא באשעפער. רענדאם מיינט נישט לאפוקי אז עס איז דא א באשעפער, וועמען דו קענסט רופט אינטעליזשענט דיזיינער אויב אזוי שמעקט דיר. דער מחלוקת איז אויף דער פראצעדור *וויאזוי* דאס פאסירט. לאמיך עס מסביר זיין מיט א משל.
וויאזוי רעגנט? מען קען זאגן צוויי מהלכים. איין מהלך איז אז דער וואסער סייקל מאכט רעגענען. די צווייטע מהלך איז אינטעליזשענט דיזיין וועלכע מאכט רעגן פאסירן יעדע מאל ס'רעגנט. איז מהלך א' א סתירה מיט א באשעפער? בכלל נישט. איז עס רענדאם? יא, ווייל עס איז תלוי אין א גאנצע ליסטע פון וועריעבלס, ווי לאנג דער זון האט געשיינט אויף וואסער, וויפיל וואסער איז דא אין די לופט, אין אזוי ווייטער (זע דא פאר א סימפל הסבר וויאזוי דער וואסער סייקל ארבעט).
הוא הדין מיט ביג בענג, עוואלושען, קאסמאדזשאני וכו' ווערסוס אינטעלידזשענט דיזיין. די פראצעדורן זענען פילייכט רענדאם, אבער דאס מיינט נישט אז זיי זענען געשען פון זיך אליינס, דאס מיינט נאר אז דער פראצעדור אליינס לויפט אויף א סיסטעם וועלכע נוצט רענדאם עלעמענטס. דער אינטעלידזשענט דיזיין לאידך גיסא זאגט אז ניין, עס איז נישטא קיין פראצעדור, עס איז נישטא קיין סיסטעם נאר אלעס וואס געשעהט איז די דירעקטע ארבעט פון דעם דיזיינער.
יעצט צו דיין פראגע ספעציפיש:
ווייל אלע סימנים צייגן אז עס איז געווען א פראצעדור, און דער פראצעדור ארבעט רענדאם, נישט מיט קיין פונקטליכער הסבר. אינטעלידזשענט דיזיין זאגט אז כ'האב נישט קיין שום וועג וויאזוי צו ערקלערן וויאזוי דער וועלט געפונט זיך אינעם גאלדילאקס זאון, מוז מען על כרחך זאגן אז דער דייזינער האט עס אריינגעלייגט אינעם זאון. סייענס טענה'ט אז זיי האבן יא א הסבר וויאזוי עס ארבעט. לאמיר נאכאמאל מדגיש זיין: צו דער סייענטיפישער פראצעדור איז דיזיינד געווארן דורכ'ן רבוש"ע צו נישט איז בכלל נישט דער ויכוח דא. דער ויכוח איז דא *וויאזוי עס האט פאסירט. מיט א ספעציפישן פראצעדור (וואס לויפט "רענדאמלי"), אדער אן קיין שום פראצעדור נאר דער דייזינער איז געווען אינוואלווד אין יעדן סטעפ.
דאס איז טאקע א שטארקע קושיא אויף דער סייענטיפישער טעאריע. אבער דער ענטפער איז נישט מולטיווערס, נאר דער ענטפער איז עקסאפלאנעטן. עס זענען דא מיליאנע אדער אפשר ביליאנע פלאנעטן איבער דער אוניווערס וועלכע זענען אין די גאלדילאקס זאון פון זייער שטערן. דער סייענטיפיק מיינונג איז אז עס זענען טאקע יא דא לעבן אויף אסאך פון די מיליאנע פלאנעטן. דער פראבלעם איז אז מיט די היינטיגע טעכנעלאגיע איז נישט מעגליך צו וויסן אויב מיקראבן אדער אפילו חיות, לעבן אויף יענעם פלאנעט. אפילו אויב ס'דא דארטן ספישיס מיט אינטעלידזשענס איז אויך א גאנצער געטואכטס צו מ'וואלט עס יא אדער נישט געקענט דיטעקטן. סוף דבר, אויב ביסטו קאנווינסט אז עס איז נישטא לעבן אויף קיין שום אנדערע פלאץ אין די אוניווערס, דאן האסטו א גוטע פירכא אויף דער סייענטיפישער טעאריע פון קאסאמדזשאני. רוב סייענטיסטן זענען נישט קאנווינסט, וויבאלד זייער טעאריע האט שטארקע ראיות, און דאס אז מיר ווייסן נישט פון קיין לעבן אויף אנדערע פלאנעטן איז נישט מער ווי א חסרון ידיעה, עפעס וואס מיר האבן נאך נישט די מעגליכקייט מברר צו זיין, און דערפאר איז עס נישט קיין ראיה לפירכא.

פארוואס זאל איך אננעמען אז די פאקט אז אונזער פלאנעט האט פונקט די ריכטיגע קאנדישנס פאר לעבן צו עקזיסטירן/זיך אנטוויקלען, אלס רענדאם, און נישט אינטעלידזשענט דיזיין
ווייל אלע סימנים צייגן אז עס איז געווען א פראצעדור, און דער פראצעדור ארבעט רענדאם, נישט מיט קיין פונקטליכער הסבר. אינטעלידזשענט דיזיין זאגט אז כ'האב נישט קיין שום וועג וויאזוי צו ערקלערן וויאזוי דער וועלט געפונט זיך אינעם גאלדילאקס זאון, מוז מען על כרחך זאגן אז דער דייזינער האט עס אריינגעלייגט אינעם זאון. סייענס טענה'ט אז זיי האבן יא א הסבר וויאזוי עס ארבעט. לאמיר נאכאמאל מדגיש זיין: צו דער סייענטיפישער פראצעדור איז דיזיינד געווארן דורכ'ן רבוש"ע צו נישט איז בכלל נישט דער ויכוח דא. דער ויכוח איז דא *וויאזוי עס האט פאסירט. מיט א ספעציפישן פראצעדור (וואס לויפט "רענדאמלי"), אדער אן קיין שום פראצעדור נאר דער דייזינער איז געווען אינוואלווד אין יעדן סטעפ.
אבער אזויווי 'עס איז פאראן' מיליארדן פלאנעטן, און עס איז נישט (דערווייל) פאראן פלאנעטן מיט לעבן חוץ אונזער פלאנעט איז נאך פיל מער (כמעט אומגלויבליך) פאנטאסטיש צו זאגן אז די קאנדישנס וואס ערמעגליכן לעבן אויף פלאנעט ערד איז ראנדאם
דאס איז טאקע א שטארקע קושיא אויף דער סייענטיפישער טעאריע. אבער דער ענטפער איז נישט מולטיווערס, נאר דער ענטפער איז עקסאפלאנעטן. עס זענען דא מיליאנע אדער אפשר ביליאנע פלאנעטן איבער דער אוניווערס וועלכע זענען אין די גאלדילאקס זאון פון זייער שטערן. דער סייענטיפיק מיינונג איז אז עס זענען טאקע יא דא לעבן אויף אסאך פון די מיליאנע פלאנעטן. דער פראבלעם איז אז מיט די היינטיגע טעכנעלאגיע איז נישט מעגליך צו וויסן אויב מיקראבן אדער אפילו חיות, לעבן אויף יענעם פלאנעט. אפילו אויב ס'דא דארטן ספישיס מיט אינטעלידזשענס איז אויך א גאנצער געטואכטס צו מ'וואלט עס יא אדער נישט געקענט דיטעקטן. סוף דבר, אויב ביסטו קאנווינסט אז עס איז נישטא לעבן אויף קיין שום אנדערע פלאץ אין די אוניווערס, דאן האסטו א גוטע פירכא אויף דער סייענטיפישער טעאריע פון קאסאמדזשאני. רוב סייענטיסטן זענען נישט קאנווינסט, וויבאלד זייער טעאריע האט שטארקע ראיות, און דאס אז מיר ווייסן נישט פון קיין לעבן אויף אנדערע פלאנעטן איז נישט מער ווי א חסרון ידיעה, עפעס וואס מיר האבן נאך נישט די מעגליכקייט מברר צו זיין, און דערפאר איז עס נישט קיין ראיה לפירכא.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 326
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2012 2:27 pm
- האט שוין געלייקט: 85 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 497 מאל
זוכער האט געשריבן:4) ווען די וועלט וואלט געווען 94 מיליאן מייל אוועק פון די זון וואלט די וועלט געווען א שטיק אייז - געפרוירן. און אלעס וואלט גע'פגר'ט. ווען עס וואלט געווען 92 מיליאן מייל אוועק, וואלט פלאנט ערד פארברענט געווארן! נישט פאני?
יא, דאס איז זייער פאני. בעיקר איז עס פאני ווייל איעדע יאנואר איז די זון 91 מיליאן מייל אוועק אין איעדע יולי איז עס מער ווי 94 מיליאן מייל. און אינטערעסאנט, רוב מענטשן וועם איך קען לעבן נאך.
(לידיעה בעלמא, האסט דא אראפ געברענגט א צומישעניש פון האלבע און גאנצע שקרים און אפאר אמיתים אריינגעמישט כדאי לערבב את השטן.)
לגבי די גאלדילאקס זאון בכלליות:
געווען אמאל א יוד, ר' ישראל האט ער געהייסן, וואס איז געגאנגען שפאצירן מיט א חבר. קומען זיי אן צו א וואסערל וואס איז איבערגעבליבן אין א לאך נאך א רעגן (puddle פאד"ל בלעז).
מה רבו מעשיך השם! רופט ר' ישראל אויס מיט עקסטאז.
וואס איז? פרעגט דער חבר.
וואס הייסט? קוק נאר אן ווי דער אייבישטער האט אויסגעפארעמט די לאך פונקט גענוי און די זעלבע פארעם ווי די פאדל!! וואלט די לאך געווען נאר א משהו אנדערש וואלט די פאדל נישט געקענט עקזיסטירן דארט בכלל!!
המממממ, זאגט דער חבר. מיר קוקט אויס אנדערש. איך מיין אז די לאך איז גענוי ווי די פאדל ווייל די פאדל איז אריינגערונען אינ'ם לאך, נישט פארקערט.
די נערישער מענטש! זאגט ר' ישראל היציג. מילא דער פאדל, אבער קוק אויף אלע אנדערע פאדלס! איעדער איינציגער פון זיי האט א לאך אויסגעפארעמט פונקט גענוי ווי זיין פארעם!! איז דאס אלעס א צופאל, רענדאמלי??????...
בקיצור, ס'געווען א לאנגער וויכוח, אבער סוף איז געווען אז ר' ישראל, פון דעמאלטס אן, פלעגט גיין שפאצירן אליין. ספעציעל נאך א רעגן.
I post, therefore I am
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 408
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 11, 2014 3:03 pm
- האט שוין געלייקט: 8 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל
נא. דער וויכוח דא איז צו עוועלושען, מיט וועלכע נעמען דו רופסט עס איז א ווארקינג מאדעל - אנשטאט בראשית ברא אלקים. פינטל.יידל האט געשריבן:אהא, כ'האב געמיינט אז דו מיינסט צו פרעגן אויף וואס כ'האב דארט געשריבן.
ווייל אלע סימנים צייגן אז עס איז געווען א פראצעדור, און דער פראצעדור ארבעט רענדאם, נישט מיט קיין פונקטליכער הסבר. אינטעלידזשענט דיזיין זאגט אז כ'האב נישט קיין שום וועג וויאזוי צו ערקלערן וויאזוי דער וועלט געפונט זיך אינעם גאלדילאקס זאון, מוז מען על כרחך זאגן אז דער דייזינער האט עס אריינגעלייגט אינעם זאון. סייענס טענה'ט אז זיי האבן יא א הסבר וויאזוי עס ארבעט. לאמיר נאכאמאל מדגיש זיין: צו דער סייענטיפישער פראצעדור איז דיזיינד געווארן דורכ'ן רבוש"ע צו נישט איז בכלל נישט דער ויכוח דא. דער ויכוח איז דא *וויאזוי עס האט פאסירט. מיט א ספעציפישן פראצעדור (וואס לויפט "רענדאמלי"), אדער אן קיין שום פראצעדור נאר דער דייזינער איז געווען אינוואלווד אין יעדן סטעפ.פארוואס זאל איך אננעמען אז די פאקט אז אונזער פלאנעט האט פונקט די ריכטיגע קאנדישנס פאר לעבן צו עקזיסטירן/זיך אנטוויקלען, אלס רענדאם, און נישט אינטעלידזשענט דיזיין
אויב דארווין קען נישט עקספלעינען די אסטראנאישע פיינ-טונד גאלדילאקס זאון - איז טייטש אז עוואלושן איז א האוקס! דאוקינס זאגט אנדערש. די וועלט איז סימפל, גארנישט פיינטונד! עס איז אזוי בעיסיק און זעט נישט קיין שום חידושים. דארווין האט די זעלבע זאך געהאלטן אז די צעלס זענען סימפל. און אלעס אויף די וועלט איז סימפל.
דאס איז טאקע א שטארקע קושיא אויף דער סייענטיפישער טעאריע. אבער דער ענטפער איז נישט מולטיווערס, נאר דער ענטפער איז עקסאפלאנעטן. עס זענען דא מיליאנע אדער אפשר ביליאנע פלאנעטן איבער דער אוניווערס וועלכע זענען אין די גאלדילאקס זאון פון זייער שטערן. דער סייענטיפיק מיינונג איז אז עס זענען טאקע יא דא לעבן אויף אסאך פון די מיליאנע פלאנעטן. דער פראבלעם איז אז מיט די היינטיגע טעכנעלאגיע איז נישט מעגליך צו וויסן אויב מיקראבן אדער אפילו חיות, לעבן אויף יענעם פלאנעט. אפילו אויב ס'דא דארטן ספישיס מיט אינטעלידזשענס איז אויך א גאנצער געטואכטס צו מ'וואלט עס יא אדער נישט געקענט דיטעקטן. סוף דבר, אויב ביסטו קאנווינסט אז עס איז נישטא לעבן אויף קיין שום אנדערע פלאץ אין די אוניווערס, דאן האסטו א גוטע פירכא אויף דער סייענטיפישער טעאריע פון קאסאמדזשאני. רוב סייענטיסטן זענען נישט קאנווינסט, וויבאלד זייער טעאריע האט שטארקע ראיות, און דאס אז מיר ווייסן נישט פון קיין לעבן אויף אנדערע פלאנעטן איז נישט מער ווי א חסרון ידיעה, עפעס וואס מיר האבן נאך נישט די מעגליכקייט מברר צו זיין, און דערפאר איז עס נישט קיין ראיה לפירכא.[/quote]אבער אזויווי 'עס איז פאראן' מיליארדן פלאנעטן, און עס איז נישט (דערווייל) פאראן פלאנעטן מיט לעבן חוץ אונזער פלאנעט איז נאך פיל מער (כמעט אומגלויבליך) פאנטאסטיש צו זאגן אז די קאנדישנס וואס ערמעגליכן לעבן אויף פלאנעט ערד איז ראנדאם
לאמיר זאגן אז עס איז דא טרליאנען עקסאפלאנעטן. זאל זיין סעקסיליאן פלאנעטן מיט מענטשן (BS ביי די וועי). - אבער יעדע איינציגע עקסאפלאנעט און יעדע יוניווערסי מוז זיין פיינטונד. אז א קאר זאל פאר'ן מוז עס זיין פיין-טונד. אז א קווארטס זייגער זאלן ווייזן די צייט, מוז עס זיין פיין-טונד.
די 8 פאני זאכן שרייען פאר א ענטפער! אויב דו האסט נישט - האסטו פארלוירן די דעבאטע - גאנץ סימפל.
איך האב יא אן ענטפער. גאט האט אזוי דיזיינט.
איך רוף אויס צו אלעמען, ביטע העלפט ארויס אייער פריינט אין נויט! אפשר האט איינער פון אייך אן פאסיגן ענטפער אויף די 8 פאני זאכן? ווער איז גרייט צו פארענטפערן די גע'פגר'טע - אפגעפרעגטע - און צעדרייטע דארווין שיטה!
@יידל, @יאיר, @שבת אחים, @יתרו, @קול דודי, @יואב, @אחד העם, @געפילטע פיש, @איחוד פעלד, @מאטי,
Please do not LIKE me!
I'm here to say the hard truth / not to accumulate "likes"
I'm here to say the hard truth / not to accumulate "likes"
- ישראל קאפקע
- חבר ותיק
- הודעות: 2181
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
- געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
- האט שוין געלייקט: 1284 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל
''ווייל אלע סימנים ווייזן אז עס איז געווען א פראצעדור'',
''סייענס טענהט אז זיי האבן יא א הסבר וויאזוי עס איז געווארן''
דאס איז געווען מיין פראגע, זאגן אז זיי טענהן אז זיי האבן א הסבר איז זייער שיין, אבער זאגן אז דו האסט אן ענטפער, איז נאכנישט קיין ענטפער אויף מיין פראגע,
דאס אז זיי 'האלטן' אז עס איז דא לעבן אויף ווייטע פלאנעטן זאגט מיר גארנישט,
נאר אז זיי מוזן אזוי איינזעצן ווייל אויב זאגט מען רענדאם, איז צו ערווארטן (אדער מוז מען זאגן) אז עס איז דא לעבן אויף אנדערע פלאנעטן,
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 408
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 11, 2014 3:03 pm
- האט שוין געלייקט: 8 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל
קול דודי האט געשריבן:זוכער האט געשריבן:4) ווען די וועלט וואלט געווען 94 מיליאן מייל אוועק פון די זון וואלט די וועלט געווען א שטיק אייז - געפרוירן. און אלעס וואלט גע'פגר'ט. ווען עס וואלט געווען 92 מיליאן מייל אוועק, וואלט פלאנט ערד פארברענט געווארן! נישט פאני?
יא, דאס איז זייער פאני. בעיקר איז עס פאני ווייל איעדע יאנואר איז די זון 91 מיליאן מייל אוועק אין איעדע יולי איז עס מער ווי 94 מיליאן מייל. און אינטערעסאנט, רוב מענטשן וועם איך קען לעבן נאך.
איך זעה אז פארשטייס נישט. ווען איך מסביר זיין בעסער. אויב די זון וואלט געווען 94 מיליאן מייל אוועק - וואלטן מיר געפרוירן געווארן - פארוואס? ווייל ווינטער וואלטעס דאך געווען נאך קעלטער - (כאטש ווינטער איז עס נענטער) - דאס זעלבע אויב ס'וואלט געווען נאר 92 מיליאן מייל ווייט, וואלטן מיר זומער צעשמאלצן געווארן (כאטש זומער איז עס ווייטער) - ביי די וועי, זענען דיינע נאמבערס נישט ריכטיג.
(לידיעה בעלמא, האסט דא אראפ געברענגט א צומישעניש פון האלבע און גאנצע שקרים און אפאר אמיתים אריינגעמישט כדאי לערבב את השטן.)
איך בין זיכער אז דו שוינסט מיך אפ. ביטע לייג ארויס אלעס וואס איז נישט ריכטיג, און לאמיר זיך פארהערן.
Please do not LIKE me!
I'm here to say the hard truth / not to accumulate "likes"
I'm here to say the hard truth / not to accumulate "likes"
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 326
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2012 2:27 pm
- האט שוין געלייקט: 85 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 497 מאל
זוכער האט געשריבן:קול דודי האט געשריבן:זוכער האט געשריבן:(לידיעה בעלמא, האסט דא אראפ געברענגט א צומישעניש פון האלבע און גאנצע שקרים און אפאר אמיתים אריינגעמישט כדאי לערבב את השטן.)
איך בין זיכער אז דו שוינסט מיך אפ. ביטע לייג ארויס אלעס וואס איז נישט ריכטיג, און לאמיר זיך פארהערן.
ס'ארבייט נישט אזוי. די (אדער ריכטיגער געזאגט, דיינע רבי'ס) זויגן אויס האלבע און גאנצע שקרים פון פינגער אין אנדערע זאלן זיין פארנומען דאס צו פארעכטן? טוביה חטה וזיגוד מינגד?
אגב, וואס די זאגסט לגבי די וועלט איז נאך אלס שקר אליבא דרוב תלמידי חכמים:
http://en.wikipedia.org/wiki/Circumstel ... _estimates
אבער באמת איז בכלל נישט אינטערעסאנט זיך צו טענה'ן מיט ר' ישראל פון מיין משל אפילו אויף די פאר דברים אמתיים וואס די האסט געברענגט. והמבינים הנמשל יבינו.
I post, therefore I am
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 408
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 11, 2014 3:03 pm
- האט שוין געלייקט: 8 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל
אגב, וואס די זאגסט לגבי די וועלט איז נאך אלס שקר אליבא דרוב תלמידי חכמים:
http://en.wikipedia.org/wiki/Circumstel ... _estimates
אבער באמת איז בכלל נישט אינטערעסאנט זיך צו טענה'ן מיט ר' ישראל פון מיין משל אפילו אויף די פאר דברים אמתיים וואס די האסט געברענגט. והמבינים הנמשל יבינו.
ענטפער נישט פאר מיר. ענטפער פאר דיר. אבער צו דער זאך ביטע. נאר דאס בעט איך:
1) וויאזוי האט די מאמע קעצעלע געזייגט איר קינד אין די "ביליאנען/טריליאנען/זיליאנען יאר איידער זי האט געהאט בריסטן? וואס האט דאס נעבעכדיגע קיטען געגעסן די אלע ביליאנען יארן איידער די בריסטן פון די מאמע זענען געוואקסן? וויפיל יאר האט דאס ארימע קיטען געזויגן אז ס'האט אנגעהויבן ארויסוואקסן בריסטן פאר די מאמע קעצעלע. פארוואס האט דאס בעיבי קעצעלע אנגעהויבן סאקן די מאמע אונטערן בויך אויב דארט איז בכלל נישט געווען קיין מילך? - נישט פאני?
2) ווען די קליינע בעיבי טשיק האט געדארפט ארויסקומען פון די אייעלע.. פארוואס איז די אייעלע שאלעכץ פונקט אזוי דיק אז עס די קליינע טשיק קען עס אויפברעכן? ווען עס וואלט געווען א טראפ דיקער, וואלטן די אלע קליינע טשיקס געשטארבן און נישט געקענט ארויסקומען. - ווען עס וואלט געווען א טראפ דינער, וואלט זיך די עגג שעלל צעבראכן איידער די טשיק איז רעדי ארויסצוPOP'ן און ארויסקומען בשלימות? - נישט פאני?
איך האף אז די צוויי סימפל זאכן, גייען אריין אין דיין קאפ. און וועסט מיר קענען געבן א נארמאלע תשובה, פארוואס דארווינס שיטה קען האלטן איין אונץ וואסער.