מ'האט אייך געווארענט, בלוי אויף ווייס: דא איז סתם קאפ פארדרייעניש.
סתם געוואלט לאזן די מחשבות לויפן אן טראכטן. ממילא ווען איך וואלט דיר געווען עפעס שולדיג וואלט איך דיר באצאהלט מיט עפעס א גוטס אין קונסט אדער אין וויסנשאפט. אבער ביסט דאך סתם א ליידיגייער פונקט ווי מיר וועסטו דארפן ליידן פון מיינע קאפריזן.
אייגענטליך, (אה, א אינטעלעגענטער ווארט האט זיך דא אריינגעכאפט) וואט די העלל ווילסטו פון מיר יעצט האבן? איז נישט דא אויפן וועלט בעסערע שטותים צו ליינען? אה, האסט ליב אידיש. איך אויך, נא זאג עפעס.
...
דריי פינטלעך, דאס איז די גאנצע טינט דיין פעדער פארמאגט?!
לאמיך פרובירן פארשטיין, די ערשטע פינטל איז באמת א ליידיגע פינטל, אבער ס'פול כעת מיט דיין מרה שחורידיגער, שווארצער ווי קויל פוסטקייט. די צווייטע פינטל איז דיין שווארץ פינטעלע איד, די דריטע בין איך נישט זיכער צו ס'איז די דעסימעל פוינט אויף די ערשטע צוויי, אדער א דריטע נקודה דו מאכסט.
איך קלער אז ס'איז א דריטע נקודה, ווייל אויב נישט וואלט געדארפט זיין 4 פינטלעך, ווייל סיי נקודה א' דארף א דעסימעל פוינט און סיי נקודה ב'. זעהט מיר אויס טאקע אז ס'איז דריי נקודות דו ווילסט דא מאכן, אבער קיין דיקדוק פאר קיין שווארץ יאר קענסטו נישט. אה אפשר איז דאס די דריטע שווארצע פינטל.
זארג נישט, איך בין אויך אנטלאפן באצייטענס פון די קאפקע יואב כוכב אפטעמיסט דיקדוק קליקע. די חברה פלעגן מיר נישט לאזן שלאפן ביינאכט. למשל, ווען איך חלום ווי איך רעד צו איינעם און איך זאג איך אים "האב א גוטן טאג" שוועבן די חברה העכער מיר ווי שווארצע מלאכים. יואב אנפלעקט זיך מיט זיין פחדימ'דיגע ניק צורה און זאגט מ'ברויך באמת זאגן "האטס א גוטן טאג". אפטעמיסט ציפט ביי די אייער און שרייט ניין, "האב א גוט מארגן" ווייל טאג איז דאך א שם הכולל אויף סיי טאג און סיי נאכט. כוכב איז סתם ציניש און לאכט, ער וויל אפילו נישט זאגן וואס איז יא ריכטיג. קאפקע זאגט מיר איך האב א ליספ, און נישט קיין חילוק וויאזוי איך זאך עס ארויס, טויג עס נישט.
צו מאכן א קורצע מעשה לאנג, ס'איז נישט די איינציגסטע חברה וואס רודפן מיר. אין וויסנשאפט ווערט מיין מח געוואשן מיט נומערען, פלאנעטען און האלב אמת'ע קרומקייט. יידל ציהט ביים נאז, בעת פארוואס?'ס ניק שטויסט מיר צוריק צו דיקדוק. וואט די העלל איז די קוועטש מארק?? איז ער א גברא אדער א סענטענס, א פלאנעט אדער שטערן? שוין כ'האב אריינגעביסן אין עפל, די חברה לאכן פון מיין פראגעס דארט. יאיר זאגט איך בין געבליבן סטאק אין א ריווערס טיים קאפסול, ממילא בין איך נישט דורך עוואולוציע און איך טראכט נאך ווי א מאלפע.
...פארשטייסט?!
דריי פינטלעך
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל