היות א קאמעט איז פון די פריע איבערבלייבענישן פון די ב' אלפים תוהו, ווען דער רוח אלהים מרחפת על פני המים, ווערט ערווארטעט אז פילעא וועט ארויסגעבן סודות פון מעשי בראשית און מעשי מרכבה, דורך געבן צו פארשטיין ווי אזוי אונזער וועלטל האט זיך פארמירט. גלייכצייטיג וועט דאס קענען מעגליך שיינען א ליכט אויף די מיסטעריעזע ערשיינונג פון לעבן אויף אונזער פלאנעט, וואס לויט מאנכע איז דאס געווען א רעזולטאט פון א קאמעט וועלכע האט זיך צוזאמגעשטויסן מיט פלאנעט ערד.
![בילד](http://i.telegraph.co.uk/multimedia/archive/03103/comet-rosetta-phil_3103483b.jpg)