קול נהי נשמע מציון

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

קול נהי נשמע מציון

שליחה דורך קאך_לעפל »

אלִי צִיּוֹן וְעָרֶיהָ, כְּמוֹ אִשָּׁה בְּצִירֶיהָ,..... אוי אוי אוי אוי........
ועַל דָּמָם אֲשֶׁר שֻׁפַּךְ כְּמוֹ מֵימֵי יְאוֹרֶיהָ עֲלֵי הֶגְיוֹן מְחוֹלֶיהָ, אֲשֶׁר דָּמַם בְּעָרֶיה

קול נהי מציון, די שוידערליכע בשורה מיט וואס כלל ישראל איז היינט צופרי אויפגעשטאנען, ציטערט אויף יעדע אידיש הארץ, דאס הארץ טראפ בלוט פון צער און ווייטאג, דאס הייסע קאכעדיגע בלוט פון די 5 קדושים אשר מזהירים כזוהר רקיע, שטייט אונז פאר די אויגן, און פון יעדע אידיש הארטץ רייסט זיך ארויס א גלות קרעכטס, או טאטע ווי לאנג נאך? עד מתי עזך בשבי? ווי לאנג נאך וועט אידיש בלוט זיין הפקר? ווי לאנג וועלן מיר דארפן זעהן די פחדים'דיגע בילדער, ווי טייערע אידן ליגן אין קאלודזשעס בלוט, מעוטף בטלית ותפילין, באשעפער עס איז שוין כלו כל הקיצין ומדוע בן דוד עדיין לא בא?

מיר גלייבן אין די הייליגע נבואה פון משה רבינו וואס האט אונז קלאר געזאגט הַרְנִינוּ גוֹיִם עַמּוֹ כִּי דַם-עֲבָדָיו יִקּוֹם וְנָקָם יָשִׁיב לְצָרָיו וְכִפֶּר אַדְמָתוֹ עַמּוֹ. אז דער קל קנא נוקם וועט נקמה נעמען אין די פארגאסענע אידיש בלוט, און עס וועט נישט נעמען נאך צו לאנג, און דעם אייבישטענס לאנגע נקמה האנד וועט דערגרייכען די אלע רוצחים וואס פארגיסן אידיש בלוט, מיר בעטן נאר אז עס זאל זיין נקום לעינינו נקמת דם עבידך השפוך, מיר זאל האבן די זכיה צו זעהן דער נקמה פון השי''ת מיט אונזער אויגן במהרה.

אבער פון די זעלבע צייט דארפן מיך זיך גוט מתבונן זיין וואס עס ברענגט צו די אלע הריגות, לייגט זיך עס דען נישט אויפן שכל אז דאס וואס דער ראש ממשלת הכופרים בנימין נתניהו ימ''ש, האט פראקאלאמירט אז ער גייט וויטער בויען זידלונגען אויפן מעריב ברעג, און קיינער וועט אים נישט אפהאלטן אריינגערעכענט מדינות ישראל'ס בעסטע פריינד דער פאראייניגטע שטאטען, האט צוגעברענגט די דאזיגער בלוט באד?

לייגט זיך דען נישט אויפן שכל אז דאס וואס די צודרייטע מיליטאנטען גייען ארויף אויפן הר הבית, אן קיין שום סיבה, בלויז צו פראקאלאמירן לאומיות, און די אראבער האלטן עס נישט אויס, און שווערן זיך ביי זייער נביא מחמד, אז זיי גייען נקמה נעמען, האט צוגעברענגט דעם בלוט באד?

עס איז שוין די העכסטע צייט אז גאנץ כלל ישראל זאל אנערקענן דעם גזירות הגלות, און זיך אויפהערן רייצן מיט די אראבער, און פראבירן צו לעבן מיט זיי בהכנעה, אזוי ווי אונזער זיידע יעקב האט געלעבט מיט אונזער פעטער עשיו, און אין דעם זכות זאל מיר זוכה זיין אז לא ישמע עוד שוד ושבר בגבילנו, און הערן דעם קול שופר של משיח, וואס דאן וועט מקיים ווערן ועלו מושיעים בהר ציון לשפוט את הר עשיו, והיתה לה' המלוכה......
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
האט שוין געלייקט: 1551 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל

שליחה דורך ישמעאל הכהן »

מיר זענען נישט אין הימל, ס'קען גאר אפשר זיין אז דיינע צימעסן א גאנצן טאג און חוזק מאכן פון רבנים מיט וועם דו פירסט מחלוקת האט דאס אלעס צוגעברענגט. טו דו תשובה, קוק שוין נישט אויף יענעם.
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

ישמעאל הכהן האט געשריבן:מיר זענען נישט אין הימל, ס'קען גאר אפשר זיין אז דיינע צימעסן א גאנצן טאג און חוזק מאכן פון רבנים מיט וועם דו פירסט מחלוקת האט דאס אלעס צוגעברענגט. טו דו תשובה, קוק שוין נישט אויף יענעם.

שכוח ר' ישמאל הכהן פאר דיינע ווארימע דברי מוסר..... שכוח נאכאמאהל..... מיר זענען מקבל....ברוך שמסר עולמו לשומרים.....
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

אין אנדערע נייעס ווערט באריכטעט אז קרית יואל ווילידש באאמטע גייען ווייטער אן מיט זייער נידריגע פלענער פון זיך אויסצושפרייטן אין פרישע זידלונגען, טראץ די פרעכע און שעדליכע התגרות באומות וואס דאס טראגט מיט זיך. 

"עס איז שוין די העכסטע צייט אז יהדות מאנרא זאל אנערקענן דעם גזירות הגלות, און זיך אויפהערן רייצן מיט די שכנים וועלכע וואוינען שוין דארט נאך בעפאר דער ויואל משה איז געשריבן געווארן, און פראבירן צו לעבן מיט זיי בהכנעה אזוי ווי אונזער זיידע יעקב האט געלעבט מיט אונזער פעטער עשיו. און אין דעם זכות זאל מיר זוכה זיין אז לא ישמע עוד שוד ושבר בגבילנו, און הערן דעם קול שופר של משיח, וואס דאן וועט מקיים ווערן ועלו מושיעים בהר ציון לשפוט את הר עשיו, והיתה לה' המלוכה...."
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

יואב האט געשריבן:אין אנדערע נייעס ווערט באריכטעט אז קרית יואל ווילידש באאמטע גייען ווייטער אן מיט זייער נידריגע פלענער פון זיך אויסצושפרייטן אין פרישע זידלונגען, טראץ די פרעכע און שעדליכע התגרות באומות וואס דאס טראגט מיט זיך. 

הוא אשר דברתי.... איך דארף תשיבה טוהן ווייל איך שרייב נישט אויף הגז''ל מיט זיין פארטיי אקאראשט ווי עס איז דער ווילן פונעם כהן גדול מיט זיין בעק-אפ דער פעלדמארשאל ר' יואב..... אבער זיי??????? ווי אזוי האט יענער געזינגען? הא לן והא להו.... איך מעג און די טארסט נישט.....פארוואס? גזירות הכתוב..... נישטא ווער עס זאל לאכן..... נישט בחינם האט הרב דאמב ז''ל געזאגט אויף די באשעפענישען דמתקיריא זאלונים אז זיי זענען א עם בפני עצמו....

אבער אפשר וואלט ווען געווען כדי צו בלייבן ביי די נושא פון די צום טויט געשטאכענע קדושים? ניין?
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

קאך_לעפל האט געשריבן:
יואב האט געשריבן:אין אנדערע נייעס ווערט באריכטעט אז קרית יואל ווילידש באאמטע גייען ווייטער אן מיט זייער נידריגע פלענער פון זיך אויסצושפרייטן אין פרישע זידלונגען, טראץ די פרעכע און שעדליכע התגרות באומות וואס דאס טראגט מיט זיך. 

"עס איז שוין די העכסטע צייט אז יהדות מאנרא זאל אנערקענן דעם גזירות הגלות, און זיך אויפהערן רייצן מיט די שכנים וועלכע וואוינען שוין דארט נאך בעפאר דער ויואל משה איז געשריבן געווארן, און פראבירן צו לעבן מיט זיי בהכנעה אזוי ווי אונזער זיידע יעקב האט געלעבט מיט אונזער פעטער עשיו. און אין דעם זכות זאל מיר זוכה זיין אז לא ישמע עוד שוד ושבר בגבילנו, און הערן דעם קול שופר של משיח, וואס דאן וועט מקיים ווערן ועלו מושיעים בהר ציון לשפוט את הר עשיו, והיתה לה' המלוכה...."

הוא אשר דברתי.... איך דארף תשיבה טוהן ווייל איך שרייב נישט אויף הגז''ל מיט זיין פארטיי אקאראשט ווי עס איז דער ווילן פונעם כהן גדול מיט זיין בעק-אפ דער פעלדמארשאל ר' יואב..... אבער זיי??????? ווי אזוי האט יענער געזינגען? הא לן והא להו.... איך מעג און די טארסט נישט.....פארוואס? גזירות הכתוב..... נישטא ווער עס זאל לאכן..... נישט בחינם האט הרב דאמב ז''ל געזאגט אויף די באשעפענישען דמתקיריא זאלונים אז זיי זענען א עם בפני עצמו....

אבער אפשר וואלט ווען געווען כדי צו בלייבן ביי די נושא פון די צום טויט געשטאכענע קדושים? ניין?

זאלונים, דאמב, תשובה טון און וואס נאך?  כ'האב קיין אהנונג וואס און פארוואס דו דערמאנסט מיין נאמען צווישן א תגובה וואס האט גארנישט צו טאן מיט זידלונגען וועלכע שאפן א שרעקליכע התגרות באומות - - זאל זיין אין ישראל צו אמעריקע.
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

קרית יואל איז נישט קיין אייגענע רעגירונג זענען אונטערגעווארפן אונטערן עול הגוי און זיי טוען עס נישט מכח א רעגירונג זיי בעטן ביים גוי זאל זיי לאזן משא"כ בא"י והבן
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

@קאך לעפל,
די זידלונגען אין די מערב ברעג איז נישט אורזאך יעצט, דיין אנדערע סיבה וואס דו ברענגסט ארויף, די קאטראווערסיע/פראוואקאציע אויפן הר הבית איז קלאר דאס וואס היצט אזוי אן די פאלעסטינער, די לעצטע שטייג פון טעראר אטאקעס 'אין ירושלים' האט זיך אנגעפאנגען מיט די אטענטאט פארזוך אויף 'דער' אקטיוויסט פאר אידישע רעכטן אויפן הר הבית, איבער די גאנצע אראבישע וועלט פאלגט מען נאך די אנטוויקלונגען איבערן הר הבית, יעדע אראבישע און מוסלעמענער פירער אין מיטל מזרח האט שוין פארדאמט/מוחה געווען איבער וואס זיי זעען אלס א מדינת ישראל מאכט פארכאפונג אויפן הר הבית,

פאר די וואס טענהן אז עס האט גארנישט צו טון מיט וואס מדינת ישראל טוט, נאר מיט די פאלעסטינער-אראבישע רציחה אינסטיקטן, וויל איך אנווייזן אז אין די יארן 2009-2013 זענען דורכן גאנצן יאר אומגעקומען ווייניגער ווי 13 איזראעליס פער יאר, אין קאנטראסט איז אין די לעצטע זעקס וואכן אליין שוין אומגעקומען מער אידן פון פאלעסטינער טעראר ווי דורכאויס די גאנצע יאר, אין די יארן 2009-2013 (און איך רעד נישט פון די זעכציג זיבעציג אידישע פאטאליטעטן אין די לעצטע עזה קריג), סאו וואס האט פלוצלינג פאסירט? זענען די פאלעסטינער פלוצלינג געווארן 'מער אינסטינקטיוו אראביש' דעם יאר?

נ.ב. די אויבנדערמאנטע איז נאר געשריבן פאר די וואס פארשטייען א חילוק צווישן אן 'אורזאך' און א 'בארעכטיגונג' (ח''ו), צו די וואס פארשטייען נישט די חילוק וויל איך שוין זאגן אז איך צו צוריק פון יעדן ווארט וואס איך האב געשריבן, און איך בעט אייך מחילה אויף די צער וואס איך האב אייך זיכער פאראורזאכט/בארעכטיגט, מיין ציל איז נישט געווען אייך צו פאראורזאכן/בארעכטיגן מער צער ווי איר (ווי מיר) האט שוין געהאט פון די בלוט פארגליווערענדע מארדן היינט צופרי אין ירושלים עיר הקודש.
I'm back
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 833
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 30, 2013 9:38 am
האט שוין געלייקט: 2105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 315 מאל

שליחה דורך I'm back »

גאנצל האט געשריבן:קרית יואל איז נישט קיין אייגענע רעגירונג זענען אונטערגעווארפן אונטערן עול הגוי און זיי טוען עס נישט מכח א רעגירונג זיי בעטן ביים גוי זאל זיי לאזן משא"כ בא"י והבן

זיי 'בעטן'...
.
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

ס'האט זיך.אנגעהויבען מיט די דריי בחורים. גארנישט מיט הר הבית.

התגרות באומות, אין די גמרא שטייט אומות מתגרות זו בזו.

וואס האבען אונזערע היימישע אידען מיט די גוים וואס פירען די מדינה?
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

איך האב געליינט ערגעץ אז דער רוצח אליין האט געזאגט אז דאס איז א נקמה פאר'ן כלומר'שט הרג'ענען אן אראבישער באס דרייווער.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

איחוד פעלד האט געשריבן:ס'האט זיך.אנגעהויבען מיט די דריי בחורים. גארנישט מיט הר הבית.

התגרות באומות, אין די גמרא שטייט אומות מתגרות זו בזו.

וואס האבען אונזערע היימישע אידען מיט די גוים וואס פירען די מדינה?

די לעצטע חודש פון טעראר אטאקעס זאגט אנדערש ווי דיר,
וועלכע גוים פירן די מדינה? (לכאורה רעדן מיר ביידע פון מדינת ישראל, ריכטיג?) די מדינה וואס איז נישט גרייט צו שליסן א שלום אפמאך מיט זייערע שכינים אין די געביטן וואס זיי אקופירן, ביז זיי אנערקענען די אקופירנדע לאנד אלס ''אידישע'' לאנד, סאו איך פארשטיי בכלל נישט דיין שאלה,
אבער ווי איך זאג שוין פריער האט די לעצטיגע אויפפלאקערונג מיט די אקטיוויטעטן פון רעליגיעזע הר הבית אקטיוויסטן, וואס דאס קען אפשר זיין די דירעקטן אורזאך פארוואס זיי האבן אויסגעקליבן א אידישע געבעט הויז, איך געדענק נישט לעצטנס זאל זיין א פאלעסטינער טעראר אטאקע ספעציפיש אויף א בית המדרש.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

האסט פארגעסן די שחיטה אין מכרז הרב?

א פארוואכן צירוק איז געווען אין די נייעס א אבו מאזון האט אפען זיך אויסגעדריקט סימפאטיע צו דער טעראריסט וואס איז אריין געפארן מיט זיין אוטו אין די באן אין ירושלים. די עיקר סיבה פארוואס ער האט דאס געטון, איז געווען וועגן די רעדע פינעם ראש הכופרים ווי ער האט פראקאלאמירט אז ער גייט ווייטער בויען זידלונגען אינם מערב ברעג, ביידע סיבות זענען וואר, די נתניהו רעדע בנוגע די זידלונגען אינעם מערב ברעג, ווי אויך די בארדערייען פון די משוגענע עקסטעמיסטן אויפן הר הבית, דער מצב ווערט נאר ערגער און ערגער, וואס האט אויף געטון די מלחמה אין עזה? עס פליען מער נישט קיין קאסאם'ס? אמת, אבער די נייע צרה פון שטעכערייען אין די גאסן איז פול פול ארגער, עס כאפט א ממש א פחד וואס דא וועט זיך אויסלאזען.
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

@קאך לעפל
די שחיטה אין ישיבת מרכז הרב איז פארגעקומען מערץ 2008.
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

פון א ריין ליבעראלע שטאנדפונקט איז דער "הר הבית נושא" א פשוט'ע פארלעצונג פון פרייהייט, פרייהייט פון רעליגיעזע פראקטעצירונג, פרייהייט פון אויסדרוק. איך וויל וויסן, וואלט אמעריקע אויפגעגעבן אין פרינציפ אן אונס פרייהייט צו עקסטרעמיסיטשע עלעמענטן? "פרייהייט איז נישט נעגאטיעבל! פרייהייט קומט מיט א פרייז!" וואלטן אלע דענקער געשריגען. שטעלט אייך פאר אויב א גרופע ווייסע סופעריסטן פארכאפן די לייברערי אף קאנגרעס און לאזן אריין בלויז KKK מיטגלידער. וואלט אמעריקע זיך גערעכנט מיטן פאקט אז ס'גייט קאסטן קרבנות זיי אומשעדליך צו מאכן? איך וואלט געוואלט הערן עימיצן זאגן "וואס פעלט דען אויס דעם לייברערי? זיי שיסן דאך מענטשן וועגן דעם! איז דאס ווערט? לאז זיי האבן דעם דעמן לייברערי."
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

@מאטי
לויט די וועלטליכע ליבעראלער שטאנדפונקט איז גאנץ מזרח ירושלים אקופירט, און מדינת ישראל האט נישט קיין רעכט ארויפצופירן אפי' איין פון אירע בירגער אויף אקופירטע געביטן, ארויפפירן איז ענדערש א קריג פארברעכן, נישט קיין 'מענטשן רעכט', און נישט קיין 'פרייהייט' אנגעלעגנהייט,

אבער בכלל איז פארשטענדליך אז א רעליגיע האט א רעכט נישט אריינצולאזן גלויביגע פון אנדערע רעליגיעס אויף זייער'ס א שטח.
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 819
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 10:32 pm
האט שוין געלייקט: 434 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 733 מאל

שליחה דורך יתרו »

ישראל קאפקע האט געשריבן:@מאטי
לויט די וועלטליכע ליבעראלער שטאנדפונקט איז גאנץ מזרח ירושלים אקופירט, און מדינת ישראל האט נישט קיין רעכט ארויפצופירן אפי' איין פון אירע בירגער אויף אקופירטע געביטן, ארויפפירן איז ענדערש א קריג פארברעכן, נישט קיין 'מענטשן רעכט', און נישט קיין 'פרייהייט' אנגעלעגנהייט,
.

לויט די וועלטליכע ליבעראלער שטאנדפונקט איז א לאנד וואס איז אקופירט = איינגענומען און מיינס.
די גאנצע מושג אקופירט, כאילו נאכן איינעמען איז עס נאך אלץ דעם'ס פון וועמען סאיז אוועקגענומען געווארן, איז א ריין פאלעסטינער אויפטרעף.
לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ישראל קאפקע האט געשריבן:@מאטי
לויט די וועלטליכע ליבעראלער שטאנדפונקט איז גאנץ מזרח ירושלים אקופירט, און מדינת ישראל האט נישט קיין רעכט ארויפצופירן אפי' איין פון אירע בירגער אויף אקופירטע געביטן, ארויפפירן איז ענדערש א קריג פארברעכן, נישט קיין 'מענטשן רעכט', און נישט קיין 'פרייהייט' אנגעלעגנהייט,

אבער בכלל איז פארשטענדליך אז א רעליגיע האט א רעכט נישט אריינצולאזן גלויביגע פון אנדערע רעליגיעס אויף זייער'ס א שטח.

Herr Kopke: ich bin ein Deutscher Goy. Ich vown in Berlin. Mein Bildung hat mich ausgelernt tzu sein Liberal geschtimt. Und mein History professor habt mir erzehlt das die Juden haben gehabt einem groessen Temple auf dem barg Moriya. Noch fiele jahren before die arabers. Woll ich unen fragen. Varum koennen die Juden nicht raufgehn auf den barg und eine Gottesdienst dorten abrechten.
Mit viele dank. Bitte antworten auf meim frage....
Jurgen Von kaupflicht III. (Berlin, Deutschland.)

לכב' הרב ישראל קאפקע שליט"א: איך האב נארוואס באקומען דעים בריעף אין די פאסט פון מיינ'ס א גוי'אישן גוטן פריינט, וועלכער איז נישט קיין ציוניסט. אבער ער איז א גרויסער אויב ישראל. (ניין. נישט מדינת ישראל. פוי...ציונים, ימ"ש, שר"י עפ"ל.) א פראפעסאר אין בערלינער אוניווערזיטעיט. איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס ער וויל. אבער עפעס נעם איך ארויס פון זיינע ווערטער אז ער טענה'ט אז די אידן האבן אמאל געהאט א בית המקדש דארט...? כ'ווייס נישט. אפשר קענט איהר מיר ערקלערן פונקטליך ווס ס'שטייט אין יענעם בריעף...!
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

ישראל, פון דיין תגובה איז משמע אז ביסט מודה אז אויב די בלוט-פארגיסונג קומט פאר אויף לעגאלע אום-דיספיוטירטע שטח, דאן וואלט באשיצן פרייהייט געשטאנען העכער און וויכטיגער ווי די בלוט-פארגיסונג. בין איך גערעכט?

לגבי דיין אפהיטן רעליגיעזע הייליגקייטן, פונקט, ווי בערל ברענגט שוין ארויס, די טענה קען גיין ביידע וועגן, אידן האבן צום ווייניגסטנס די זעלבע רעכט ווי די אראבער אזוי צו טענה'ען אז די אראבער זאלן אפפוצן פונעם מקום המקדש. (הגם איך בין נישט מסכים צום גאנצן מציאות הטענה אבער לדברך.)
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

מאטי האט געשריבן:ישראל, פון דיין תגובה איז משמע אז ביסט מודה אז אויב די בלוט-פארגיסונג קומט פאר אויף לעגאלע אום-דיספיוטירטע שטח, דאן וואלט באשיצן פרייהייט געשטאנען העכער און וויכטיגער ווי די בלוט-פארגיסונג. בין איך גערעכט?

אבער ווער זאגט דיר אז ארץ ישראל/מדינת ישראל באלאנגט פאר די אידן. צו ווייסטו דען נישט אז אין קוראן שטייט אז ס'באלאנגט פאר די פאלעסטינער. און אז די אידן זענען גאר ווייסע גויים. קוזארן. אדער אפשר גאר קאזאקן. ביי אינז אין פאלעסטינער נטורי חרתא חיידער האט מען אויס געלערנט אז גאנץ פאלעסטינע באלאנגט פאר אינז. די ציונים האבן אויסגעטראכט אז אין די אידישע בייבל שטייט אז ג-ט ברוך הוא האט געגעיבן ארץ ישראל פאר די יודן. איך הער אז ס'איז געוועין איינער א יודישער ראביי, ער האט געהייסן ר' שלמה יצחקי (אויך א שטיקל ציוניס'טישער נאמען.) דער ר' שלמה האט עכט געהאט א וויין געשעפט. ווייסטו ווי? נישט אין פאלעסטינע. נאר אין פראנקרייך. קומט ער און ער זאגט אז דער אידישער גאט האט געגעיבן פאלעסטינע פאר די יודן. הערסט א מעשה. אינז 'עמיר זעך נישט לאזן פון דעי ציונים. איך הער גאר אז זיי זאגן 3 מאל א טאג עפעס א תפילה וועיגן צוריקגיין קיין ציון/פאלעסטינע. אינז עמער זעך נישט לאזן פון זיי...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

יתרו האט געשריבן:
ישראל קאפקע האט געשריבן:@מאטי
לויט די וועלטליכע ליבעראלער שטאנדפונקט איז גאנץ מזרח ירושלים אקופירט, און מדינת ישראל האט נישט קיין רעכט ארויפצופירן אפי' איין פון אירע בירגער אויף אקופירטע געביטן, ארויפפירן איז ענדערש א קריג פארברעכן, נישט קיין 'מענטשן רעכט', און נישט קיין 'פרייהייט' אנגעלעגנהייט,
.

לויט די וועלטליכע ליבעראלער שטאנדפונקט איז א לאנד וואס איז אקופירט = איינגענומען און מיינס.
די גאנצע מושג אקופירט, כאילו נאכן איינעמען איז עס נאך אלץ דעם'ס פון וועמען סאיז אוועקגענומען געווארן, איז א ריין פאלעסטינער אויפטרעף.

אזוי גאר? פון וואו נעמסטו אזעלכע שטותים?
עס איז היינט פאראן אינטערנאצינאלע געזעץ, און עס איז קלאר 'נישט' דא אזא זאך ווי איך האב געוואונען די קריג, און עס איצט מיין! קענסט זיך הענגען!

קענסט מיר זאגן פארוואס איז נישט דא אפי' איין ביישפיל פון 'איך האב געוואונען, עס איז מיין' אין די לעצטע זעכציג זיבעציג יאר, (וואו די וועלט אנערקענט עס, למעט קרים, און דארט איז כאטש געווען א רעפערענדום פון די ארטיגע באפעלקערונג)
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

berlbalaguleh האט געשריבן:
ישראל קאפקע האט געשריבן:@מאטי
לויט די וועלטליכע ליבעראלער שטאנדפונקט איז גאנץ מזרח ירושלים אקופירט, און מדינת ישראל האט נישט קיין רעכט ארויפצופירן אפי' איין פון אירע בירגער אויף אקופירטע געביטן, ארויפפירן איז ענדערש א קריג פארברעכן, נישט קיין 'מענטשן רעכט', און נישט קיין 'פרייהייט' אנגעלעגנהייט,

אבער בכלל איז פארשטענדליך אז א רעליגיע האט א רעכט נישט אריינצולאזן גלויביגע פון אנדערע רעליגיעס אויף זייער'ס א שטח.

Herr Kopke: ich bin ein Deutscher Goy. Ich vown in Berlin. Mein Bildung hat mich ausgelernt tzu sein Liberal geschtimt. Und mein History professor habt mir erzehlt das die Juden haben gehabt einem groessen Temple auf dem barg Moriya. Noch fiele jahren before die arabers. Woll ich unen fragen. Varum koennen die Juden nicht raufgehn auf den barg und eine Gottesdienst dorten abrechten.
Mit viele dank. Bitte antworten auf meim frage....
Jurgen Von kaupflicht III. (Berlin, Deutschland.)

לכב' הרב ישראל קאפקע שליט"א: איך האב נארוואס באקומען דעים בריעף אין די פאסט פון מיינ'ס א גוי'אישן גוטן פריינט, וועלכער איז נישט קיין ציוניסט. אבער ער איז א גרויסער אויב ישראל. (ניין. נישט מדינת ישראל. פוי...ציונים, ימ"ש, שר"י עפ"ל.) א פראפעסאר אין בערלינער אוניווערזיטעיט. איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס ער וויל. אבער עפעס נעם איך ארויס פון זיינע ווערטער אז ער טענה'ט אז די אידן האבן אמאל געהאט א בית המקדש דארט...? כ'ווייס נישט. אפשר קענט איהר מיר ערקלערן פונקטליך ווס ס'שטייט אין יענעם בריעף...!

איך בין נישט gewöhnt צו ענטפערן אויף א scherz,
Btw I'm really impressed by your German! Not bad.
אויב ווילסטו נישט פארשעמען דעם שרייבער פון דעם 'בריוו' קענסטו אים זאגן אז איך 'בלאז' פארן שרייבן מיין נאמען אומריכטיג,
(עדווייס פאר נעקסט טיים, יעדע דייטשע גוי, ווער רעדט נאך פון א פראפעסער ווייסט פון די נאמען קאפקע Kafka, אויך הייסט שוין היינט קיינער נישט יורגען פאן קויפפליכט דריי :דיסלייק: :דיסלייק: :דיסלייק: )
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

מאטי האט געשריבן:ישראל, פון דיין תגובה איז משמע אז ביסט מודה אז אויב די בלוט-פארגיסונג קומט פאר אויף לעגאלע אום-דיספיוטירטע שטח, דאן וואלט באשיצן פרייהייט געשטאנען העכער און וויכטיגער ווי די בלוט-פארגיסונג. בין איך גערעכט?

לגבי דיין אפהיטן רעליגיעזע הייליגקייטן, פונקט, ווי בערל ברענגט שוין ארויס, די טענה קען גיין ביידע וועגן, אידן האבן צום ווייניגסטנס די זעלבע רעכט ווי די אראבער אזוי צו טענה'ען אז די אראבער זאלן אפפוצן פונעם מקום המקדש. (הגם איך בין נישט מסכים צום גאנצן מציאות הטענה אבער לדברך.)

איך פארשטיי נישט וואס דו פרעגסט, געב א משל,

לגבי די אידנס טענה פון צוויי טויזנט יאר צוריק, אויב די איצטיגע (לעצטע טויזנט יאר) הערשער ווילן נישט אריינלאזן די פון טויזנט יאר פארדעם, זע איך נישט אז מערב געזעץ וועט צווינגען יא אריינצולאזן, אפי' אינגאנצן אינדערויסן פון קאנטעקסט פון אקופאציע, און קאלאניזאציע,
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ישראל קאפקע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
פארשפארט