געפילטע פיש האט געשריבן:זוכער האט געשריבן:יידל האט געשריבן:רענדאמלי טאקע נישט. נעטשורעל סעלעקשאן איז נישט רענדאם.
נישט די עוואלושן פון לעבן אויף אונזער וועלט איינמאל דו האסט שוין די ריכטיגע קאנדישנס, נאר די פאקט אז אונזער פלאנעט האט די פונקטליכע קאנדישנס פאר לעבן זיך צו אנטוויקלען (די גאלדילאקס זאון),
כ'כאפ נישט. וואס איז מיט די גאלדילאקס זאון?
[tag]יידל[/tag] מאכסט מיך לאכן. איך וועל דיר געבן 8 עקזאמפלען, וועלכע וועלן איבערצייגן יעדן "נארמאלן" מענטש, נאר נישט אזעלכע מאלפע-אייניקלעך, וועלכע זענען עקסטרעם פאנאטיש און בלינד-נאאיוו!
1) וויאזוי האט די מאמע קעצעלע געזייגט איר קינד אין די "ביליאנען/טריליאנען/זיליאנען יאר איידער זי האט געהאט בריסטן?... וואס האט דאס נעבעכדיגע קיטען געגעסן.. ווען האט דאס ארימע קיטען אנגעהויבן זייגן אז ס'האט אנגעהויבן ארויסוואקסן בריסטן פאר די מאמע קעצעלע. פארוואס האט דאס נעבעכעדיגע בעיבי קעצעלע אנגעהויבן סאקן די מאמע אונטערן בויך? - נישט פאני?
2) ווען די קליינע בעיבי טשיק האט געדארפט ארויסקומען פון די אייעלע.. פארוואס איז די אייעלע שאלעכץ פונקט אזוי דיק אז עס די קליינע טשיק קען עס אויפברעכן? ווען עס וואלט געווען א טראפ דיקער, וואלטן די אלע קליינע טשיקס געשטארבן און נישט געקענט ארויסקומען. - ווען עס וואלט געווען א טראפ דינער, וואלט זיך די עגג שעלל צעבראכן איידער די טשיק איז רעדי ארויסצוPOP'ן און ארויסקומען בשלימות? - נישט פאני?
איך האב קיינמאל נישט דורכגעטוהן די אייער, אבער וואטס די ביג דיל? אזוי ארבעט נאטוראל סעלעקשאן, מיוטעישענ'ס קענען פארמירן כל מיני דיקיקייטן פון אייער, און די אלע מיוטעישענס וואס האבן פראדאצירט צו דיקע אדער דינע אייער איז טאקע נישט געבליבן קיין שריד ופליט פון זיי, און וואונדער איבער וואונדער! פונקט די וואס דו באגעגענסט זענען די אייניקלעך פון די אייער וואס זענען געווען די גוטע דיקיגקייט.3) ווען וואסער פאלט צו פיר דעגרי קעלט - ווער עס ווייניגער דענס. און עס הייבט אן פלאוטן און נישט זינקען? - אויב יא, וואלט אלע מארין לייף גע'פגר'ט ווען דער אויבערשטער שיכט ים ווערט געפרוירן... דערוויילט, פלאוט די אייז אויבן, און די וואסער אונטן פרירט נישט? - נישט פאני?
ווען די טעמפעראטור אין די וואסערען וואלטן געווען אנדערש וואלטן אנדערע מינע לייף פארמס עוואלווד, עיין ערך די פאדעלס די זעלבע שעיפ ווי די לעכער.4) ווען די וועלט וואלט געווען 94 מיליאן מייל אוועק פון די זון וואלט די וועלט געווען א שטיק אייז - געפרוירן. און אלעס וואלט גע'פגר'ט. ווען עס וואלט געווען 92 מיליאן מייל אוועק, וואלט פלאנט ערד פארברענט געווארן! נישט פאני?
סתם שטותים ארויסגעזויגן פון פינגער, ווי קול דודי האט שוין געזאגט איז די ארביט נישט קיין פערפעק סירקעל, און גראדע קומט אויס אז די צייט פון יאר וואס מיט זענען די נענסטע צום זין איז אין יאנוואר, אינמיטן ווינדער אויפן צפון העמיספיער, און מיר זענען די ווייטסטע אינמיטן זומער, אין יולי. חוצמזה וואס וואלט ווען די וועלט געווען אביסל ווארימער אדער קעלטער וואלטן די לייף פארמס וואס וואלטן עוואלווד אין דעם וועלט געווען אויסגעשטעלט צו די טעמפעראטורן און וואלטן עוואלווד אויסצושטיין צו יענע אומשטענדען. דו ווייסט אז מיר זענען שוין אריבער אפאר אייז עידזשעס דא און לייף אן ערטה איז נישט געגאנגען שלאפן. דאס איז די קונצליכקייט וואס די בוכ"ע האט אריינגעלייגט אין עוועלושען. 5) היידראדזשין מוזט קאנווערטן .007% פון איר מעס אויף היליום, צו דערהאלטן לייף אויף אונזער פלאנט. - ווען עס וואלט קאנווערטעט א 100'טן ווינציגער .006%, - וואלט גארנישט געלעבט! / איין 100'טן מער .008% וואלט גארנישט געלעבט! נישט פאני?
כדאמירן, פאדעלס. מיין זיידער טעסטיקעלס האבן פראדאצירט מיליאנען ספערם צעלן, וואס זענען די שאנסען אז פונקט איין ספערם זאל אונקומען צום איי? איינס אין א מיליאן, מאכט דען סענס אז פונקט מיין ספערם סעל פון וואס איך בין געבוירן געווארן זאל אנקומען די ערשטע צום איי?6) פלאנעט ערד האט 21 פראצענט אקדיזשען - צוויי פראצענט ארויף אדער אראפ וואלט אלעס גע'פגר'ט - נישט פאני?
ווילסט איך זאל עס זאגן נאכאמאל? פאדעלס. שטעל דיך פאר אז ס'וואלט אלעמאל געווען 32 פראצענט אקסידזשען וואלטן די ברואים וואס וואלטן עוואלווד אונטער יענע אומשטענדען אויך געזאגט אז קוק! אונז קענען אטעמען נאר אין 32 פראצענט אקסיגען, ווינציגער ווי דעם גיען מיר אויס, מער פון דעם ווערן אונזער בלוט צעלן אויפגעבלאזן, און פונקט אין אונזער וועלט איז דא פונקט די פראצענט אקסיגען וואס מיר דארפן האבן, נישט פאני?7) ווען פלאנעט ערד וואלט געווען אזוי קליין וואו רוב אנדערע פלאנעטן - וואלט מיר פארברענט געווארן פון די זון - ווען עס וואלט געווען גרעסער, וואלט אלעס פארפרוירן געווארן, ווייל די זון וואלט נישט געקענט ווארימען און גארנישט וואלט געוואקסן. נישט פאני?
אקעי, כוועל עס זאגן נאכאמאל, ווייסטו וואס? כ'גיי נישט. נאר די אנדערע ברואים אויפן אנדערען פלאנעט וואס איז יא "פונקט" די גוטע גרויסקייט צו ענטהאלטן לייף וואלטן אזוי געזאגט.8) ווען די זון האט נישט די אזאון לעיער, וואלט אלעס חרוב געגאנגען פון די שעדליכע זון שטראלן - ווען דער לעיער איז דאפעלט - וואלט די ליכטיגקייט נישט צוגעקומען צו אונז. - נישט פאני?
די זון האט נישט קיין אזאון לעיער, אבער שוין. פאר א תירוץ קוק אפאר שורות ארויפציהר.איין תירוץ.... איך בין א פאנאטישער דארוויניסט מיט טויזענט קעפ. איינמאל הייסט עס נעטרול סעלעקשאן. ווען עס שטימט נישט געט מען עס א נאמען רענדאם מיוטעישאנס. ווען דאס שטימט אויך נישט הייבט מען אן שימפן און שעלטן און מאקן... יא. @זוכער.
און ביך רעדי פאר אלע קללות פוןן אלע מאנקי אייניקלעך! / NO WAY קען דארווינס BS ענטפערן די 8 פאני זאכן.[/quote]
אויב גייסטו ווילדעווען און האקן אינקאהערענט זאצן גיי איך זיך נישט מתיחס זיין בכלל, אבער אויב וועסטו ענטפערן ווי א מענטש קען מען ווייטער אנגיין. לערן דיך פון ישראל קאפקע, טענה זיך נארמאלערהייט. א דאנק.[/quote]
אויב דו האסט נישט געהערט דעם שיעור פון ר' אביגדור מילער וואס איך האב ארויפגעשטעלט, איז ממש א שאד צו רעדן יעדעס ווארט.
איך גלויב אז נאכן הערן וועסטו כמעט זיכער אליין אפמעקן אלעס וואס דו האסט דא אויבן געשריבן. (פארשטיי אליין פארוואס).