געניאלע איינפאל אנטקעגן היינטיגע ניאו נאצי׳ס

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
קינד_אן_קייט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 495
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 08, 2014 2:29 am
האט שוין געלייקט: 819 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1041 מאל

געניאלע איינפאל אנטקעגן היינטיגע ניאו נאצי׳ס

שליחה דורך קינד_אן_קייט »

שוין יארן וואס איינוואוינער אין Wunsiedel זענען געצווינגען זיך צו ספראווען מיט ניאו נאצי׳ס וועלכע קומען יערליך מארשירן צו רודאלף העס׳ס באגרעבעניש ארט. פאר עטליכע יאר צוריק האט מען אפילו אריבערגעפירט זיינע איבערבלייבענישן כדי פטור צו ווערן פון די חברה עקסטרעמיסטן, אבער ס׳האט קיין סאך נישט געהאלפן.

דאס יאר זענען די שטאט איינוואוינער אויפגעקומען מיט א געניאלע המצאה, אנשטאט זיי צו באלעסטיגן האט מען זיי דאס מאל מקבל פנים געווען מיט פלאקאטען און עסנווארג. פארשטייט זיך אז די ניאו׳ס זענען געווען אנטוישט צו באקומען אזא פריינטליכע אויפנאמע, אבער נאך מער געפלעפט זענען זיי געווארן ווען זיי האבן זיך דערוואוסט, אז פאר יעדע פאר טריט וואס זיי מארשירן ווערט גאר נתנדב געלט פאר א פראגראם וואס העלפט ניאו נאצי׳ס זיך צו ערהוילן פון נאצישע און פאנאטישע אנשויאונגען.

:like

http://www.theguardian.com/world/2014/n ... or-charity

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=KvjIYl_Nlao[/youtube]

להבדיל אלף אלפי הבדלות, איז דאס אפשר אן עצה וואס מ׳קען איינשפאנען אנטקעגן דעם אנשיקעניש פון צימערמאן און לאוב וכת דילי׳, א שטייגער אז פאר יעדע שעה וואס זיי פראטעסטירן וועט מען מנדב זיין א סכום הגון פאר׳ן קרן קיימת לישראל, וכדומה.

וילמדו תועים בינה.
כאן, חבל טבור הארץ.

דער אשכול פארמאגט 2 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר