וואס איז בעסער, ווינטער צו זומער?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16646
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18993 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19325 מאל

וואס איז בעסער, ווינטער צו זומער?

שליחה דורך שמעקעדיג »

וועלעך דא צולייגן ביידע צדדים, וירא הקהל וישפוט!

א. ווינטער איז געשמאקער!

ווינטער! אזא געשמאקע צייט... מיט וואס זאל איך אנהייבן? ברוחניות אדער בגשמיות? מ'דערמאנט זיך עס קומט שוין באלד די לאנגע ווינטער נעכט, אויף וואס קדושי עליון האבן אזוי געווארט דערויף... עס הייבט זיך אן די קלענערע פרייטאגס מיט די לענגערע מוצש"ק, ס'איז פיל געשמאקער ווי זומער, ווען ס'איז פארקערט. דער פרייטאג און שבת נאכמיטאג אזוי לאנג אז מ'קען צופלאצט ווערן פון אזויפיל צייט, און מוצש"ק נאך הבדלה יאגט מען, מען כאפט עפעס אין מויל אריין, און... אין בעט אריין... אויפשטיין מארגן אין חדר/כולל/ארבעט... ווינטער איז דאך א נחת.

עס גייען אוועק די אלע קריכעדיגע און שטעכעדיגע שרצים... געענדיגט מיט די בינען און נודזשענדיגע פליגן, מאסקיטאס און טיקס, מ'קען גיין אין גאס רואיג, א מחי'! מ'קען אויפמאכן א פענסטער רואיגערהייט! אה, מנוחת הנפש! זומער קען מען דאך נישט דעם נאז ארויסשטעקן פון הויז! און ווער רעדט פון די אלע "ווירוס'ן", העי פיבער און ראוז פיבער וואס מאנכע ליידן זיך אן... און ספעציעל די לעצטערע יארן, די "וועסט נייל"...

אצינד, די שוידערליכע היץ לאזט צוביסלעך נאך. מ'זעהט שוין נישט די רעקלאמעס, "איר מוזט טרינקען אסאך וואסער, בלייבט נאר אין קילע צימערן, און גייט נישט אונטער די זון וואס בראהט ווי א פאקל", וכדומה. נאר עס ווערט שוין קעלטער אינדרויסן. מיר ווייסן דאך אלע פון דעם כלל: פון קעלט קען מען זיך באשיצן, מ'פעלצט זיך אן פון קאפ ביז פוס, אבער אנטקעגן היץ, און בפרט די יומידעטי, איז נישט פאראן קיין עצה! מ'בריהט, מ'שוויצט, מ'ווערט איינגעהילט אין א ים שווייס פון אויבן ביז אראפ, און עס איז זייער נישט געשמאק צו לעבן אזוי.

ווינטער איז א געשמאקע צייט... עס קומט נאך א פרייליכן סוכות, וואס הן די נשמה און הן דער גוף זענען אויפגעלייגט, מיט א פעקל מצוות אויף די פלייצעס און גוטע קבלות על העתיד, און ס'קומט בלויז פרייליכע טעג נאכדעם... אזא לעכטיגע חנוכה, גאנצע אכט טעג, און שפעטער דער פורים, און מערערע קלענערע פרייליכע סעזאנען.... (כ"א כסלו פאר די סאטמארע...), חמשה עשר בשבט, און פארשידענס... אפילו די תעניתים, עשרה בטבת און תענית אסתר זענען קורצע תעניתים, און מ'פאסט שוין אויס פריער, און בכלל א קאלטער תענית טאג איז פיל לייכטער אריבערצוטראגן ווי א הייסער טאג.... זומער, ווידעראום, איז עפעס צופיל טרויעריגע טעג. קודם זיבן וואכן ימי הספירה, און שפעטער די דריי טרויעריגע וואכן, און שפעטער דער פחד פון יום הדין... און צופיל לאנגע הייסע שווערע תעניתים...

עס הייבט זיך אן די חתונה סעזאן, יעדע נאכט נאך א 10-20 חתונות בליעה"ר, וואו מ'שטייט און מ'גייט הערט מען שמחות... ב"ה...

און ווען עס פאלט דער שניי, אההה.... א הערליכער בילד ארויסצוקוקן פונדערהיים... בפרט א שבת וואס שנייט, די גאנצע גאס ווערט "שבת'דיג"... די קינדער זענען באשעפטיגט איינגעהילט מיט פעלצן, שניי מענטשן זעהען זיך פון אלע זייטן, און די מייערן סוחרים פארדינען א שיינע מטבע פאר די נעזער....

איך קען נישט מסביר זיין מיינע געפילן ווען איך זעה א שניי. די גאס איז אפגעליידיגט, געזונטער בגשמיות וברוחניות. עס קומט מיר אויטאמאטיש ארויף געפילן פון חשבון הנפש... ווי מ'ליינט אין די מעשה בוכלעך, פון די פראסטיגע נעכט ווען אלע איינוואוינער פון שטאט זענען איינגעהילט אין די פערענעס און קישענעס און שלאפן געשמאק אינעם ווארעמען בעט, אדער קוקט מען ארויס אינדרויסן וואו מ'זעהט נאר ווייס פאר די אויגן... און פונדערווייטנס הערט זיך א שטימע פון לערנען, אה, א קול תורה... אדער א חשבון הנפש, צו גאר תיקון חצות.... (פארשטייט זיך אז איך בין פון די מענטשן וואס זענען אין בעט און האבן ליב צו הערן "יענעם" לערנען... אבי כאטש איך האב ליב א קול תורה...)

עפעס איז אזוי קאלעמוטנע אויפן הארץ, ווייניגער קארס פארן צוליב די שניי, און דער גאנצער ארום איז ליידיג, און צומאל כאפט זיך אריין אזא צובראכנקייט אויף דעם פוסטן גשמיות'דיגן לעבן, מ'וויל עפעס זיך אויסוויינען ס'זאל ווערן גרינגער אויפן הארצן, קומט פונקט גוט אריין די ימי השובבי"ם, קורצע תעניתים ווער עס וויל פאסטן, און א גוטע געלעגנהייט זיך צוריקצוקערן צום טאטן אין הימל....

ווער רעדט נאך חנוכה, ווען פון אלע הייזער, טראץ דעם טונקעלן אפגעליידיגטן גאס, שיינען ארויס ליכטעלעך, א ווארימע ליכטיגקייט, וואס שיינט באמת אריין אין הארץ, און באלייכט די ווינטערדיגע פינסטערקייט, ווי די ספרים טייטשן אויפן פסוק אין תהלים "כי אתה ה' תאיר נרי ה' אלקי יגיה חשכי".

זומער קען מען דאך נישט ארויסגיין אויפן גאס. אפגערעדט ברוחניות, ווען הונדערטער פרויען און מיידלעך שפאצירן די גאנצע לענג און די ברייט פון די גאסן, און די אנדערע גייען נישט צניעות'דיג, און מ'דארף האבן שמירת עינים פילפאכיג מער פון ווינטער... וויפיל ווארענען די משגיחים ספעציעל אין די זומער טעג אויף שמירת עינים... בפרט שבת נאכמיטאג, מ'וויל גיין אין ביהמ"ד און די פרויען שטייען (כ'מיין, גייען) אין וועג... ס'טוט זיך א הוהא, קולות און א געפילדער, מ'האט נישט דאס ביסל "פרייוועסי".... בקיצור, ווינטער איז געשמאק ברוחניות ובגשמיות, מער רילעקסינג, און זומער דאס פארקערטע... ממש אן אפקומעניש....

שבת נאכמיטאג... אהה, מען ליגט אין בעט, מען כאפט א קורצן דרימל, דער טונקעלער הימל, און די ווינטן וואס בוזשעווען שלעפן איין, נישט אזוי? אוי, זומער דאגעגן, וויל איך זיך ניטעמאל דערמאנען. די גאס איז פול מיט קינדער, מיט קולות רבים אדירים, רעש גדול אדיר וחזק משמיעים קול, מ'קען נישט קיין אויג צומאכן. א גאנצע וואך הארעוועט מען שווער, און דעם איינציגן טאג פון די וואך, שבת יום מנוחה, האט מען נישט קיין מנוחה.....



ב. זומער איז געשמאקער!

אנדערע טענה'ען פארקערט. זומער איז פיל געשמאקער. ווי אזוי רופט מען נאר דעם זומער? "דער ליבער זומער". וואס עפעס אזא צונאמען "ליבער" זומער? הלא דבר הוא! משמע שיש דברים בגו, נישט אזוי?

פילע מענטשן גלייכן מער א לעבעדיגע גאס, פול מיט קינדער, אויף די ביציקלעך און אויף די דעכער און אויף אלע ארבע כנפות הארץ, אזוי אויך די "דרייווערס" וואס פירן די קארס גלייכן זומער בעסער ווי ווינטער, און פארוואס דען נישט, זיי האבן דאך פיינע קאלטע עירקאנדישאן אין קאר, די היץ שטערט זיי לגמרי נישט, און צופיל פראבלעמען פון די הייסע וועטערס מאכן זיך נישט, נאר פון די קעלט. פון די קעלט ווערן די קארס פארפרוירן צום טויט מיט זייערע באטעריען, און אויף שניי קען מען שוואך פארן, אפגערעדט אויב עס איז גליטשיג ה"י, איז עס א סכנה פאר זיך און מ'שטעלט אנדערע אויך אריין אין געפאר, נו מה לנו ולצרה הזאת, טענה'ן די דרייווערס, לאז בעסער זיין ווארעם א גאנץ יאר, און פטור אן עסק.

וואס נאך? אודאי ברוחניות האט מען געהויבענע טעג, אזא יו"ט פסח מיט די ליכטיגע סדרים, און דערנאך די ימי הספירה א הכנה אויף שבועות און קבלת התורה, וואס ווער עס האט נאך א שטיקל אידיש געפיל שפירט א גרויסע התעוררות אין די ימים טובים ווען מ'קען זיך אויסבעטן אלעס גוטס און זיך אנזאמלען השפעות אויפן יאר, און אודאי אויך די ימי אלול און תשרי וואס קומען דערנאך איז א גרויסע עליה ברוחניות, אזעלכע הייליגע טעג וואס באגלייט דעם מענטש אויף א גאנץ יאר דערנאך. אויך איז נישט אוועקצומאכן די שיינע פרקי אבות וואס מ'הערט פון מגידים ומגידים שונים יעדן שבת נאכמיטאג, נאכן זיך אויסשלאפן א גוזמא'דיגע 4-5 שעה... אבער בגשמיות זעה איך נישט עפעס ערנסט. אבער דאך, די עלטערע אידן פארן דאך שטענדיג אויף די ווארעמע מקומות, זעהט אויס אז פאר עלטערע אידן איז געשמאקער די היץ.

די טאטעס און מאמעס פרייען זיך אביסל אז די קינדער פארן אין די קעמפס, אוועק, און אביסל מנוחה. מ'קען זיך אויסטשוכען, און די קינדער ווידעראום פרייען זיך צום טויש, מ'גייט שווימען, מ'האט פארשידענע אינטערעסאנטע זאכן, אייזקרעים, און נאך שפילערייען, טריפס, וכדו', ביז סוף זומער ווען עס ווערט מקויים "והשיב לב אבות על בנים ולב בנים על אבותם". אויסער דעם קען מען שפאצירן אויף די פרישע לופט (ווען עס איז נישט צו הייס), מ'קען גרינגער אנקומען אויף די פלעצער וואס מ'דארף, וכדומה. אדער פארט מען סתם אליין וואקאציע. טייל פארן אליינס ארויס אויף די בערג, וואו ההרים והגבעות יפצחו לפניכם רנה וכל עצי השדה ימחאו כף... וואס קען דען זיין בעסער ווי לערנען אונטערן שאטן פונעם בוים בשעת א געשמאקן ווינטל בלאזט אוועק די פיאות און מישט אריבער דעם בלאט גמרא אויטאמאטיש.... און די פייגלעך טוויטשקען ארום און זינגען פרק שירה, וקול התור נשמע בארצינו...

---------------------------------------------------

סוף דבר: וואס איז טאקע בעסער?

די אונטערשטע שורה איז: עס ווענדט זיך אויף וועלכע האלבע גלאז מען קוקט! אויף די פולע אדער די ליידיגע!...
וירח ה' את ריח הניחוח

דער אשכול פארמאגט 39 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר