אידישע משפחות פארטריבן פון וויליאמסבורג בנין

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

outspoken האט געשריבן:ער האט פארקויפט די דירות פאר בערך $250 א ס''פ, ביים וועלן צירוק געבען די דיפאזיט האט די מארקעט געהאלטן ביי $400 א ס''פ, די (נישט געווארענע) טענענטס, האבן געהאלטן אז ער וויל דאס פארקויפען פאר גוים.

דעיס איז אן ערנסטע חושן משפט שאלה. נאר ס'איז נישט פאר בעלי עגלות אדער שיפ'ס קאפיטאנען צו פסק'נען...דער פראבלעים איז, אבער אז, א גרויסער טייל פון די רבנים וועלכע וואלטן געדארפט ברענגען דעם דבר ה' צו די אידן, זענען ליידער אינגאנצן קארופט...!
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
האט שוין געלייקט: 269 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל

שליחה דורך outspoken »

יעדער איד איז דאך מחיוב עפעס צו טון דערוועגן, האב איך געטראכט א שטיקל פלאן פאר די אידן אז זיי זאלן נישט בלייבן אויפן גאס.

מ'זאל די דירות פארקויפען פאר גוים פאר $650 א ס''פ, פארהאנדלען מיט די באנק אז מ'זאל זיי צירוק געבן די 200 אלפים, אפקויפען 9 הייזער אין בלומינגבערג פאר א גוטן פרייז, זיי און כלל ישרא' וועלן פארדינען.

אדרבה,אז איר האטס בעסער'ס שרייבט'ס, ווייל סאכדעס האט פאר זיי זיכער נישט בעסער'ס...
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
Kool man
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 4:43 pm
האט שוין געלייקט: 747 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 564 מאל

שליחה דורך Kool man »

זעכער זוכט מען וועמען צו בלעימען, און די רבנים זענען שטענדיג די ערשטע און באקוועמסטע אפשען, [נישט פאר דעם זענען זיי דא? ;) ], רבנים = שטר מאכערס שטעלען צו וואס מ'באשטעלט פון זיי, אין די פעלער ווערען די שטרות באשטעלט דורעך די מוכרים און דעוועלאופערס, און ווערט באצאלט דורעך די וואס האבען עס באשטעלט, די קונים האבען די ברירה דורעכצוליינען די שטרות און דיסיידען אויב זיי זענען באקוועם מיט די שטר אדער נישט, און זיי האבען די ברירה נישט צו קויפען, דער מוכר האט די ברירה צו מעקען אדער צולייגען זאכען אויף די פארלאנג פון די קונה, אויב דער מוכר וויל נישט, און דער קונה קויפט דאך, איז עס אדער די קונה'ס שולד, אדער העכסטענס די מוכר, די רב באשאפט נישט קיין טערמס און קאנדישענס, ער שטעלט צו פאר זיין קליענט וואס מ'האט ביין'אים באשטעלט

ווי איך זעה ווערען פארקויפט הונדערטער און אפשר טויזענטער דירות, און ס'די ערשטע מאהל איך הער פון אזא שרעקליכע מעשה, קוקט אויס ס'יז מער צווישען קויפער און מוכר ווי רבנים [שטר מאכערס בלע"ז]
וויליאמסבורגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 503
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:16 am
האט שוין געלייקט: 501 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 460 מאל

שליחה דורך וויליאמסבורגער »

די שעריפס זענען גרייט
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ווילאמסבורגער: פארוןואס זענען די שעריפים דארט? וועימען דארפן זיי ארויסווארפן?...!
יאסל ראקאווער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 635
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל

שליחה דורך יאסל ראקאווער »

פון ווי נעמט זיך די הלכה אז איינער וואס שטעלט זיך נישט צו דין תורה און איז "לא ציית דינא" ביי איין סכסוך, איז אלע זיינע שטרות וואס איז געמאכט דורך א היתר עיסקא, "כל שטרות שיש לו על אחרים, הם בכלל שטרות שיש בו ריבית, שאין גובין אפילו את הקרן"!

איך קען פארשטיין אז די רבנים ווילען ווייזען מיטלייד מיט זייערע פריינט און טרייען אויסצוניצען זייער טיטלען און כוח בית דין צו משפיע זיין  און א ווייטיגליכע אפערע אבער פון נעמט מען די היתר זיך אויפצופירען ווי גענגסטערס? ווער גייט בארגען געלט אויף עיסקא פאר א היימישע ייד אז ווען ס'קומט צו אנקעסירען שטייט מען vulnerable צו מאפיא שטיק פון א pack of wolves.

ווי איך הער האט סעפדי א היתר בית דין פון עפעס א יאנקי מארקאוויטש, וואס גיט אים א רעכט צו גיין אינפארסען זיין מארטגעדזש, די היתר ליגט אוועק געלייגט ביי די חב"ד רב פון סאוט פלארידע אין זיין שיפלאד.

די מקוה ייד מיט דיינע לויערס האבן דיר געזאגט גייסט געווינען אלעס. מ'גייט נישט קענען עוויקטען ווייל ס'איז א קאמיוניטי פעסיליטי און נאך שיינע לומדת. יעצנו רע. האסט געהאט שרעקליכע נישט אויסגעטראכטע עצות און יעצט איז רח"ל צו שפעט.

לאמיר זאגען תהלים און מתפלל זיין אז די אייבישטע זאל אריין שיקען א רחמנות אין די הארץ פון די הארד מאני לענדער וואס איז רייך געווארן פון היימישע יידען און זאל ער כאטש נישט טון זאכען וואס מאכט נישט קיין סענס פון א ביזנעס בליק נאר נקמה
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
וויליאמסבורגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 503
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:16 am
האט שוין געלייקט: 501 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 460 מאל

שליחה דורך וויליאמסבורגער »

/
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

איך האלט אז איצט האט איסטערן יוניען א פרייע פעלד צי פארקויפן פאר גויים, ווייל קיין שום איד טאר דאך נישט קויפן.
איך גלייב אז איינער וואס טראסקעט ארויס ניין משפחות אויפן גאס, ציטערט נישט פארן גרויסן כוח הרבנים, על כן איז דאס א נערישער שריט, זיי ברויכן וועין אפקויפן די דירות, ענדערש ווי זיך שלאגן בדין, אדער זיי אראפ ברעינגן צי די קני, אז זיי זאלן זיך קומען בעיטן מען זאל זיי ארויס לאזן פינעם געשעפט.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

ווי איך ליין, האט דער עולם אביסל פאלש ארויס די זאך. זיי האבן נישט אפגעקויפט קיין שום נאוט, זיי זענען געווען די פריוואטע הארד-מאני לענדערס. זיי בארגן געלט אויף עיסקא און אויב צאלט מען נישט טוהן זיי וואס זיי טוהן דא.

למעשה פאר וואטעווער ריזען, איז די לאון נישט געצאלט געווארן דורכן דעוועלאפער. שוין א שיינע פאר יאר וואס די מלווים האבן פרובירט צו פארהאנדלן מיט די קונים, זינט דער לוה לאכט.

די קונים שרייען אונז ווילן מיר נאר צאלן 250 דאלער א סקווער פיס (למשל) און די מלוה זאגט, אלעס פיין אין וואויל, אבער איך ליג דא מיט נאך אפאר מיליאן דאלער אין דעם פראיעקט, איך וויל דאס צוריקזעהן, ס'אינטערסירט מיך נישט אז ס'גייט אויסקומען אז דו גייסט צאלן $400 א ס.פ.

באמת, די קונים קענען סך הכל רופן צו דין תורה דעם דעוועלאפער. און בעטן די איבריגע געלט, אדער טוהן וואס זיי פילן ס'איז ריכטיג.

די לענדערס האבן פרובירט צו פארהאנדלן די לעצטע פאר יאר, מ'האט זיי איגנארירט גענצליך ביז זיי האבן געפיילט פאר פארקלאוזשער אויף אלע דירות, דאן האט מען זיי געאאפערט א דיעל וואס זיי וואלטן ווען דערלייגט אפאר מיליאן דאלער, די קונים שרייען אז די קרן וואלטן זיי צוריקגעמאכט, ס'איז סך הכל די ריווח וואלטן זיי נישט געמאכט, די לענדערס זאגן זיי זענען אקעי... אדער מאכן זיי צוריק די געלט אדער שטעלן זיי ארויס יעדעם און פארקויפן די דירות מארקעט פרייז און מאכן צוריק וויפיל זיי האבן געטראכט זיי גייען מאכן.

אפילו נאך די פארקלאוזשער, האבן די קונים געשפילט א שטיקל געים. יעצט ווען ס'איז א פאקט מיט די עוויקשאן שרייען זיי און וויינען... האבן זיך ענדליך אביסל צאמגענומען און געשיקט אן הזמנה און לויפן ארום כאפן חתימות. גיי ווייס ווי זיי זענען געווען אפאר וואכן צוריק אין די טאג וואס די עוויקשאן נאטיס איז אנגעקומען?? האסט פשוט נישט געגלייבט אז ס'גייט פארסירן????

אגב, זיי צו סטראשענען אז קיין איד וועט נישט קויפן א דירה דארט איז נאריש און גאר א ריסק, ווי ס'קוקט אויס וואוינען נישט די לענדערס אין וויליאמסבורג, און וואלטן קיין פראבלעם געהאט אריינצורוקן די נידריגע אויסגעלאסענע בלעם'ניקעס AKA ארטיסטן בלע"ז...
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל

שליחה דורך דריידל »

די מידיא איז יעצט דארט.
פארוואס איז די שעריף דארט, איז נאכנישט יעדער ארויס?
פארדריי די דיר דיין קאפ
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

דעס אז די מידיא איז דארט איז ווייט פון א מעלה... וואס ווארט מען?? מ'זאל אויפפיקן דעם לוה/דעוועלאפער? צו מ'זאל גאר אויפפיקן די קונים....? וד"ל.

IMG-20141120-WA066.jpg

IMG-20141120-WA065.jpg


די שעריף'ס זענען דארט ווייל נישט יעדער איז ארויס, די עוויקשאן נאטיס איז אין אפעקט פאר יעדע מינוט וואס די לענדערס קענען אראפקומען און מאכן זעכער אז יעדער איז טאקע אינדרויסן, אבער אפיציעל האט מען פארלענגערט די פארהאנדלונגן פאר נאך א וואך, נאכן דורכפאלן איטליכע מאל אין די לעצטע דריי פיר וואכן.

IMG-20141120-WA061.jpg


און דאס הענגט מען ארום....

IMG-20141120-WA064.jpg
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

לויט ווי מ'ליינט דא אויפ'ן אשכול איז דער מעשה ווי פאלגענד:
א איד האט געקויפט א שטיקל קרקע און געבארגט געלט פון א צווייטע איד דערויף. דער מלוה האט מיט איהם א היתר עיסקא, הייסט'ס ער איז א שותף אינ'ם געשעפט, און ער באקומט פערצענט'ן ווייל דער 'לוה' וויל נישט מאכען א שבועה אין ב"ד וועגען די רווחים (אזוי גייט די קונץ פון היתר עיסקא). יעצט גיבען די קונים געלט פאר'ן ביזנעס (הייסט'ס ביידע שותפים) צו קויפען דירות א דבר שלא בא לעולם. דער מוכר נעמט די געלט און נעמט זיך בויען, אבער ער טוט א נאכלעסיגע ארבעט און ער בויט נישט צו דער זאך. די קונים האבען אליינס אינוועסטירט געלט צו ענדיגען די דירות (וואס באלאנגען צום ביזנעס) און זיי ציען זיך אריין, אין דירות וואס באלאנגען נאך נישט צו זיי. יעצט וויל די 'מלוה' צוריק זיין געלט פונ'ם פראיעקט און ער הייסט די קונים אפפיצען פון דאנעט.
יעצט לאמיר זען די הלכה. די קונים האבען געקויפט א דבשלב"ל, און ס'באלאנגט גארנישט צו זיי. זיי האבען א רעכט צו זייער געלט ותו לא מידי. כפי דברי הגמ' ב"מ סו: דארפען זיי באצאלען שכר דירה אויך פאר די צייט וואס זיי האבען געוואוינט (הדרא ארעא והדרא פירי). נאר טאמער ס'איז דא א סיטומתא, א מנהג, אז מ'קען קויפען א דבשלב"ל, דוכט זיך אז ר' שלמה קלוגער קלערט פאר א שאלה צו ס'העלפט. (חכמת שלמה אויף שו"ע חו"מ אדער ר"ו הלכות סיטומתא אדער רי"ב הלכות דבשלב"ל, קוקט'ס עס נאך) אבער יעצט איז דער מנהג נישט אזוי וויכטיג, ווייל ס'איז נישט געטוהן געווארען באופן המנהג, נאר אונטער'ן טיש.
די קונים האבען אבער די ערשטע רעכט אויף די נכסים פונ'ם ביזנעס. פאר דער 'מלוה', ווייל דער מלוה אי א שותף, און ער איז פונקט אזוי שולדיג פאר'ן קונים ווי די דעוועלעפא"ר. מסתמא וועגען דעם האבען די רבנים געזאגט אז אויב ער פיהרט און מאנט ווי א מלוה, זענען זיין שטרי עיסקא באמת נישט גילטיג, ווייל ס'איז קיינמאל נישט געווען קיין עיסקא, נאר א הלוואה, וואס אויף דעם האט דער תורה גע'אסרט רבית.
ס'איז דא נאך זאכען צו טראכטען, אבער פאר א התחלה איז דא וואס צו טוהן. טאמער איך האב געמאכט אטעות אינ'ם מעשה אדער הלכה, ביטער ערקלער מיר.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

יא דער טאג איז דא!
די גאנצע גאס איז פיל מיט מאווינג טראקס (ווען איך ווייס ווען עפעפן איך ווען א מאווינג קאמפעני פארן היינטיגען טאג).
איך גלייב אז מזל טוב מאווערס גייט געבען קידוש דעם שבת, ער האט היינט א גיטן טאג.
3 sheriff cars זענען פארקירט ארום די בנין.
די טרעפיק ארום איז גאנץ ביזי מיט קארס אין מענטשען וואס וואקן דורך (פערצאפעל האבן זיי אלע געדארפט דא דורך גיין היינט נוסח וויליאמסבורג)
nbc news האט צווי ווענס אופן פלאץ.
דורשטיגע news reporters זיכן צו רעדן צום עולם.
attention seekers ניצן אויס די איינמאליגע געלעגנהייט צו רעדן צו די מידיע.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

אז מ'רעדט שוין מיט די מידיא, ביטע גיב איבער אז איך האב א קאר צו פארקויפען. ווער עס וויל עס זען זאל זיך מעלדען צו מיר אין ק"ש. פארוואס זאל מען לאזען לריק אונזער געלעגענהייט צו רעדען פאר'ן וועלט? לאמיר מאכען אפאר דאללאר דערויף.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

פארגעסען נאך א הלכהדיג'ע נקודה.
די ארבעט וואס זיי האבען אריינגעלייגט אינ'ם דירות און די געלט איז אזוי ווי א יורד שלא ברשות. זיי האבען דאך יורד געווען אדעתא דנפשייהו, און שלא ברשות. ממילא קומט זיי גארנישט. אפילו ווען ס'וואלט זיי יא עפעס געקומען, איז דאס נאר יציאה שיעור שבח, הייסט'ס די קלענסטע מאז געלט, אדער זייערע הוצאות, אדער די שבח פונ'ם בנין וואס איז ארויס פון זייער געלט. נישט מער. אבער יעצט אז זיי האבען יורד געוון אדעתא דנשפייהו, איז דא א שו"ת מהר"ם געברענגט אין שו"ע אז זיי באקומען גארנישט.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין מיט די מידיא, ביטע גיב איבער אז איך האב א קאר צו פארקויפען. ווער עס וויל עס זען זאל זיך מעלדען צו מיר אין ק"ש. פארוואס זאל מען לאזען לריק אונזער געלעגענהייט צו רעדען פאר'ן וועלט? לאמיר מאכען אפאר דאללאר דערויף.

איך מיין אז איך גיי מיר צוריקן צו זיי און אריינזאגן עטליכע אדווערטייזמענטס ווי: קויפן קויפט מען ביי קויפמאנס. ווילט איר פארלירן 30 פונט אין 30 טעג. תהילים כולל #8 האט זיך יעצט געפענט ביי רבי מאיר בעל הנס. מעקסי העלט האט ערצייגט די מאכטפולע מעקסי מעשיגע ווייטעמין געאייגענט פאר קליין און גרויס. ווי אזוי זאגט יעדער שטריימעל צענטער האט עס געמאכט. קינגס קאונטי אוטו באדי.
וויליאמסבורגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 503
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:16 am
האט שוין געלייקט: 501 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 460 מאל

שליחה דורך וויליאמסבורגער »

די פארטריבענע משפחות :cry: :cry:
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
האט שוין געלייקט: 269 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל

שליחה דורך outspoken »

עיני עיני ירדה מים, מ'רעדט נישט דא פון אינוועסטערס פליפערס וכדומה, מ'רעדט דא פון אידן וואס האבן זיך צוזאמען געבארגט שווערע געלטער צו האבן א דאך העכערן קאפ פון זייער משפחה, בשעתן קויפן איז געווען אנדערע בילדערס אזוי ווי דושונסקי, מאיר שטערן און נאך, וואס נאך א יאר האבן אלע געקלאסט און די עולם ווייסט ב''ה פון קיין צרות, ווידער די וואס האבן דא געקויפט לעבען שוין די אלע יארן מיט פחד בבקר תאמר מי יתן ערב ובערב תאמר מי יתן בקר מפחד לבבך. אוי דארפן די וואס די רבוש''ע האט אפגעראטעוועט פון דארט צו קויפען דאנקען די באשעפער א גאנצען טאג.
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:פארגעסען נאך א הלכהדיג'ע נקודה.
די ארבעט וואס זיי האבען אריינגעלייגט אינ'ם דירות און די געלט איז אזוי ווי א יורד שלא ברשות. זיי האבען דאך יורד געווען אדעתא דנפשייהו, און שלא ברשות. ממילא קומט זיי גארנישט. אפילו ווען ס'וואלט זיי יא עפעס געקומען, איז דאס נאר יציאה שיעור שבח, הייסט'ס די קלענסטע מאז געלט, אדער זייערע הוצאות, אדער די שבח פונ'ם בנין וואס איז ארויס פון זייער געלט. נישט מער. אבער יעצט אז זיי האבען יורד געוון אדעתא דנשפייהו, איז דא א שו"ת מהר"ם געברענגט אין שו"ע אז זיי באקומען גארנישט.


עס איז א שולחן ערוך. מען באקומט לפי ההוצאה.

אבער מען דארף זיין היבש קרום זיי דן צו זיין וי א יורד שלא. רשות.

דאס איז חוץ דער צד אז זיי האבען באצאלט מער ווי מען מעג לעגאל ממילא איז דא דער בית שלמה וואס האלט אז אידרוף הייסט קנין כסף.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

יע איך בין נבהל ונשתומם ווי די רבנים דערמאנען נישט קיין אות אחת אפילו ברמיזה די ציפקע צרות וואס די קונים האבען אויסגעטיילט פאר די אינוועסטערס מיט אלע מינע דריידעלך כנוסח ווילי [און אויך ווערט נישט דערמאנט דער גנב בזוי דער ערשער בילדער].

לויט ווי איך האב ערגעץ געליינט האבען זיי שוין עטליכע יאר נישט געצאלט גארנישט נישט קיין מארגעדש און אוודאי נישט קיין רענט אזוי אז אפילו נאר די געלט אליינס איז א סכום נכבד מאוד ,איך וואלט זיך געפרייט אויב איינער וואס איז בקי בטיב הדברים קען דאס מאשר זיין אדער מכחיש זיין.

איי געסס געוויסע רבנים לעבן נאך אונטער א אילאזיע אז די קאלענדער ווייזט יארע 1960 און פארשטייען נישט אז היינט איז זייער שווער געווארן צו פארקויפן קרעפלך פארען עולם.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
signout
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1415
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:50 pm
האט שוין געלייקט: 1207 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

שליחה דורך signout »

זייט עס איז ארויסגעקומען רבנים זיך אננעמן פאר די רוכשים, נעמען זיך אלע סעלפ העיטינג חברה אן פאר די לוה #טיפיקעל
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

מיסטער ארויס ,איך מיין אז איך בין דשוסט עבאוט עז פאר פון סעלף-העיטינג ווי עס איך שייך דא אויף ק''ש ,אבער זאכן דארפן מאכן סענס ובלע''ז It doesn't pass the smell test.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

signout האט געשריבן:זייט עס איז ארויסגעקומען רבנים זיך אננעמן פאר די רוכשים, נעמען זיך אלע סעלפ העיטינג חברה אן פאר די לוה #טיפיקעל

ווער איז פיל מיט העיט? ווער ס'טרייט צו מאכן סענס פון זאכן אדער ווער עס האלט אין איין שרייען "סעלף העיטינג, סעלף העיטינג"??
פארשפארט