(A Time for Music 28 (HASC

אלעס איבער דעם עולם המוזיק
רעאגיר
באניצער אוואטאר
לאליפאפ
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1281
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 306 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 850 מאל

(A Time for Music 28 (HASC

שליחה דורך לאליפאפ »

די מודעה איז דא און די מוזיק וועלט גרייט זיך.

יא! דער אכט-און-צוואנציגסטער העסק שאו קומט פאר אין עטוואס מער ווי א חודש ארום, און או גייט עס זיין א שאו..

יעקב שוועקי - דער שטערן וועלכע שטעלט זיך נישט אפ פון ארויסגעבן נאך און נאך היטס, און אן אלבום כמעט יעדע יאר דערווייל, איך מוז געבן א געמבל דא, דאס אז איך האלט אז יעקב גייט זינגען "לכל זמן", פון זיינע שטערקסטע ניגונים אויפן קולות דיסק.

פון מיין פערספעקטיוו איז נאך דא עפעס מער ווי דעם.. יאפ

שמחה ליינער

שמחה שמחה.. ווי הייב איך אן? די שטימע, די פאוער, די צויבער.. א כוכב פון א מין. פאר ווער עס האט נאכנישט געהערט זיין ערשטן און יעצטיגן אלבום פתחו לי ווייסט נישט וואסערע שטערן די עולם הנגינה פארמאגט. סיי שטייט און סיי לעבעדיג ביידע האט ער אין די הענט, אינגאנצן. ער וועט גאנץ זיכער זיין די היט פון די שוי!

איך האף נאר אז בעני זאל אים נישט שטעלן אין שאטן..
פון בעני דארף מען דאך נישט רעדן בעני האט שוין ביי 27 געמאכט א דזשאב אזאנס און אזעלעכס, דער יש תקווה האט אזוי געראקט.. איך האף אז ער האט נאך עפעס מיט וואס איבערצושטייגן פון יענעם שאו.

פון עיבי ראטענבערג און דעדי וועט איר שוין מוזן הערן ביים שאו אדער פונעם ריקארדינג, כאטש וואס דער אחרון איז חביב האב איך נישט צובאקומען מער חשק צו קויפן דעם טיקעט זעענדיג זיין נאמען..

מוזיק איז דורך די נגינה ארקעסטרא - יוחי בריסקמאן, איך ווייס נישט ווי קנאקעדיג דאס איז אבער לכאורה זייער פראפעשענעל, און זמירות קווייער איז לדעתי א דאונגרעיד פון שירה.
בייגעלייגטע פיילס
IMG-20141119-WA0093.jpg
IMG-20141119-WA0093.jpg (89.85 KiB) געזען געווארן 1879 מאל

דער אשכול פארמאגט 10 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר