זוכער האט געשריבן: דער גלויביגער אבער מוז זיך מעטשען פארוואס גאט האט גערוהט דעם 7'טאן טאג, די בריאה גייט געהעריג אן, און ווערט נתחדש יעדע סעקונדע.
פאר בערך די זעלבע סיבה פארוואס די בריאה איז אנגעגאנגען די 2500 יאר ביז מתן תורה.
זוכער האט געשריבן: דער גלויביגער אבער מוז זיך מעטשען פארוואס גאט האט גערוהט דעם 7'טאן טאג, די בריאה גייט געהעריג אן, און ווערט נתחדש יעדע סעקונדע.
סודני האט געשריבן:וויל איך אייך פרעגן דער עוואלאשניסט איז מסביר אז אלעס וואס איז דא איז פערצופאל אזוי געלונגען, ס׳האט נישט געהאט קיין שום פלאנירער, וועגן דעים וועט ער פרובירן אנוויזן כסדר אז געוויסע נבראים זענען נישט פערפעקט, אין דאס איז די פאדאמענט פין עוואלוציעניסטן. אינטעלג׳נט דיזיין זאגט אז וואס די זעסט איז פלאנירט במחשבה תחילה ער איז אויך מודה אז דאס האט גיקענט האבן א פראסעס אויפן וועג, וויל איך אייך פרעגן ווען איר זאגט אז עס איז דא גאט אין גאט האט באשאפין די נאטורן זענט איר נישט שוין אויפן פלאץ מחולק מיט די פאדאמענט פין די עוואלאשניסט, וויל די רגע איר זאגט אז איינער האט באשאפין די נאטורן איז דאך שוין דא א פלאן צי די גאנצע בריאה. אין די tools צי דעים פלאן איז די נאטור, איז ווי פונקטליך זאגט איר אנדערש פין די וואס האלטן אינטעלגט דיזיין .
סודני האט געשריבן:אין בכלל וויל איך פרעגן דעים עוולושניסט. ער לאזט נישט פרעגן ווער עס האט באשאפין די נאטור אין ער זאגט כסדר איך רעדט נאר נאכדעים וואס נאטור האט שוין דיקטאקטירט. פארשטיי איך נישט ווי אזוי קען מען אנהייבן זאגן יא פלאנירט נישט פלאנירט ווען מיר ווילן נישט קוקן אויף די כלים מיט וואס די בריאה איז באשאפין גיווארן, וויל דאס איז דאך קלאר אויב האט מען די כלים געמיזט באשאפין איז דאך אוטימאטיש מוכרח אז עס האט יא געהאט א פלאן מתחילה איז ווי אזוי קען מען באמת דן זיין די בריאה צי עס איז מיט א פלאן אויב. מיר ווילן נישט דן זיין אינאיינעם פין ווי נאטור קומט.
איך וועל איבער חזר׳ן מיין שאלה מיר פרעגן דעים סייענטיסט איז די בריאה צישטאנד געקומען ביי עקסידענט ענטפערט ער אז יא , פרעגן מיר עים ווער האט באשאפן נאטור זאגט ער אז מיר ווייסן נאכנישט אין דאס איז די שיינקייט פין סייענס מ׳קען אין מ׳מעג ענטפערן אונז ווייס מיר נישט. אז איר ווייסט נישט צי די נאטור איז באשאפין גיווארן צי. נישט ווי אזוי קענט איר זאגן אז די גאנצע בריאה איז א צי פילג אז די סייענטיסט ווייסט נישט פין ווי נאטור קען מען דעיס אויך נישט ווער עס קען זאל. מר ביטע ארויס העלפן
זוכער האט געשריבן:
אויב דו האסט נישט געהערט דעם שיעור פון ר' אביגדור מילער וואס איך האב ארויפגעשטעלט, איז ממש א שאד צו רעדן יעדעס ווארט.
איך גלויב אז נאכן הערן וועסטו כמעט זיכער אליין אפמעקן אלעס וואס דו האסט דא אויבן געשריבן. (פארשטיי אליין פארוואס).
בלויז א קליינע הערה; די I D גלויביגער זענען מודה אז נאטורליכע סעלעקציע האט געהאט א חלק אינעם לעבן צוזאמשטעל, זיי טענה'ען אז "בלויז" דאס, איז נישט גענוג, און ס'דא געוויסע אירעדוסאבל קאפלעקסיטיס (Blood clotting, bactirial flagellum) וואס וואלט נישט געקענט צושטאנד קומען דורך נאטורליכע מעטאדן.יידל האט געשריבן:
intelligent design קריגט זיך נישט אויף common descent. זיי קריגן זיך נאר אויף natural selection. מיט וואס קריגן זיי זיך? עוואלושינסטס - אדער בעסער געזאגט: דארוויניסטן - האלטן אז נעטשורעל סעלעקשאן איז די פראצעדור וויאזוי נייע ספישיס ווערן באשאפן
געפילטע פיש האט געשריבן:זוכער האט געשריבן:
אויב דו האסט נישט געהערט דעם שיעור פון ר' אביגדור מילער וואס איך האב ארויפגעשטעלט, איז ממש א שאד צו רעדן יעדעס ווארט.
איך גלויב אז נאכן הערן וועסטו כמעט זיכער אליין אפמעקן אלעס וואס דו האסט דא אויבן געשריבן. (פארשטיי אליין פארוואס).
און אויב דו האסט נישט דורכגעליינט די לייברערי אוו קאנגרעסס איז א שאד צו רעדן מיט דיר.
זאלסט מיר זייער אנטשולדיגן, אבער דו בעטסט דיך ברחמים שוין אפאר טאג מ'זאל דיר ענטפערן דיינע אכט באמבע קושיות און קיינער האט זיך נישט געקימערט, ענדליך האב איך רחמנות באקומען אויף דיר קענסטו מיר נישט שיקן צו א דרשה, זיי מוחל און ענטפער מיר א תירוץ. אדרבה, דו האסט דאך אינפארמאציע ביי דיר וואס וועט מיר מאכן חרטה האבן און אויסמעקן מיינע תגובות, אלץ אל תמנע טוב מבעליו וואלט געווען א שיינע זאך ווען דו ענטפערסט.
ביבער האט געשריבן:זוכער האט געשריבן: דער גלויביגער אבער מוז זיך מעטשען פארוואס גאט האט גערוהט דעם 7'טאן טאג, די בריאה גייט געהעריג אן, און ווערט נתחדש יעדע סעקונדע.
פאר בערך די זעלבע סיבה פארוואס די בריאה איז אנגעגאנגען די 2500 יאר ביז מתן תורה.
מאטי האט געשריבן:באמת איז דער ענין פון שמירת שבת א וויכטיגע פראגע לויט שיטת עוואלוציע, וואס איז פשט אז מ'רוהט דעם זיבעטן טאג ווייל השם האט גערוהט? די בריאה - לויטן עוואלוציאנסט - איז בכלל נישט געווען אין זעקס טעג? נאר גייט ווייטער מיט אן אימפעט עד היום הזה.
ס'איז דא כמה תירוצים דערויף, איינע דערפון איז ווי פאלגענד. לכאורה אויב מיר האלטן "המחדש בטובו בכל יום תמיד מעשה בראשית" איז ממש יעדע רגע א חלק פון נאך בריאה, השם כביכול רוהט קיינמאל נישט, אויב יא! ווערט די וועלט חרוב.
נאר דער ענין איז אזוי: לויט ביידע שיטות איז ביים אנהייב פון וועלט באשאף נישט געווען ראוי פאר מענטשן צו לעבן דערין, בלויז שפעטער הערשט, איז דאס געווארן ראוי אז לעבן זאל קענען עקזיסטירן אויף אונזער פלאנעט און מיט דעם איז צושטאנד געקומען א נייע עפאכע: לעבן אויף אונזער פלאנעט.
א וואך, זיבן טעג, איז אויך א חשוב'ע צייט אפשניט פון א געוויסע זמן אין מענטשנס לעבן. די 6 טעג פון די וואך, איז ווי צוזאגן אז כמעט די גאנצע צייט פון די עפאכע איז די בריאה נישט געווען אין א מצב וואס לעבן האט געקענט עקזיסטירן, און מיט דעם וואלט די בריאה נישט געווען ראוי אז אירע איינוואונער זאלן אפילו אנערקענען אין איר. אבער די זיבעטע טאג; דאס הייסט ביים סוף פון די עפאכע ף, האט גאט גערוהט, דהיינו, געענדיגט דעם פראזדשעקט, דעם עפאכע, און א נייער עפאכע פון לעבן, וואס גייען יא האבן די מעגליכקייט צו אנערקענן און דאנקן השם פאר די הערליכע בריאה, האט זיך אנגעהויבן.
גראדעמעכעלע האט געשריבן:א טיפיקל סצענע אין די עוועלושן דיבאטע איז ווען רב מילר וחביריו טיען זיך אן די reading glasses אין נעמען זיך אויסליינען פין די 'גרעסטע' ספעציעליסטן אויף עוועלושן ווי זיי זאגן 'אז עס איז נישט געטראפן געווארן קיין טראזישינאל פאסיל'ס!' , אין דער עוועלושיניסט שרייט ציריק עס איז יא דא אין נעמט זיך אויסליינען א ליסטע, אין דערנאך הייבט מען זיך אן צי טענ'ן אויף די דגמאות צי איז עס יא טראנזישענעל אדער נישט, אין איך פאל אינגאנצן ארויס,
בעט איך יעצט חבירינו וחכמינו אלע מביני דת ודין בתורת האבולוציה, ביטע נעמט אראפ פין אייער צייט אין פרובירט צי מסביר זיין דעם אמת ווי קלאר עס איז מעגליך,
א, איז אמת אז עס דא וויניגער טראנזישענעל פאסילס וואס דארפן צי קאנעקטן איין species צום צווייטן, ווי פאסילס אין איין species אליין?
ב, אויב יא פארוואס איז דאס נישט א גרויסע קשיא אויף די עוועלושן טעאריע אין ריאה אז עס איז געווען עפעס אנדרעש וואס האט געפירט צום באשאף פון נייע ספישיס?
ביטע ענטפערן קלאר אין דייטלעך אין זיך נישט באגניגען מיט בלויזע לינקס צי וויקיפידיע,
הקטן האט געשריבן:איז מעגליך צו זאגן א אינגע וועלט און נאך אלץ גלייבן און עוואלוציע?
הקטן האט געשריבן:אדער אפשר אויב וויל זיך מיר גלייבן עוואלוציע מיז איך אנענמען א ביליאן יארינגען וועלט
וואס איז קודם געקימען אין סייענס די וועלט age אדער עוואלוציע?
איחוד פעלד האט געשריבן:זוכער
לאמיר דיר פרעגען, כ'זעה ביסט גאר שטארק איבערגעגעבען פאר די "קשיות" אויף די דארוויניסטען וואס ר' אביגדור פרעגט.
ווער זאגט אז דארוויניסטען האלטען עס איז נישטא קיין קשיות?
אבער די חלקים וואס דארווין זאגט וואס מאכט יא סענס, איז דען אוועקצומאכען?
און די אליין, די האלסט אין איין זאגען ר' אביגדור מיט אינטעליגענטער דיזיין, איז נישט דא א שלל קשיות און גאר שטארקע באווייזונגען אז די וועלט איז עלטער פין זעקס טויזענט יאר?
איז נישטא גאר שטארקע קשיות אויף די מעשה פין די מבול ווי אזוי עס שטייט?
ווען עס איז דא אפאר קשיות פרעגט עס נישט אפ אלעס.
אז די ווילסט גלייבען אאז די וועלט שטייט זעקס טויזענט יאר, געזונטערהייט, אבער עס מאכט ווייניגער סענס ווי אלע קשיות אויף דארווין.