מהר"א מ'סאטמאר אדרעסירט די שוידערליכע פרשה אין א"י

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
היסטאריקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1029
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
האט שוין געלייקט: 1704 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 310 מאל

שליחה דורך היסטאריקער »

איך פארשטיי נישט, יעדען צווייטן טאג איז דא ביי אונז אסיפות, מחאות, אויף פירצות וואס זענן דא בתוך מחנינו, אינטערנעט, צניעות, און נאך, ביי יעדע אומגליק ל"ע ווייזן די רבנים וואס עס דארף א תיקון,דעמאלס רייסט מען אראפ די רבנים היתכן זיי זוכען חסרונות,

יעצט ווען מ' זאגט נאך אז די עונש פאר התגרות באומות איז אז "אני מתיר את בשרכם כצבאות או כאילות השדה", שרייט מען זאל ער זוכן אין זיין שטאדט
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען..
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

נישט אין זיין שטאט, אין זיין הארץ.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

יאיר האט געשריבן:נישט אין זיין שטאט, אין זיין הארץ.


ער דארף צוזאם רופן אן עצרת התעוררות כדי אליין תשובה צו טאן?
היסטאריקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1029
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
האט שוין געלייקט: 1704 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 310 מאל

שליחה דורך היסטאריקער »

דאס איז בינו לבין קונו
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען..
באניצער אוואטאר
הירשל ציג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 221
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:41 pm
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 112 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך הירשל ציג »

היסטאריקער האט געשריבן:איך פארשטיי נישט, יעדען צווייטן טאג איז דא ביי אונז אסיפות, מחאות, אויף פירצות וואס זענן דא בתוך מחנינו, אינטערנעט, צניעות, און נאך, ביי יעדע אומגליק ל"ע ווייזן די רבנים וואס עס דארף א תיקון,דעמאלס רייסט מען אראפ די רבנים היתכן זיי זוכען חסרונות,

יעצט ווען מ' זאגט נאך אז די עונש פאר התגרות באומות איז אז "אני מתיר את בשרכם כצבאות או כאילות השדה", שרייט מען זאל ער זוכן אין זיין שטאדט


לדעתי דארף מען כאטש איין מאל יאר מאכען אן אסיפה נאר למען מ'זאל קאנגרעדולעיטען יעדן איינעם פאר'ן לערנען, פאר'ן דאווענען, פאר די צדקה וחסד וואס זיי טוהען, פאר די גוטע קינדער וואס זיי האדעווען, א.א.וו.
פארוואס זאמעלט מען מענטשען נאר צו זידלען און קלייבען געלט?
באזוכט מיין בלאג
hirsheltzig.com
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

כ'דענק גראדע דער ברך משה ווען ער האט מספיד געווען זיין טאכטער חי' ע"ה וואס איז אוועק פון קענסער ל"ע, האט ער אויסגערופן איך בין א חוטא און וויל מיך מתודה זיין חטאתי עוותי פשעתי,
און דער זעלבער ברך משה איז געווען רבי כמעט 30 יאר האט קיינמאל געמאכט קיין העדליינס מיט קנאות סטעיטמענטס,
נאר אז ס'דא קאמפעטישן פרובירט יעדער צו איבערשטייגן דעם אנדערן מיט קנאות,
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום גאלד, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
היסטאריקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1029
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
האט שוין געלייקט: 1704 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 310 מאל

שליחה דורך היסטאריקער »

הירשל ציג האט געשריבן:לדעתי דארף מען כאטש איין מאל יאר מאכען אן אסיפה נאר למען מ'זאל קאנגרעדולעיטען יעדן איינעם פאר'ן לערנען, פאר'ן דאווענען, פאר די צדקה וחסד וואס זיי טוהען, פאר די גוטע קינדער וואס זיי האדעווען, א.א.וו.
פארוואס זאמעלט מען מענטשען נאר צו זידלען און קלייבען געלט?



מ' טוט דאס נאך יעדע מסכת וואס מ' איז מסיים אין די אלע חבורות, חוץ מזה צאלט מען געלט נאך יעדע פארהער
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען..
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

יאיר האט געשריבן:
ישראל קאפקע האט געשריבן:ס'איז די צוויי אידעאלאגיעס אינאיינעם, וואס איז גורם די טרויעריגע פאלגן.

לויט דיין געדאנקענגאנג האבן צוויי אידעאלאגיעס אינאיינעם גורם געווען די האלאקאוסט: אידישקייט און נאציזם.

האב איך דען געזאגט אז אין יעדן פאל זענען ביידע זייטן שולדיג?
האב איך דען באשולדיגט דעם איד, שווארצן אדער אנדערער מינאריטעט פארן ראסיסטישע אטאקע? אדער דאס פרוי פארן רעיפיסטס איבערפאל?

אידישקייט איז נישט קיין אידעאלאגיע, די אידישע ראסע זיכער נישט, די נאציס האבן געוואלט אויסמארדן אונזער ראסע (אדער עטניסיטי), התנחלות איז אן אידעאלאגיע, וואס ווערט אידענטיפיצירט מערסטנס מיט רעליגיעזע אידן אין מדינת ישראל, און אין די אויגן פון די יו.ען. און רובו ככולו פון די וועלט געמיינדע איז עס קעגן פאלעסטינער מענטשן רעכט, און א קלארער קריג'ס פארברעכן.
אין גאנג פון דעם אידעאלאגיע האבן זיך עטליכע צענדליגע רעכטע אידעאליסטישע פאמיליעס אריינגעצויגן אין די אויסשלוסליך אראבישן געגנט סילוואן אין מזרח ירושלים מיט געציילטע וואכן צוריק.

די קאמפיין ארויפצוגיין אויפן הר הבית, וואו עס געפונט זיך זייער שמייליגע געבעט הויז איז אן אידעאלאגיע, און עס ווערט אידענטיפיצירט אויסשלוסליך מיט רעליגיעזע אידן אין מדינת ישראל.

צו פארגלייכן דעם פאל, וואס כמעט יעדע פאליטיקאנט, אנאליסט, שרייבער און עדיטאריאל, פילע רבנים אין ארץ ישראל און אין אויסלאנד, און אינדי''ד יעדע מענטש וואס זוכט נישט צו קריכן אויף גראדע ווענט, קען אידענטיפיצירן די צוויי אווערלעפינ''ג אידעאלאגיעס, אלס דירעקטן אורזאך פארן שוידערליכן בלוט פארגיסונג אין אן ארטאדאקסישן געבעט הויז אין ירושלים, צו די האלאקאוסט, איז עפעס וואס פאסט מער פאר אונזער ליבליכע ר' בערל, נישט פאר רבינו בחכמה ומדע @יאיר.
באניצער אוואטאר
הירשל ציג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 221
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:41 pm
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 112 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך הירשל ציג »

היסטאריקער האט געשריבן:
הירשל ציג האט געשריבן:לדעתי דארף מען כאטש איין מאל יאר מאכען אן אסיפה נאר למען מ'זאל קאנגרעדולעיטען יעדן איינעם פאר'ן לערנען, פאר'ן דאווענען, פאר די צדקה וחסד וואס זיי טוהען, פאר די גוטע קינדער וואס זיי האדעווען, א.א.וו.
פארוואס זאמעלט מען מענטשען נאר צו זידלען און קלייבען געלט?



מ' טוט דאס נאך יעדע מסכת וואס מ' איז מסיים אין די אלע חבורות, חוץ מזה צאלט מען געלט נאך יעדע פארהער


זייער שיין פון זיי. און איינער וואס לערנט פריוואט? ווען קנאקט מען אים אויף די פלייצע און מ'דאנקט אים?

די פוינט איז אז מ'"דרשנ'ט צום כאר" ווען מ'מאכט אסיפות. ווער גייט דען צו די אסיפות? די פרימערע, נישט דיע וואס דארפען גיין בעצם.

'סאחיליק. עולם כמנהגו נוהג.
באזוכט מיין בלאג
hirsheltzig.com
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

גאלד האט געשריבן:כ'דענק גראדע דער ברך משה ווען ער האט מספיד געווען זיין טאכטער חי' ע"ה וואס איז אוועק פון קענסער ל"ע, האט ער אויסגערופן איך בין א חוטא און וויל מיך מתודה זיין חטאתי עוותי פשעתי,
און דער זעלבער ברך משה איז געווען רבי כמעט 30 יאר האט קיינמאל געמאכט קיין העדליינס מיט קנאות סטעיטמענטס,
נאר אז ס'דא קאמפעטישן פרובירט יעדער צו איבערשטייגן דעם אנדערן מיט קנאות,

יש מספרים אז ביי די שרעקליכע שריפה רח''ל במשפחתו האט ער זיך אויסגעדרוקט אז דאס א עונש ווייל ער האט געטשעפעט בעלזא.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
יצמחפרקני
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 88
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 02, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל

שליחה דורך יצמחפרקני »

דעם רבי'נס דרשה איז יעצט ארויף במלואה!
http://www.bechatsrossatmar.com/audio/D ... os5775.mp3
באניצער אוואטאר
ראש המדברים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 02, 2012 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 44 מאל

שליחה דורך ראש המדברים »

B26M3VECEAAtxJG.jpg
באניצער אוואטאר
signout
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1415
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:50 pm
האט שוין געלייקט: 1207 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

שליחה דורך signout »

גאלד האט געשריבן:און דער זעלבער ברך משה איז געווען רבי כמעט 30 יאר האט קיינמאל געמאכט קיין העדליינס מיט קנאות סטעיטמענטס,
,
פאסט נישט פאר דיר אזא שטיקל טיפשות, אין אז פאר זיין פעטערס דרשות איז יא געווען העדליינס יעדן טאג מיינט עס אז דער ברך משה פעלט עפעס?
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

ישראל קאפקע האט געשריבן:ס'איז די צוויי אידעאלאגיעס אינאיינעם, וואס איז גורם די טרויעריגע פאלגן.

איינס די אידעאלאגיע פון נישט גיין אין מיליטער און האלטן א ביקס. צווי, די אידעאלאגיע פון ארויסטראבן סאלדאטן פון שוהלן
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

diff האט געשריבן:
ישראל קאפקע האט געשריבן:ס'איז די צוויי אידעאלאגיעס אינאיינעם, וואס איז גורם די טרויעריגע פאלגן.

איינס די אידעאלאגיע פון נישט גיין אין מיליטער און האלטן א ביקס. צווי, די אידעאלאגיע פון ארויסטראבן סאלדאטן פון שוהלן

גלייבט מיר אין הר נוף פארטרייבט מען נישט קיין סאלדאטן פון שול.
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

זיי טוהן אויס די געווער און ירושלים און אין בני ברק
אז אונז מעגען האבן שגיונות (אידעאלאגיעס ) מעגען זיי אויך
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

ר' אהרן'ס דרשה אין מיינע פליישיגע אוגן איז דאס מאל בעסער געזאגט געווארן ווי לעצטע מאל מיט'ן זיך בעסער מסביר זיין

די אראבער זענען רוצחים ? יא

אבער ווען מ'רייצט זיי אויף רופסטו ארויס דעם בער פון וואלד

נקמה נעמען טאר מען נישט מכח צוויי סיבות

1) אם תמצי לומר קרא ווייל מ'טאר נישט ס'איז אקעגן די תורה

2) אם תמצי לומר סברא ווייל די עבר האט באוויזן אז פאר יעדע נקמה זיצן נאך אפא משפחות בעמק הבכא מיט יעדע נקמה גייט כלל ישראל דורך פרישע ביטערע קאשמארן

איך בין אין הימל ? ניין

איך קען נאר זאגן וואס איך זעי מיט מיינע פליישיגע אויגן

וכו' וכו'
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
האט שוין געלייקט: 1551 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל

שליחה דורך ישמעאל הכהן »

הראב”ד הגר”מ שטרנבוך: “הדם שלהם מכפר ומשבית את מידת הדין”
בדברי הספד שנשא ראב”ד ירושלים הגר”מ שטרנבוך במקום ‘הקרוב אל החלל’ בשכונת הר נוף, עורר את הציבור על הדברים הטעונים חיזוק • אודות העולים להר הבית “הקב”ה בכעס כשבאים לפלטרין קדשו בטומאה” • על חוק הגיור: “עלינו להתעורר שלא לפחד, אלא להכריז שהגרות שלהם אינה תעודת יהדות כלל” • ועל ההקלות להיתר מכירה: “בלא שמירת שמיטה כראוי אנו מאבדים את השמירה המיוחדת ששומר הקב”ה את ארץ ישראל”
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ראשעקאל האט געשריבן:
גאלד האט געשריבן:טעות טעות טעות,
ר' אהרן האט גארנישט גערעדט, ערוץ שבע האט ארויפגעלייגט די ראנג בילד, זיי זענען מעתיק פון ככר השבת, דארט שרייבן זיי מפורש אז די רעדע איז פון ר' זלמן לייב,
בחדרי חרדים האט אפי' די קליפ,
http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=76098

יא דאס געשעהט ליידער ווען ס'נישטא קיין "היכר"

ר' אהרן און ר' זלמן זענען פינקט אזוי ווערד די געלט. עס איז נישט קיין גרויסע חילוק צווישן זיי ווען עס קימט צו דעם, ביידע בלעימען אייביג "יענעם" אויף צרות, און זיי זענען קיינמאל נישט שולדיג. נאר ר' אהרן האט גראדע א עקעלדיג'ערע היסטערי אויף אזעלכע זאכן

דאס געשעעט וועיגן צוויי טעמים: איינס. ער האט מורא אז דער צד מהרז"ל וועט עים באשולדיגן אז ער איז נטה צו ציונות. ממילא קומט ער ארויס פויפסטליכער ווי דער פויפסט. בלשון המעטה.(.
צווייטנס. ער וויל זיך אייביג פארגלייכן צום פעטער דער בעל דברי יואל, וועלכער האט אויכעט געוויזן אז ער ווערט נישט נתפעל פון וואס די גאס טראכט איבער איהם...!
פארשפארט