ביטע לייענט די פרישע הודעה אינעם "ווארט צו דעם נייעם מעמבער"

מאכט אייך היימיש און באקוועם...
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 5213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7058 מאל

שליחה דורך כוכב »

לדעתי לדעתי נישט נאר וואס קאפקע איז א חשוב'ער רעספעקטירטער ניק (הגם איך קען נישט סובל זיין ווען מפרובירט צו נעמען קנאות וואס איז א ריין תורהדיגע פערספעקטיוו און מפרובירט צו מעייל זיין פולא בקופא דמחתא אז ס'זאל שטימען פאליטיש אויך און פאר דעם פארטיידיגט מען זשיהאדיסטישע אידעאלן און אנדערע אומבארעכטיגטע פרינציפאלן פון די מוסלומענער וועלט) אבער אפילו @ זוכער איז נישט די ריכטיגע אפטייטש פון א טראל.
פאר איינעם וואס רעכנט עוואלוציע פאר כפירה איז אויטאמאטיש אז ער וועט דאס באקעמפן בכל כוחו נימי לבבו ונפשו.
אויך איז ער נישט אזוי באהאוונט אין דרכי וויכוח, עכ"פ לויט די קאווע שטיבל קולטור ווי וואסעריגע ארגומענטן ווערן נישט טאלערירט עס זאל זיין דבריו נשמעים.
אבער סוף כל סוף מיינט ער נישט קיין שלעכטס.
א טראלישע תגובה איז דאס וואס סקאטש טעיפ שרייבט אין דעם זומער און ווינטער אשכול אז זומער איז בעסער ווייל דעמאלט גייען די פרויען מיט שווארצע טייטס...
דער פינטעל איד און נאר פריילעך זענען די ריכטיגע ביישפילן פאר טראלס, די הנהלה האט זיי ביידע אויסגעשלאסן, און אויך מנשה קען זיין א טראל ווען עס קומט צו זיינע זאכן.
בדחן איז געווען א היבשע טראל.
אין מאחורי איז אמאל געווען א טראל איך געדענק נישט זיין נאמען, ער האט געהאט א פעטיש צו גנב'ען אונטערוועש ביי יענעם אינדערהיים...
עטמייבעסט למשל איז די epitome פון טראלס.
הכלל סדא גענוג טראלן און ממוז נישט נוצן אלס ביישפיל ניקים וואס פרובירן פארשטעלן אינטעלעגענץ און זענען נישטא צו טרעטן אויף די הינער אויג.
באניצער אוואטאר
zurich
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 813
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 558 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 298 מאל

שליחה דורך zurich »

OK ווער איז נעקסט אין די רייע אויסצופראקן?
חברה נישט כאפן ס'דא געניג
באניצער אוואטאר
ביבער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 845
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 934 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1041 מאל

שליחה דורך ביבער »

כוכב דו האסט נישט ארויס וואס א טראל איז. א טראל איז 'איינער וואס נוצט די אינטערנעט צו שטערן די מנוחה פון אנדערע'. אפילו ער האט דערביי גוטע כוונות.

ס'דא צענדליגער סימפטאמען פון א טראל אסאך מאל דארף מען זיין היפש געריבן צו קענען דייעגנאזן איינעם אלס א טראל, אבער נישט ביי @זוכער, זיינע סימפטאמען שרייען ארויס פון יעדע תגובה 'איך בין א טראל!'. דא האסטו עטליכע משלים.
1. ער איז מקפיד כמעט אין יעדע תגובה אפצולאכן און אראפרייסן די וואס פארשטייען נישט אזוי ווי אים.
2. ער האלט אין איין ענטפערן שלא מן השאלה.
3. ער לייגט אריין ווערטער אין יענעמ'ס מויל.
4. ער וועט אלס בלייבן מיטן לעצטן ווארט אפילו ער וועט וועגן דארפן איבערזאגן די זעלבע זאך עטליכע מאל.

דעס און נאך זענען זייער קלארע סימפטאמען פון א טראל, קען זיין ער מיינט לש"ש, קען זיין ער וויל אויפטוען, אבער א טראל איז ער.
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
רעאגיר