סעלפאון בשבת משום פיקוח נפש

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1694 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6350 מאל
קאנטאקט:

סעלפאון בשבת משום פיקוח נפש

שליחה דורך לעיקוואד »

לויט א באריכט אין בחדרי חרדים האט הגאון ר' מענדל פוקס שליט"א ארויסגעגעבן א הוראה וואס איז מתיר, אדער מחייב, מען זאל זיך דרייען אום שבת מיט א סעלפאון אין די הויזן טאש צוליב דער מצב מיט די אראבער אז מען זאל קענען רופען הילף אויב ח"ו געשהעט עפעס.

בילד

הרב פוקס איז באקאנט אלץ גאר א פרומער רב און אוודאי איז דער פסק משום חששו לפיקוח נפש בפרט אין יענער געגענט וואס גרעניצט זיך מיט מער אראבישער געגענטער, עס איז מיר אבער אינטרעסאנט צו אנאלאזירען וואס איז דער מקור פון דער פסק און וואס די השלכות קענען זיין. איך שרייב אן נאכקוקען מקורות אין הלכה ממילא אודאי די תלמידי חכמים דא וועלן מיר מתקן זיין און צושרייבען מראי מקומות און סברות און מקורות.

פשוט שמשום פיקוח נפש איז מותר, ובפרט אז בסך הכל רעדט מען פון איסור טלטול מוקצה, אבער וואס איז מיר אינטרעסאנט איז וויאזוי ווערט דאס טאקע א פיקוח נפש און מה נשתנה פון אסאך אנדערע מצבים. עס איז לכאורה פשוט אז סתם שכלדיג ראציאנאל איז נישט געווארען יעצט עפעס באמת אסאך מער מסוכן, און אויך די טשאנסען אז פונקט א טעלעפאן וועט העלפען דא זענען לכאורה נידריג, (אנדערע האבען מציע געווען אז אויב שוין זאל מען זיך דרייען מיט געווער, נישט מיט טעלעפאונען) ממילא בצירוף די סברות איז לכאורה צל"ע וואס איז פונקט די פיקוח נפש דא און וואס איז די גדר.

שמועסענדיג מיט א רב בשעת דער מבצע צוק איתן פארגאנגענער זומער אין ארץ ישראל האט ער זיך מתייחס געווען צו די נקודה און האט געטענהט אז דער גדר פון פיקוח נפש איז נישט אז עס דארף באמת שכלדיג זיין א מצב מסוכן לויט סטאטיסטיקס וכדומה, נאר ברגע וואס א מענטש פילט זיך אין א מצב מסוכן אפילו עס איז בעיקר פסיכאלאגיש וויבאלד עס איז א מצב מלחמה וכדומה איז אלץ מותר. והביא ראיות לדבריו.

לויט דעם אבער וואונדער איך זיך, וואס איז סתם אז איך פיל זיך נישט סעיף זיך צו דרייען אויף די גאס ביינאכט אליינס אן א טעלעפאן, היינט וואס מען איז געוואוינט אז מען האט דאס אלעמאל און אוודאי האט דאס שוין אסאך מאל מציל נפשות געווען דאס וואס מען איז אזוי געוואוינט, איז אפשר זאל זיין מותר אלעמאל זיך צו דרייען מיט א פאון?

די פרטים פון דער צעטל איז אינטרעסאנט, ער איז מורה אז ראוי אסאך מענטשען זאלן דאס טראגען, ווייזט אויס זיין הנחה איז אז עס איז גענוג אפאר אידען אין יעדער בית מדרש האבען וכדומה, אבער וואס איז דער גדר בכלל? אויך זאגט ער מזאל עס לייגען אין די הויזן טאש נישט אין די העמד, ווייזט אויס ער האלט אז אזוי איז ווייניגער טלטול מוקצה, פארוואס?
I have a dream
Martin Luther King ~

דער אשכול פארמאגט 23 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר