תולדות א"י רבי - אין שפיטאל

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 537 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1432 מאל

תולדות א"י רבי - אין שפיטאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

די אידען אין בארא פארק האבען געהאט א שווערע שבת ווען אין מיטען טיש אין פאר דער רבי פין תוא"י נישט גוט געווארען און איז אריין געפירט געווארען אין שפיטאל, בערך 10:30 פרייטאג צו נאכטס, ווען דער רבי האט געהאלטען בערך נאכ'ן עסען די זופ.

א לאנגע צייט האט דער עולם געווארט מיט האפענונג אז דער רבי וועט נאך ביינאכט צוריק קומען און ווייטער ממשיך זיין מיט די עבודת הקדוש פין פירען טיש און טאנצען כמנהגו בקודש.

אבער ווי שפעטער די זייגער האט זיך געריקט האבען אלץ מער מענטשען איינגעזעהן אז דער טיש וועט נישט ווייטער אנגיין.

דער רבי איז אריינגעפירט געווארען אין די שפיטאל מיימאנידיס, און לויט ווי מען שמועסט איז דער רבי אין א גוטע צושטאנד, אבער ער ברויך אדורך גיין א הארץ אפעראציע און באקומען א פעיס מעיקער כדי צו רעגולירען די הארץ.

זאל דער אויבערשטער העלפען און מקיים זיין חכמי ישראל בתוכינו, און שיקען א פולקאמע רפואה שלימה מן השמים צום רבי'ן, ער זאל קענען ווייטער ממשיך זיין אין די עבודת הקודש.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).

דער אשכול פארמאגט 15 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר