האלף לך ישמעאל, 1000 תגובות - ביג דיעל... וואס האבעך דערפון?

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
האט שוין געלייקט: 1551 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל

האלף לך ישמעאל, 1000 תגובות - ביג דיעל... וואס האבעך דערפון?

שליחה דורך ישמעאל הכהן »

נאכן באקומען אומצאליגע פאני קאלס און אומגעהויערע טעראר סטראשונגען פון געוויסע יחידים דא, אז אויב איך שרייב נישט נאך א תגובה ווי שנעלער, וועט מען זיך פשוט נעמען מעקן מיינע פריערדיגע תגובות כדי איך זאל מיך נישט קענען שפיגלען מער מיט מיין באליבטע 999 נאמבער.

איינער איז געגאנגען אזוי ווייט מיט זיין טעראר, אז ער האט פארגעשלאגן אזא מין פארשלאג וואס איז נאכנישט דערהערט געווארן מימות הווסדה פונעם שטיבל, דהיינו, איך זאל נאר שרייבן איין אות... איר הערט ? איין אות!!! און ער וועט אויפהערן צו שיקן פייערלעשערס צו מיין הויז...

און דער האט נאך געהאט די חוצפה צו לייקענען אז נישט ער שטייט אונטער דעם וואס קליינע קינדער האלטן אין איין אריינקלאפן אין מיין טיר און לויפן אוועק מיט א געלעכטער.

ער לייקענט אויך מיט א פרעכקייט אז ער האט גארנישט מיטן הויכן געז ביל וואס איך האב נעכטן געטראפן אין פאסט קעסטל, און ווען כאב עם אויפגעוויזן קלאר אז אין די לעצטע זעקס חדשים האב איך אזאנס נישט געהאט און ס'מוז זיין איינע פון זיינע שיקאנען קעגן מיר, זאגט ער מיר מיט אזא סארקאזים "עס מוז זיין וועגן די קעלט, און דו האסט גענוצט אסאך סטים" איר הערט א חוצפה ???

און אלעס וועגן וואס?? וועגן א באדוסטע תגובה מיינע ???
אט דא האסטע די תגובה מיינע!! נאדיר, צופרידן יעצט??
בכלל איז יעצט לבנה'יג אינדרויסן, וואס פארא געשרייבעכטס יעצט ? (אמת קאפקע?)
און בכלל נאך די אלע קאשמארן בין איך עפעס אין א גוסטע צו שרייבן עפעס פאזיטיוו??
אבסאלוטלי נישט!! נאר נעגאטיוו!!

וועל איך ענק פרעגן, וואס האב איך פון טויזענט תגובות, הא??? איך קען עס איינקעשן ערגעץ?
איך וואלט ענדערשט געליינט טויזענט געזונטהייט דזשורנאלן.
איך וואלט ענדערשט גענומען טויזענט דאלאר פון צדקה.
איך וואלט ענדערשט געליינט א טויזענט ווערטערדיגע תגובה פון יואב אדער לעיקוואד (ווי ביסטו צולייגער...)
אשה אחד מני אלף לא מצאתי.

טויזענטסטע תגובה... אויך מיר א דערגרייכונג...

דריי נישט קיין קאפ, האסטע געהערט אזאנס ...?


מחמת קוצר הזמן וחוסר ה'טאלאנט האב איך די ארטיקל גענומען (גענומען? ג'גזל'ט!) פון דא, ואתכם הכפרה.
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

נישט יעדע תגובה איז ממש א לאנגס און א ברייטס, אסאך זענען בלויז א לינק צו א קליפ פון סעוועזדש אדער סתם יו-טוב, אנדערע זענען בלויז פינעף ווערטער'דיגע תגובה'לעך. אלזא טויזענט תגובות איז נישט קיין עקוויוואלענט צו טויזענט זשורנאליסטישע ארטיקלן.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

חחח, יא, עס האט זיך געלוינט צו ווארטן דערויף. יישר כח.





מחמת קוצר הזמן וחוסר ה'טאלאנט האב איך די ארטיקל גענומען (גענומען? ג'גזל'ט!) פון דא, ואתכם הכפרה.
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל

שליחה דורך דריידל »

ישמעאל, דיין איטערשטע שורה האסטי אזוי געקינצעלטערהייט אריינגעלייגט אז מ'זאל עס נישט באמערקן אויפ'ן ערשטן בליק, אבער מ'זאל דיך אויך נישט קענען אנקלאגן אויף עובר זיין די תקנת המקום צוליב פלעיגעריזם.

דערמאנסט מיך א מעשה וואס מ'דערציילט אז ביי א געוויסע די"ת (נאמען געהיטן אין צימעס) ווי די פסק איז געווען אז איין צד דארף צולייגן א נאמען האבן זיי עס אריינגעקינצעלט אין א קרוין אזוי אז ס'שטייט טאקע אבער ס'איז נישט אזוי מערקבאר.

עניוועי, מזל טוב צו דיין דערגרייכונג!
פארדריי די דיר דיין קאפ
פארשפארט