זיכט סיבות צי פארברענגן מיט די פרוי ביי די מחיצה...

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
זיניגער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 23
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 2:33 pm
האט שוין באקומען לייקס: 195 מאל

זיכט סיבות צי פארברענגן מיט די פרוי ביי די מחיצה...

שליחה דורך זיניגער »

איך בין א אינגערמאן שוין יארן נאכן חתונה האבן קע״ה, ב״ה מיר האבן נישט קיין שלעכטע שלום בית, מאכט זיך אבער א שמחה קימען מיר אהיים צעקריגט מרעדט נישט פאר וואכן, דהיינו, מיר האבן נישט פארברענגט ציזאמען ביי די מחיצה, די פרוי איז מלא טענות, משה מעכל מיט די פרוי זיינע האבן זיך באגעגענט ביי די מחיצה כאילו זיי האבן זיך איצט געזעהן די ערשטע מאל נאכן דורכלעבן אוישוויץ אין זיך געטראפן די איינציגסטע איבערלעבער פין זייער דערפל מהאט זיי בשום אופן נישט געקענט אפטיילן זיי האבן זיך ביידע אריינגעקיקט די אויגן אין געשמייכלט מיט אן אויסערגעוועליכער הערצה אין ליעבשאפט אזוי פארטיפט אין א לענגערן אינטעלעקטישער שמיעס וועלעכער האט אנגעהאלטן דעם גאנצן לענג פינעם שמחה.

ביים אנדערן עק פינעם מחיצה האבן זיך גרופירט יוחנן אלימלך מיט זיין שוואגער שלומי ווען פין דער אנדערען זייט האבן זיך ציזאמגעקימען אפאר שוועגעגרנס מיט שוועסטערס אין מהאט געפירט א לעבהאפטיגן שמיעס ווען פין צייט צי צייט טוהט זיך א געקימאכץ אין געגייעכטס אפילו דער פרימער שנה ראשונה כולל אינגערמאן שלום איז אויך שעמעדיג איידעלערהייט ציגעגאנגן כאפן א שמיעס מיט דע פרוי זיינע ארויפקיקענדיג פין צייט צי צייט אויף איר.

ווייטער איך זיץ אליינס אויף מיין פלאץ איך פראביר טראכטן פין עפעס אן המצאה וואס קען זיין געניג סיבה צי ריפן די פרוי צום מחיצה אבער ווי שטערקער איך טראכט אלץ ווייטער ווער איך פין אויפקימען מיט נושא פין וואס צי רעדן מיט איר, ב״ה מיר זענען אין קאנטאקט במשך פינעם טאג דרייסיג מאל אין מיר רעדן אינדערהיים טעגליך פאר שעהן אריכות וואס אזוינס קען מיך יעצט דריקן אויפן מוח אז איך מיז עס יעצט אויפן פלאץ דורכטוהן מיט איר ביים מחיצה? קען עס נישט ווארטן ווען מיר זיצן אין די באקוועמליכקייט פינעם שטוב ביים טיש מיט א גלעזל טיי אין פאפיטעס?

אויב איז עס אן אימערגזענסי האבן מיר ביידע סעלפאונס זי קען מיך אריינריפן.

תיכף מיר קומען אן אהיים הייבט זי אן קאמפלעינען וויאזוי שמחה, משה, יענקל אין מעכי האבן אלע געגאנגן שמיעסן מיט די ווייבער ביים מחיצה אין זי איז די איינציגסטע אויסגעשפילטע פרוי וועמענס מאן שטאט נישט אפ א באזיך ביים מחיצה.

רבותי, איך ציטער היינט ציטאגס פין שמחות, איך קוק מער נישט ארויס דערויף!
איך קוק ארויס אויף אייך פאר אן עיצה ותושיע.

ווער עס האט סיי וועלעכע איידיע א סיבה פארוואס צי גיין ריפן די פרוי ביי די מחיצה אין א גיטער אינטעלעקטישער נושא פין וואס צי רעדן צימווייניגסטן א האלבע שעה זאל ביטע אריינשרייבן דא אין אזוי ראטעווען די שלום בית פין א היימישער אינגערמאן.

(אויך זיין היפלזאם פאר שפעטער וויאזוי משטעלט צאם מיטינגען צווישן מערערע אינדאווידיאלן)

יישר כוח

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר