בוש-פארטמאן - קאשמאר פאר דעמאקראטן

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
מים חיים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 98
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 10:41 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל

בוש-פארטמאן - קאשמאר פאר דעמאקראטן

שליחה דורך מים חיים »

דער רעפובליקאנער טיקעט וואס וועט פאראורזאכן קאשמארן פאר די דעמאקראטן די נעקסטע צוויי יאר: דזשעב בוש און ראב פארטמאן.

אזוי האט דער הילערי קלינטאן ראטגעבער העראלד איקס געווארנט פארגאנגענעם פרייטאג.

---
לויטן אנאליז פון העראלד איקס, א לאנגיעריגער ראטגעבער און איינער פון די ארגאנעזירער פון דעם סופער פעק "רעדי פאר הילערי" וואס ארבייט יעצט רייף צו מאכן דעם באדן פארן הילערי קאמפיין אין 2016, איז א קאמבאנירטע בוש-פארטמאן טיקעט, א סכנה פאר די דעמאקראטישע פלענער און קען אראפירן אלע דעמאקראטישע האפענונגען פון די רעלסן.

איקס האט געגעבן זיין אנאליז פאר רעפארטערס ביי א מיטינג אין מידטאון מאנהעטטען, ווען די פינאנציעלע קאמיטע פון "רעדי פאר הילערי" האט זיך געטראפן איבערצושמועסן ווייטערדיגע פלענער.

בוש-פארטמאן קען צונעמען פון די דעמאקראטן, פלארידא, בוש'ס היימשטאט, און אהייא, פארטמאנס שטאט. און די ברייטע שטיצע וואס דזשעב בוש געניסט פון די היספאנישע וועט לכאורה געבן פאר דעם געמיינזאמען טיקעט קאלאראדא.

"בוש האט וואס עס זעהט אויס צו זיין זייער שטארקע קרעדענדזשעלס ביי די ספאנישע" זאגט איקס איבער דעם געוועזענעם פלארידע גאווערנער, וועמענס ווייב איז מעקסיקען-אמעריקען, "מען זאגט אז ער רעדט ספאניש אינדערהיים, עד כדי כך, אז ער טראכט אין ספאניש".

אויב אהייא, קאלאראדא, און פלארידע פאלט צו די רעפובליקאנער, מיינט דאס אז כדי די דעמאקראטן זאלן זיגן מוזן זיי באקומען קאנסערוואטיווע סטעיטס וואס נייגן צו דעמאקראטן ווי למשל דזשארדזשיע.

טראץ דעם וואס דער בוש-פארטמאן טיקעט קען פאראורזאכן קאשמארן ביי די דעמקראטן, דארף עס נאכנישט פאראורזאכן שלאפלאזע נעכט. הגם ביידע, בוש און פארטמאן, קלערן פון לויפן, איז קיינער פון זיי נאכנישט גרייט צו ערקלערן אז זיי לויפן, און ביידע פון זיי האבן אישוס מיט די בעיס פון די רעפובליקאנער פארטיי.

א. בוש שטיצט קאממאן קאור עדוקעישן רעפארם און א היבש ליבעראלע צוגאנג צו אימיגרעישן רעפארם. ביידע דערפון זענען פארעכנט ווי גאר וויכטיגע אישוס ביי קאנסערוועטיווס.
ב. בשעת בוש טרעפט זיך מיט פאטענציעלע דאנארס פאר זיין קאמפיין, האלטן טייל רעפובליקאנער אז דער געוועזענער גאווערנער, וואס האט זינט 2002 נישט געוואונען א רעיס מיט אן ערנסטן קעגנער, און ארבייט היינט אין דעם פינאנציעלן אינדוסטרי, וועט זייער מעגליך אפטרעטן פאר די פרישע פאליטיקאנטן אויפן ארענע ווי זיין תלמיד אין פאליטיק, מארקא רוביא.

פארטמאן, דער סענאטער פון אהייא, האט זיך זיינע אישוס. ער שטיצט גלייכע רעכטן ביים הייראטן. דער איינציגסטער הויכראנגיקע רעפובליקאנער דאס צו שטיצן. ער האט אנגענומען דעם שטעלונג ווען זיין זון איז ארויסגעקומען אין דער עפענטליכקייט פאראיאר, אלס אזא איינער וואס וועט נהנה זיין פון גלייכע רעכטן צום הייראטן, און ער האט שוין קריטיק פון די קאנסערוועטיוון אין זיין היימשטאט, אהייא. מעגליך אז ער וועט זיין א וויצע פרעזידענט קאנדידאט, אבער עס פעלט אים די בליציגע געדאנקען וואס די וויילער האבן ליב.
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

ווער דארף נאך איינער פון די בוש'ס? ווער איז אינטערעסירט אין די דורכגעפאלענע דינאסטיע?
באניצער אוואטאר
zurich
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 813
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 532 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל

שליחה דורך zurich »

ישראל קאפקע האט געשריבן:ווער דארף נאך איינער פון די בוש'ס? ווער איז אינטערעסירט אין די דורכגעפאלענע דינאסטיע?

דו מיינסט אין די קעניגליכע דינאסטיע!
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

zurich האט געשריבן:
ישראל קאפקע האט געשריבן:ווער דארף נאך איינער פון די בוש'ס? ווער איז אינטערעסירט אין די דורכגעפאלענע דינאסטיע?

דו מיינסט אין די קעניגליכע דינאסטיע!

קעניגליך??
א טריליאן-דאלער-פינף-טויזנט-אמעריקאנער-מיליאן איראקער-טויט-צוועקלאזע-מלחמה. א-נידער-שטייער-פאר-רייכע-וואקסענדע-דעפיציט היסטארישע-דעפרעסיע-עקאנאמיע.
פיין, איך פארשטיי אויב דו וועסט עס באצייכענען א נעא קאן, האב-אינזין-די-רייכע קאדענץ, אבער קעניגליך?
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

איין זאך איז קלאר, די עולם דא אויפן שטיבל אינטערעסירט נישט קיין פאליטיק. :אנגעזעצט:
באניצער אוואטאר
פלעין יודיש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1116
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 3:35 pm
האט שוין געלייקט: 752 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך פלעין יודיש »

איך דיסעגרי
מיר אינטערסירט די פרעזעדענטליכע פאליטיק גאר שטארק
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

ישראל קאפקע האט געשריבן:איין זאך איז קלאר, די עולם דא אויפן שטיבל אינטערעסירט נישט קיין פאליטיק. :אנגעזעצט:


זיכער נישט ווען די רעדע איז איבער דער פריוואטער מיינונג פון א סטראטעגיסט וואס גיבט ראט צו א ספעציפיש-פאליטישן לאגער, איבער א היפאטעטישן פאל וואס קען בכלל זיין נוגע הלכה למעשה ערשט אין צוויי יאר פון יעצט – ווען הילערי קען שוין לאנג האבן פארלוירן די נאמינאציע אינערהאלב דער דעמאקראטישער פארטיי. '

ולמען האמת: זארג אהער, זארג אהין. בוש האט מאגערע שאנסן צו געווינען די רעפאבליקאנער נאמינאציע – הגם מיט אלע שטרוי אנקעטעס אינאיינעם. און אז ער לויפט יא, און ער געווינט יא איז נאך אלץ נישט מסתבר אז ער זאל נעמען א מיטלויפער עמיצער וואס איז אויך א מאן, ווייס און מעסיג – אלץ צוליב דעם נארישן פאקט אז ער קומט פון אהייאו.
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

די נייעס פון נעכטן איבער העיגל'ס רעזיגנאציע, האט נישט געהאט קיין איין רעאקציע, און די איצטיגע אנאליז איבער א בוש-פארטמאן טיקעט אין 16' האט נישט געהאט קיין איין זאכליכע רעאקציע אדער טענהריי, שטעל עס אין קאנטראסט צו די אנדערע אשכולות וואס קענען האבן צענדליגע און מער רעאקציעס הין און צוריק אין בלויז עטליכע שעה, און מען דארף צוקומען צו די מסקנה אז דער שטיבל עולם אינטערעסירט קיין פאליטיק. :(
אוי, כ'האב נישט געהאט געזען יואב'ס רעאקציע.
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

יואב האט געשריבן:
ישראל קאפקע האט געשריבן:איין זאך איז קלאר, די עולם דא אויפן שטיבל אינטערעסירט נישט קיין פאליטיק. :אנגעזעצט:


זיכער נישט ווען די רעדע איז איבער דער פריוואטער מיינונג פון א סטראטעגיסט וואס גיבט ראט צו א ספעציפיש-פאליטישן לאגער, איבער א היפאטעטישן פאל וואס קען בכלל זיין נוגע הלכה למעשה ערשט אין צוויי יאר פון יעצט – ווען הילערי קען שוין לאנג האבן פארלוירן די נאמינאציע אינערהאלב דער דעמאקראטישער פארטיי. '

ולמען האמת: זארג אהער, זארג אהין. בוש האט מאגערע שאנסן צו געווינען די רעפאבליקאנער נאמינאציע – הגם מיט אלע שטרוי אנקעטעס אינאיינעם. און אז ער לויפט יא, און ער געווינט יא איז נאך אלץ נישט מסתבר אז ער זאל נעמען א מיטלויפער עמיצער וואס איז אויך א מאן, ווייס און מעסיג – אלץ צוליב דעם נארישן פאקט אז ער קומט פון אהייאו.

ריכטיג, אבער מען קען ווען האבן א לעבעדיגע שמועס אויב די בוש לעגעסי איז אזוי גוט אז מען קען אפי' זאגן אז א דזשעב נאמינאצי וועט זיין א נייטמיר פאר די דעמאקראטן, אויך אויב הילערי האט די קוואליפיקאציעס צו זען פרעזידענט, און אויב זי איז טאקע די דעמאקראטישע פראנטראנער נאך אירע שוואכער ווי דורכשניטליכע יארן אלס אויסערן מיניסטער.
מים חיים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 98
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 10:41 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל

שליחה דורך מים חיים »

ישראל קאפקע האט געשריבן:די נייעס פון נעכטן איבער העיגל'ס רעזיגנאציע, האט נישט געהאט קיין איין רעאקציע, און די איצטיגע אנאליז איבער א בוש-פארטמאן טיקעט אין 16' האט נישט געהאט קיין איין זאכליכע רעאקציע אדער טענהריי, שטעל עס אין קאנטראסט צו די אנדערע אשכולות וואס קענען האבן צענדליגע און מער רעאקציעס הין און צוריק אין בלויז עטליכע שעה, און מען דארף צוקומען צו די מסקנה אז דער שטיבל עולם אינטערעסירט קיין פאליטיק.

איך האלט אינמיטן אפשרייבן עפעס איבער העיגעלס רעזיגנאציע, אינטערסירט עס טאקע נישט קיינעם? אדער עס איז בלויז קאפקע'ס בליק אויף די זאך?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מים, כ'וויל הערן.
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

מים חיים האט געשריבן:
ישראל קאפקע האט געשריבן:די נייעס פון נעכטן איבער העיגל'ס רעזיגנאציע, האט נישט געהאט קיין איין רעאקציע, און די איצטיגע אנאליז איבער א בוש-פארטמאן טיקעט אין 16' האט נישט געהאט קיין איין זאכליכע רעאקציע אדער טענהריי, שטעל עס אין קאנטראסט צו די אנדערע אשכולות וואס קענען האבן צענדליגע און מער רעאקציעס הין און צוריק אין בלויז עטליכע שעה, און מען דארף צוקומען צו די מסקנה אז דער שטיבל עולם אינטערעסירט קיין פאליטיק.

איך האלט אינמיטן אפשרייבן עפעס איבער העיגעלס רעזיגנאציע, אינטערסירט עס טאקע נישט קיינעם? אדער עס איז בלויז קאפקע'ס בליק אויף די זאך?

איך האב חב ושלום נישט געוואלט אוועקמאכן די וואס זיי אינטערעסירט יא פאליטיק, און זיכער נישט קיינעם וויי טון.
אדרבה, מיר אינטערעסירט דווקא יא פאליטיק, און איך וואלט זייער הנאה געהאט צו שמועסן איבער אמעריקאנער פאליטיק, און נאכמער איבער אויסערן פאליטיק און דיפלאמאטיע.
אבער ווי עס קוקט אויס איז דער עולם נישט אינטערעסירט אין פאליטיק, נעכטן האט בישבילי געעפנט און אשכול איבער די העיגל רעזיגנאציע, אבער קיינער האט נישט רעאגירט, ניטאמאל געלייקט, אזוי אז עס איז שנעל אריינגעשיבט געווארן אין 'נייעס אין קורצן' אשכול.

מיין קאמענטאר האט זיך באצויגן צום שטיבל געמיינדע בכלליות, נישט אז קיין איינער האט נישט קיין געשמאק אין פאליטיק, והא ראיה מים חיים, יואב, בישבילי, ציריך, אונאיך, וכו'

אבער וועסט מוזן מודא זיין אז עס ציט נישט די אינטערעסע וואס א היימישע נייעס, לשון הרע, א פיליזאפישע אדער חקירה שמועס ציהט.
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

נו ווי קען מען בכלל צוגלייכן א פאליטישע שמועס צו א הייסע לשון הרע?
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
פארשפארט