זאכן וואס כ'וויל וויסן

אלע סארט פראגעלעך און שאלה'לעך
chusid
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 878
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:40 pm
האט שוין געלייקט: 1386 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל

שליחה דורך chusid »

וויפיל שעה א טאג אין עוורידש אינזשויט זיך א קאווע שטיבל מעמבער. איך רעד נישט פין א נישט שלעכטע מינוט לאמיר זאגן ער דאווענט אין א שטיבל ווי סאיז דא גרויסע פענסטערס וכו. איך רעד פין אינזשויען.. שמועסן ליינען וכו

איך פארברענג לכל הפחות פיר שעה א טאג אויף אינזשויען. און די עוורידש יונגערמאן ביי אונז?
.זיך צו פארבינדן chusid03@Gmail. Com
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

שליחה דורך ירא שמים »

דריידל, וואס האסטו צוזאגן וועגן אלעקטראנישע ביכער ווי קינדעל איי-בוקס גוגל-בוקס
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל

שליחה דורך דריידל »

איך בין זייער נישט באהאווענט מיט די סארט ליין פארמאטס.

די פארשטייסט אליינס אז דאס גייט נישט צוזאמען; איינער וואס דרייט זיך אין לייברעריס איז געווענדליך אן אנדערע טיפ פון די וואס באניצן זיך מיט קינדעל, איי בוקס א.ד.ג.
פארדריי די דיר דיין קאפ
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

שליחה דורך ירא שמים »

דריידל האט געשריבן:איך בין זייער נישט באהאווענט מיט די סארט ליין פארמאטס.

די פארשטייסט אליינס אז דאס גייט נישט צוזאמען; איינער וואס דרייט זיך אין לייברעריס איז געווענדליך אן אנדערע טיפ פון די וואס באניצן זיך מיט קינדעל, איי בוקס א.ד.ג.

כפארשטיי נישט אליינס פארוואס גייט עס נישט צוזאמען ,וואסערע צווי טיפס זענען די צוויי
chusid
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 878
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:40 pm
האט שוין געלייקט: 1386 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל

שליחה דורך chusid »

איך פארשטיי פונקטליך די מחלוקה אויפן שם באבוב ווייל חסידות איז פארטיי אין נישט בלויז א אמצעי צו עבדות השם. אבער אין די צדיקים'ס מיינד וואס איז די מחלוקה?
.זיך צו פארבינדן chusid03@Gmail. Com
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

ישראל קאפקע האט געשריבן:ווען ווערט די ניינציג טעג זינט דעם פסק, און וויאזוי פלאנט באבוב 45 זיך צו רופן?
נישט קיין פאליטיק און שקלא וטריא, ביטע, נאר אויב איינער ווייסט עפעס קראנט,
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

דריידל האט געשריבן:איך בין זייער נישט באהאווענט מיט די סארט ליין פארמאטס.

די פארשטייסט אליינס אז דאס גייט נישט צוזאמען; איינער וואס דרייט זיך אין לייברעריס איז געווענדליך אן אנדערע טיפ פון די וואס באניצן זיך מיט קינדעל, איי בוקס א.ד.ג.

לאו דוקא, וביודעי ומכירי קאמינא. ענדערש מאך א חילוק צווישן די וואס דרייען זיך אין לייברעריס און ביך געשעפטן און גנב'ען ביכער אויף די אינטערנעט, און צווישן די וואס גייען ערליך און צאלן 25 דאלער פאר א ביכל צו ליינען, געווענליך עפעס א נארישע נאוועל פון א בעסטסעללינג שרייבער.
האדם לא נברא אלא להתענג
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

וואס האט דער עולם קעגן דעם אשכולות וועקער? איך כאפ נישט וואס איז שלעכט מיטן ארויסציען ישן נושנ'דיגע פארשטויבטע אשכולות, און זאלן זיין טאנצן אויף דער אויבערפלאך. אז אזא אשכול האט אמאל געווירבלט, אדער אויב ס'קען זיין רעלעוואנט מוז דאס אפזיצן כמו אבן במים עזים, בלויז וויבאלד ס'איז געשריבן געווארן פאראיאר? אשכולות פארמאגן אן עקספארעישן דעיט?
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

די כיבודים אונטער די חופה איז עפעס אביסל מאדנע, מ'שרייט אויס בקול רעש גדול דעם שם הנכבד און די רילעשנשיפ, אקעי בלויז דער נאמען מהיכי תיתי ביי א ברית טוט מען עס אויך, אבער וואסי פשט פון מפרט זיין דער קירבות, "ר' משה גרונעם דער עלטער פעטער פון די כלה", איך גלייב אז ס'האט עפעס א סיבה, קען זיין ווייל בימים ההם האבן מענטש געוואוינט אין דער מרחקים און מענטשן האבן נישט געוואוסט ווער איז וואס, איך געס, איינער ווייסט
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל

שליחה דורך דריידל »

אז די רעדסט שוין דערפון, איך בין פאריגע וואך געווען בין א חופה און מ'האט אויפגערופן: פלוני בין פלוני (נאמען געטוישט), חברותה פון די מחותן איז מכובד מיט א ברכה. דאז איז מיר געווען א חידוש אז מ'זאגט די רילעישאנשיפ אפילו ווען ס'נישט א קרוב משפחה
פארדריי די דיר דיין קאפ
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

פלוני בין פלוני...נאו וואנדער האסט געטוישט די נאמען.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
chusid
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 878
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:40 pm
האט שוין געלייקט: 1386 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל

חג הסיגד

שליחה דורך chusid »

היינט איז א יום טוב ביי די אטיופיער אידנטום וואס רופט זיך חג הסיגד, עס איז א טאג פין חשבון הנפש, ווייסט איינער עפעס מער? וואס איז דע יום טוב? מקור?
.זיך צו פארבינדן chusid03@Gmail. Com
משולם שטיינפעלד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 975
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 5:48 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך משולם שטיינפעלד »

גאלד האט געשריבן:די כיבודים אונטער די חופה איז עפעס אביסל מאדנע, מ'שרייט אויס בקול רעש גדול דעם שם הנכבד און די רילעשנשיפ, אקעי בלויז דער נאמען מהיכי תיתי ביי א ברית טוט מען עס אויך, אבער וואסי פשט פון מפרט זיין דער קירבות, "ר' משה גרונעם דער עלטער פעטער פון די כלה", איך גלייב אז ס'האט עפעס א סיבה, קען זיין ווייל בימים ההם האבן מענטש געוואוינט אין דער מרחקים און מענטשן האבן נישט געוואוסט ווער איז וואס, איך געס, איינער ווייסט

לכאורה כדי למעט מחלוקת צווישן די צוויי מחותנים, רופט מען אויס קבל ציבור ומלואו אז מען האט זיך גלייך איינגעטיילט, כך וכך פארן מחותן מצד החתן, כך וכך פארן מחותן מצד הכלה.

איי לפי"ז פארוואס רופט מען נישט אויס ביים בענטשן?
באניצער אוואטאר
אויסגערוט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 206
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 11:38 pm
האט שוין געלייקט: 343 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 113 מאל

שליחה דורך אויסגערוט »

ווייל ביים בענטשען זענען זיי שוין סייווי צוקריגט
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
האט שוין געלייקט: 1551 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל

שליחה דורך ישמעאל הכהן »

דארף מען האבן א פערמיט און באצאלן פאר סיטי אראפצולייגן א קעסטל מיט פרייע צייטונגען, שאפערס רוט לינק וכדומה, אויף די קארנערס פון די גאסן? אויב נישט פארוואס לאזט די סיטי צו ביזנעס אויף סיטי פראפערטי בחינם?
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

וועלכע ספיעשיס איז די הומאנויד אינמיטן? :קראנק
ווי עס קוקט אויס איז די איראנער נוקלעארע פארהאנדלונגען 'אינטערגאלעקטיק'. :lol:
#קערי,אשטאן,זאריף.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ישראל קאפקע: לשיטתך, איז זי? א מלאך המושיע, סיי וועלכע ספיעיס זי זאלל זיין. זי העלפט דאך צו צו באגראבן מדינת ישראל און פאראויסברענגען די אגענדא און פלאן פון די איסלאמישע רעפובליק אף איראן צו באשטיין אויף זייערע רעכטן צו האבן און פראדוצירן נוקלעארע געווער און ווייטשטרעקיגע באליסטיק מיסילס. דאס איז דאך קעיגן אינטערנאציאנאלן געזעץ אז מדינת ישראל זאלל האבן נוקלעארע געווער און די דעמאקראטישע איסלאמישע רפובליק אף איראן זאלל נישט. די יו.ען. און די אינטערנאציאנאלע געריכט אין האאג זענען מסכים צו דעים. זיי (און דו און דיינע גוטע פריינט ) ווילן זעהן אן אונטערטעניגע און שוואכע מדינת ישראל. וואס וועט זיך בייגן צום אינטערנאציאנאלן געזעץ. און די יו.ען. . --די זעלבע יו.ען. וואס האט אין יאר 1967 פריי געמאכט דעם וועיג פאר דעם עגיפטישן פרעזידענט נאסער און זיין ארמיי צו באגראבן די ציוניסטישע מדינה -- די זעלבע יו.ען. וועט גאראנטירן די זיכערקייט פון מדינת ישראל... :roll:
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

ר'בערל,
איז דאס א שכר, אדער אן עונש?
יעדע ווערטל מיינע, נאכגעפאלגט מיט א לאנגע מגילה, א חזרה אויף די פריערדיגע, נאר מיט לייכטע שינויים אין די לשון. :lol: :( :P :roll:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

לאמיר לייגן אין א זייט דעם דיון איבער שכר ועונש. איך האב געהאט א גרויסן רעבי'ן. הרב סענדער דער דייטש זכות יגון עלינו. איך האב נישט פארפעלט קיין איין וואך צו ליינען דעם "איד". האט מיך מיין היילגער רבי אויסגילערנט וויאזוי מ'שרייבט און רעדאגירט א צייטונג. ער האט אייביג גענוצט די זעלבע לשונות. נאר מיט אן אנדער'ן סדר. האב איך מיך אויסגילערנט פון דעים אז צו ארויסגעיבן דעם איד איז זייער א גרינגע זאך. מ'מאכט א זיגל פון אלע לשונות. און א יעדע וואך נוצט מען זיי איבער. נאר מיט אן אנדערן סדר. איך טו אויך די זעלבע. ווייל איך האב פאקטיש נישט וואס צו צו געיבן. דיין אגענדא איז זייער קלאר פאר מיר. און מיין רעאקציע איז אויך זייער קלאר. פונקטליך פארוואס איך בין אבעסס'ד מיט'ן האלאקאוסט. וואס עס ליגט מיר א פחד אין מיינע ביינער אז ס'זאל זיך ח"ו נישט איבער חזר'ן, דארף מען אפשר פרעיגן ביי גרויסע פסיכאלאגן און מבינים אויף תורת הנפש. משא"כ כבודו האט נישט דעים פחד אין זיין הינטער באוואוסטיין קענסטו דיר ערלויבן צו זיין ראציאנאל און זיך האלטן צום אינטערנאציאנאלן געזעץ און רחמנות האבן אויף די עמלקים וועלכע וואוינען אין עזה און אין די אקופירטע שטחים. אבער איך נישט...!
די קעניג פין אמעריקע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 567
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 15, 2014 8:37 pm
האט שוין געלייקט: 260 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל

די חוטשע פרשה

שליחה דורך די קעניג פין אמעריקע »

איך האב שוין כמה פעמים געהערט פין די מעשה אין חוטשע ווי א מענטש איז אוועק געפארען אויף א לאנגע צייט אין ווען ער איז אהיים געקומען האט ער געטראפען זיין פרוי שוואנגערט. ווייסט איינער מער פרטים איבער די מעשה? למעשה האבען די גדולי הדור איר מתיר געווען פאר איר מאן איז א שטיקל סימן אז למעשה איז נישט פארגעקומען די ערגסטע.
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1344
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל

שליחה דורך petergrifin »

חוטשע?
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
chusid
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 878
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:40 pm
האט שוין געלייקט: 1386 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל

שליחה דורך chusid »

petergrifin האט געשריבן:חוטשע?

באבע יוטל
.זיך צו פארבינדן chusid03@Gmail. Com
chusid
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 878
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:40 pm
האט שוין געלייקט: 1386 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל

שליחה דורך chusid »

ווי ליגט די מייק פין tv hosts and guests?
.זיך צו פארבינדן chusid03@Gmail. Com
פארשפארט