שפאנונג אין פערגוסאן...
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 91
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 24, 2012 7:54 am
- האט שוין געלייקט: 50 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 30 מאל
שפאנונג אין פערגוסאן...
אין מיזורי איז יו"ט אינדערוואכן די מאסן פלינדערן געשעפטן וואו אויך ברענען היפש א צאל פייערס, און גרויס אויפברויז האבן די מאסן פארברענט א אמערקאנער פאן בשעתן "פרידלעך" פראטעסטן אויף אבאמא'ס פארלאנג אז מען זאל פרידלעך פראטעסטן כדי די שטומעס זאלן דערהערט ווערן,
אבער עס איז ווייט פון וואס מען האט זיך גערישט אז עס וועט אויסברעכן נאכן הערן די "נאט גילטי" פסק.
אין ניו יארק סיטי זענען ארויסגעקומען אין טיימס סקווער הינדערטער מענטשן פראטעסטירן אקעגן דעם אימיושר'דיגן פסק. איי וואס פראטעסטירסטע עס איז דאך געווען א דזשורי פון אימפארטייאישע צוועלעף מענטשן?
נו שוין א קשיא אויף די שחורים ..
ביי די פראטעסט אין טיימס סקווער איז און מיטן ערשינען די פאליס קאמישענער ביל ברעטן האט איינע פון די ציהיצטע פראטעסטירער גענומען א רויטע ליקוואט וואס קוקט אויס וואו בליט און עס געווארפן אויף ברעטן און עס איז געלונגן אויפן קאמישאנער אין פנים,
מען האט יענעם געכאפט און ארעסטירט.

- ידיד ותיק
- הודעות: 679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 22, 2012 1:57 am
- האט שוין געלייקט: 507 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 443 מאל
Darren Wilson explains why he killed Michael Brown
http://www.washingtonpost.com/news/morn ... ael-brown/
http://www.washingtonpost.com/news/morn ... ael-brown/
כו"ח חד גדיא, פה בתוך הטמא'נע כלי
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1677
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
- געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
- האט שוין געלייקט: 5634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל
ווען ס'קומט צו ציווילע רעכטן וועל איך דאס תמיד פארטיידיגן; ראסיזם איז פון די לעצטע זאכן וואס איך קען און וועל טאלערירן.
למעשה איז מיר א חידוש פארוואס די שווארצע פירער קומען נישט ארויס שארף צו פארדאמען די מהומות און פלינדערייען; פארוואס שפירן אזופיל ליבעראלן אז זיי מוזן מישן קאשע דא. פארוואס מוזן מענטשן וואס פראפאגאנדירן פרייהייט שפירן אזא דראנג פון דערלויבן די סענטימענטאלן צו דערשטיקן שכל און לאגיק אלץ כדי ס'זאל פאסן זייער אלגעמיינעם קאמף פאר גלייכבארעכטיגקייט.
איך פארשטיי אלע טענות קעגן פאליציי ברוטאליטעט, דאס איז אלץ גוט באופן כללי. איז נישט נארמאל אז א גרענד-דזשורי זאל קומען צו א מסקנה אז זיי האבן נישט גענוג באווייזן אנצוקלאגן איינעם אויף מארד קלאגעס אפילו אויב זאל זיך דאס האנדלן פון א ווייסן מאן וועמען מ'האט אומגעבראכט?
נישטא גענוג באווייזן, נעקסט קעיס, זאל א מענטש ווייניגער ווערן פאראורטיילט צו לעבנסלענגליכער תפיסה אדער גאר טויט-שטראף. וואס איז די injustice, און פארוואס איז דאס א קלאפ פאר ציווילע רעכטן? אויב עפעס איז פארקערט: דעמאקראטיע האט געראטעוועט נאך א מענטש פון נישט דארפן אויסשטיין די אומ'ישרות פון דער אמעריקאנער יוסטיץ סיסטעם.
פארקערט וואלט אייביג געקענט זיין א טענה. ס'טייטש אויב ווילסאן למשל וואלט געווען א שווארצער, און א גרענד-דזשורי וואלט געטראפן באווייזן אים אנצוקלאגן.
It's indeed a sad day for justice and liberty.

- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1393
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
- האט שוין געלייקט: 3030 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
- קאנטאקט:
- ישראל קאפקע
- חבר ותיק
- הודעות: 2181
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
- געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
- האט שוין געלייקט: 1284 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל
סאו עס דארף מיר נישט אנגיין אז אן אומשולדיג קינד איז געשאסן געווארן צום טויט, און א דזשורי אורטיילט אז זיין מערדער גייט נישט ווערן געשטעלט פאר א פראצעס, אבער עס זאל מיר יא אנגיין אז עס גייט צוברענגען צו געלט שאדנס פאר לאקאלע איינוואוינער?
@פישלע,
איך וואלט געזאגט אז מען מעג ווען אביסל באהאלטן די אפענע ראסיזם, ספעציעל ווען מען דינט אלס גבאי, וואס איז אן אפיציעלע פאסטן אין שטיבל.
@פישלע,
איך וואלט געזאגט אז מען מעג ווען אביסל באהאלטן די אפענע ראסיזם, ספעציעל ווען מען דינט אלס גבאי, וואס איז אן אפיציעלע פאסטן אין שטיבל.
- ברסלבער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
- האט שוין געלייקט: 3570 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל
ישראל קאפקע האט געשריבן:סאו עס דארף מיר נישט אנגיין אז אן אומשולדיג קינד איז געשאסן געווארן צום טויט
נאכן דורכקוקן אלעס, און איבערגיין די צדדים לכאן ולכאן, האסטו באשטעטיגט אז ער איז זיכער אומשולדיג, און אז דער פאליסמאן איז זיכער שולדיג?
מען האט געזעצט א דשזורי וואס זאל טוהן די ארבעט פאר דיר, און זיי זענען ארויסגעקומען פה אחד מיט די החלטה אז דער פאליסמאן איז נישט שולדיג.
און די וואס פלינדערן געשעפטן און זייען אן חרבנות זענען גאר גערעכט?! אתמהה
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
ישראל קאפקע האט געשריבן:סאו עס דארף מיר נישט אנגיין אז אן אומשולדיג קינד איז געשאסן געווארן צום טויט, און א דזשורי אורטיילט אז זיין מערדער גייט נישט ווערן געשטעלט פאר א פראצעס, אבער עס זאל מיר יא אנגיין אז עס גייט צוברענגען צו געלט שאדנס פאר לאקאלע איינוואוינער?
די שאלה איז נישט אויב ער איז געווען אומשולדיג, נאר אויב דער פאליציאנט האט געהאט רעכט צו שפירן אז זיין לעבן איז באדראעט. און אויף דעם איז די זשורי געקומען צו די החלטה אז יא, באזירט אויף די עדות'שאפט פון מערערע מענטשן.
האדם לא נברא אלא להתענג
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1677
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
- געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
- האט שוין געלייקט: 5634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל
ישראל קאפקע האט געשריבן:סאו עס דארף מיר נישט אנגיין אז אן אומשולדיג קינד איז געשאסן געווארן צום טויט, און א דזשורי אורטיילט אז זיין מערדער גייט נישט ווערן געשטעלט פאר א פראצעס, אבער עס זאל מיר יא אנגיין אז עס גייט צוברענגען צו געלט שאדנס פאר לאקאלע איינוואוינער?
@פישלע,
איך וואלט געזאגט אז מען מעג ווען אביסל באהאלטן די אפענע ראסיזם, ספעציעל ווען מען דינט אלס גבאי, וואס איז אן אפיציעלע פאסטן אין שטיבל.
ס'ברויך יא אנגיין פאר יעדן רעכטדענקענדן מענטש אז א זיבעצן יעריגער איז פאטאל אומגעברענגט געווארן – הגם גענוי ווי אומשולדיג ער איז געווען איז בכלל נישט אזוי זיכער. דאס דארף אויפשאקלען די זיכערהייט קארידארן איבער אמעריקע, פילע געזעצן אנבאלאנגט דער איבערגעטריבענער פאליצייאישער מאכט מוז איינמאל פאר אלעמאל מאדעפיצירט ווערן לטובת דעם ציווילן בירגער.
למעשה אבער: פארוואס דארף טאקע ראסע שפילן א ראלע? ס'איז מעשים בכל יום אז פאליציי שיסן מענטשן; ברצון ובאונס, ווייסע אדער שווארצע. יוסטיץ פאר הקדוש מייקל בראון וועט סערווירט ווערן דורכן משפט'ן דעם מזיק באזירט אויף סענטימענטאלן? קאממאן!
–
דער עולם האקט!
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1393
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
- האט שוין געלייקט: 3030 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
- קאנטאקט:
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1677
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
- געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
- האט שוין געלייקט: 5634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל
פישל'ע העררינג האט געשריבן:[tag]ישראל קאפקע[/tag],
קודם כל, אין די פארשריפטן פאר די חודש גבאים שטייט בפירוש אז מען זאל זיך נישט איינהאלטן פון זאגן א פריוואטע מיינונג, ווייל מען רעפרעזענטירט "נישט" דער אפיציעלע שטיבל. וכן נוהגין.
לגופו של ענין, עס איז נישט ראסיסטיטש צו אנאלזירן וויאזוי א גאנצע געמיינדע רעאגירט צו א געשעעניש. פלינדערן געשעפטן? גנב'ענען פון אומשולדיגע מענטשן? האקן שטיקער פון פאליציי לייט? שטערן דער אטאו פארקער פאר מענטשן דעט גאו עבאויט דעיר ביזנעס? דער געפירעכטס איז א הנהגה פון אן עם הדומה לחמור, וועלכע זענען נעכנישט רייף פאר ציוויליזאציע.
ס'איז יא ראסיסטיש.
–
יאיר איז אנטשלאסן מיך צו צעהאקן היינט.
- ישראל קאפקע
- חבר ותיק
- הודעות: 2181
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
- געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
- האט שוין געלייקט: 1284 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל
ברסלבער האט געשריבן:ישראל קאפקע האט געשריבן:סאו עס דארף מיר נישט אנגיין אז אן אומשולדיג קינד איז געשאסן געווארן צום טויט
נאכן דורכקוקן אלעס, און איבערגיין די צדדים לכאן ולכאן, האסטו באשטעטיגט אז ער איז זיכער אומשולדיג, און אז דער פאליסמאן איז זיכער שולדיג?
מען האט געזעצט א דשזורי וואס זאל טוהן די ארבעט פאר דיר, און זיי זענען ארויסגעקומען פה אחד מיט די החלטה אז דער פאליסמאן איז נישט שולדיג.
און די וואס פלינדערן געשעפטן און זייען אן חרבנות זענען גאר גערעכט?! אתמהה
איך דארף גארנישט און איך בין גארנישט דורגעגאנגען, איך האב נישט געזאגט אז די פאליציאנט איז שולדיג, און די דזשורי האט טאקע געאורטיילט אז עס איז נישט דא גענוג עווידעס אין די גאנצע קעיס עס צו שטעלן פאר א טרייעל.
וואס פונקטליך איז פארגעקומען איז נישט באוואוסט, און וועט פילייכט קיינמאל נישט זיין, אבער אזויפיל איז קלאר אז ער איז נישט געווען באוואפנט, און קיין שום יוסטיץ סיסטעם אויפן כדור הארץ וואלט אים נישט געשאנקן דעם טויט פארן פארברעך וואס ער איז באגאנגען עטליכע שעה פארדעם, אין דעם זין איז ער אן אומשולדיגע יוגנטליכער, וואס האט שפאצירט אויפן גאס מיט א פריינט.
מיין שאלה איז נאר געווענדעט צו די (ראסיסטיש גענויגטע) אמעריקאנער וואס זענען אויף (און מיט א באהאלטענע סאטיספיקאציע) ווייזן אן אויף די אומרוען אין מיזורי, 'דו' ביסט אויף דערמיט, 'דו' מאכסט א גאנצער בראטל פון אויסגעשאסענע פענסטער, און אונטערגעצונדענע קארס וכו', דאס איז ביי דיר וויכטיג? א מענטליכן לעבן (אפי' פון די 'אומציווילזירטע' סארט, וואס זענען נישט גרייט פאר דעמאקראטיע) איז ביי מיר פיל מער וויכטיג!
ווי יעדן איינעם דא, ווייס איך אויך וואס די דזשורי האט געפסקנט נעכטן נאכט, פארט באדער''ט מיר די פאקט אז אן אומשולדיג קינד איז געשאסן געווארן צום טויט.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1393
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
- האט שוין געלייקט: 3030 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
- קאנטאקט:
- ישראל קאפקע
- חבר ותיק
- הודעות: 2181
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
- געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
- האט שוין געלייקט: 1284 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל
פישל'ע העררינג האט געשריבן:[tag]ישראל קאפקע[/tag],
נו
לגבי דיין גבאי'שאפט ביזטו גערעכט, אנטשולדיגט.
אבער לגבי אויב עס איז ראסיזם, אוודאי איז עס ראסיזם, און דו ביזט נאך מער מסביר דיין ראסיסטישע מיינונג, זאגסט עס נאר קלארער ארויס.

#שפאנונג אין שטיבל

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ישראל קאפקע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1393
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
- האט שוין געלייקט: 3030 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
- קאנטאקט:
- ברסלבער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
- האט שוין געלייקט: 3570 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל
ישראל קאפקע, דו האלטס אז עס איז אים נישט געקומען מיתה, קען זיין דו ביזט גערעכט. למעשה האט די דשורי אנגענומען אז דער פאליסמאן איז נישט שולדיג. יעצט צו וועם האסטו טענות? אויפן פאליסמאן קען מען נישט האבן טענות, ווייל ער איז נישט שולדיג. די איינציגסטע צו וועם די טענות קענען זיין געווענדעט איז צו די פארברעכער וואס פלינדערן און שעדיגן ווייל מען האט נישט גע'פסק'נט אזוי ווי זיי האבן געוואלט. און דו האסט נאך טענות אויף די וואס זענען ברוגז אויף די רייאטן? הזאת יוסטיץ?
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)