ישראל קאפקע האט געשריבן:אבער electronic intifada האסטו נישט געליינט, זיין ארטיקל ענטפערט אפ אלע ציוניסטישע היפאקריטיע, אייזן שטארק.
איך וועל זיך נישט באדערן צו לייגן א לינק, ווייל דו וועסט במילא נישט ליינען, אויב ווילסטו דווקא יא ליינען, איז עס געלינקט אין די נ.י.ט. ארטיקל, ממש אנפאנג, און אויף עלעקטראניק אינטיפאדא איז עס די ערשטע ארטיקל.
יא. איך האב געליינט דעם ארטיקל אין דעם לינק. און לויט ווי זיי לייגן עס אראפ קומט זיי נאך א רעשט. ס'הייסט אז זיי זענען ממש צדיקים. זיי באוויינען פארוואס די אמעריקאנער מידיא האט נישט אנגעוויזן אז הר נוף איז דאס פלאץ וואס האט אמאל געהייסן דיר יאסין, וואס די פאלעסטינער טענה'ן אז די איזראעליס האבן אויסגעהרג'ט די איינוואוינער. ממילא איז דאס שוין א בארעכטיגונג פאר אדורכפיהרן די שחיטה אויף די אידן אין מיטן דאווענען...!