איז דא א סיסטעם וואס עס איז 100% גוט?
- זר זהב
- חבר ותיק
- הודעות: 9465
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
- האט שוין געלייקט: 3508 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל
האב איך אנומעלט געשמיסט מיט א אינגערמאן נישט קיין שייגאץ - אפילו ער גייט טאקע מיט דעי העמד וואס זעהט אויס אזוי ווי א אינטער העמעד - און ער זאגט מיר אז ס'נישט דא אזא זאך ווי גיהנם, ס'איז באבא מאסעס די ראשית חכמה האט געהאט דמיונות. - שוין גארנישט.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
שרגא האט געשריבן:דו זאגסט פיינע פוינטס אבער אינדערצווישן רוקסטו אריין ווערטער וואס זענען פארקראכן פון דעם דאאיגן שמועס.
מען רעדט דא פון טוישן/פארבעסערן "אונזער" סיסטעם. ווען דו זאגסט אז מען זאל אויפהערן איינרעדן די קינדער "שטותים", רעדסטו פון גענצליך אפלאזן די מסורה און טוישן צו א פרישע. אבער איך מיין אז פון יענץ איז שוין דא גענוג און פאקטיש באשטייט רוב כלל ישראל פון זיי. אויב איינער וויל, קען ער זיך גרינג אנשליסן מיט די קאנסערוואטיוו קהילות.
שרגא, ביזט זייער גערעכט, אז דא איז א פלאץ פאר תורה טרייע אידן, וואס גלייבען אין אנוכי וכו' וכו' און אז כפירה האט נישט קיין פלאץ דא, אבער איך זע נישט ווי דו זעסט די כפירה אין קול דודי'ס ווערטער.
ס'דא אסאך ארטאדאקסישע אידן וואס האלטן אז עוועלוציע און בראשית ברא זענען נישט קיין סתירה, אזוי ווי ס'שוין אויסגעשמיסט געווארן דא אין אנדערע אשכולות, ס"ה זאגט קול דודי אז מ'זאל אויפהערן זאגן אז די סייענטיסטן האבן א ציל אויסצורייסן אונזער אמונה.
דשעימס קוגל ווייס איך נישט פונקטליך וואס ער האלט, אבער דאס האב איך יא געזען אז ער איז אן ארטאדאקסישע איד.
ער זאגט אז מענטשען מיט שאיפות און טאלאנטן זאלן האבן א פלאץ אין אונזער געזעלשאפט זיך צו בויען און ארויסגעבען זייער ווערק.
איך קען נישט רעדן פאר קול דודי, אבער זעט מיר אויס אז ער גלייבט יא אין אנוכי.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 326
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2012 2:27 pm
- האט שוין געלייקט: 85 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 497 מאל
שרגא, ביזט כשר גערעכט. נאר וואס דען? האסט מיך נישט גוט פארשטאנען. (ס׳איז מיין שולד. איך שרייב זייער בקיצור.) איך האב נישט געמיינט אז מ׳זאל אויסלערנען די קינדער אז תורה איז נישט מיסיני ח״ו. איך האב געמיינט אז מ׳זאל נישט באהאלטן פון די קונדער די שיטות וואס די גאנצע גאס ווייסט דערפו, און אוודאי נישט זאגן אזעלכע נערישקייטן ווי ״סארא שטותים״, וואס דאס איז פשוט א ליגן וואס אונזערע קינדער וועלן זייער גרינג געוואר ווערן! אדרבה, מ׳ברויך אויסלערנען פאר די קינדער פארוואס מיר האלטן אנדערש, און ס׳איז קריטיש וויכטיג מ׳זאל ניצן דברים של טעם! (עפ״ל איז נישט דברים של טעם.) אנדערש איז אונזער גאנצע חינוך אנגעוואנדן אונ׳ם האפענונג אז קיינער פון אינזערע קינדער וועלן נישט אריין לייגן אין גוגל ״documentary hypothesis". און אויב איז אונזער חינוך געוואנדן אין באהאלטן פאקטן דעמאלס זענען מיר פארלוירן. (און מיט ״פאקטן״ מיין איך דער פאקט אז ס׳איז פארהאן אזעלכע רייאות, נישט, נאך אמאל נישט, אז ס׳זענען נישטא קיים דברים של טעם להשיב!!! ס׳איז דווקא יא דא!!)
כ׳האף אז איך בין אביסל קלארער דא.
כ׳האף אז איך בין אביסל קלארער דא.
I post, therefore I am
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
בסך הכול אן דרייען מיט די צונג און נוצען שיינע מליצות זאגסטו מען זאל לערנן מיט אונזערע צאן קדשים higher bible criticism, שיין דערלעבט מען קען שוין צוריק גיין קיין בערלין אום יארע 1850, און נאכאמאל עפ"ל.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
- שרגא
- היימישער באניצער
- הודעות: 548
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
- האט שוין געלייקט: 232 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 768 מאל
קול דודי האט געשריבן:שרגא, ביזט כשר גערעכט. נאר וואס דען? האסט מיך נישט גוט פארשטאנען. (ס׳איז מיין שולד. איך שרייב זייער בקיצור.) איך האב נישט געמיינט אז מ׳זאל אויסלערנען די קינדער אז תורה איז נישט מיסיני ח״ו. איך האב געמיינט אז מ׳זאל נישט באהאלטן פון די קונדער די שיטות וואס די גאנצע גאס ווייסט דערפו, און אוודאי נישט זאגן אזעלכע נערישקייטן ווי ״סארא שטותים״, וואס דאס איז פשוט א ליגן וואס אונזערע קינדער וועלן זייער גרינג געוואר ווערן! אדרבה, מ׳ברויך אויסלערנען פאר די קינדער פארוואס מיר האלטן אנדערש, און ס׳איז קריטיש וויכטיג מ׳זאל ניצן דברים של טעם! (עפ״ל איז נישט דברים של טעם.) אנדערש איז אונזער גאנצע חינוך אנגעוואנדן אונ׳ם האפענונג אז קיינער פון אינזערע קינדער וועלן נישט אריין לייגן אין גוגל ״documentary hypothesis". און אויב איז אונזער חינוך געוואנדן אין באהאלטן פאקטן דעמאלס זענען מיר פארלוירן. (און מיט ״פאקטן״ מיין איך דער פאקט אז ס׳איז פארהאן אזעלכע רייאות, נישט, נאך אמאל נישט, אז ס׳זענען נישטא קיים דברים של טעם להשיב!!! ס׳איז דווקא יא דא!!)
כ׳האף אז איך בין אביסל קלארער דא.
א דאנק פאר'ן אויסקלארן. מאכט מער סענס.
יעצט וויל איך פארשטיין, דו האלטסט טאקע אז מען דארף אנהייבן לערנען מיט די קינדער די אלע טעאריעס און, ווי דו רופסט זיי, "פאקטן"? איך מיין עס איז א שטיקל שפרונג פון "נישט באהאלטן" ביז זאגן אז מען זאל עס דוקא לערנען מיט זיי. און אפילו אויב דו האלטסט טאקע אז מען זאל זיי מיטגעבן דברים של טעם אלעס צו מסביר זיין און פארענטפערן (וואס עס איז מיר שטארק מוטל בספק אז דו האלטסט אז מ'קען מאכן א גוטן קעיס...), ווי קען מען זיך פארלאזן אז יעדער וועט עס קענען פארשטיין. קשיות זענען אייביג זייער פשוט; תירוצים נישט. פוילע קעפ פארנעמען נאר די ערשטע סענטענס. סאו עס וועט זיכער מער שאדן מאכן ווי אויפטון.
עניוועי, כ'בין כלל נישט איבערצייגט וואס דו האסט געזאגט אז "מ׳דארף אויפהערן זאגן ליגנט פאר אונזערע קינדער. אסאך פון אונזערע פראבלעמען נעמען זיך פון דעם." די וואס פאלן אוועק צוליב "אינטעליגענץ" איז די קלענסטע פראצענט. און די אינערליכע פראבלעמען האבן א קליינע שייכות מיט דעם "פראבלעם" וואס דו זאגסט.
עס זענען דא אזויפיל עקסטרעמע זאכן וואס דארפן פריער געטוישט ווערן אין דעם סיסטעם, וועלכע זענען באמת פראבלעמען, ווי דו און אנדערע האבן אויך דערמאנט. און איך גלייב נישט אז אויב דו וועסט אריינטראכטן וועסטו ווייטער באמת האלטן אז אויב זאל מען מארגן אנהייבן לערנען מיט די קינדער ברחל בתך הקטנה וועגן אלעמען און זיי טרענירן צו קענען טראכטן קריטיש און אנטוויקלען א סקעפטישע מיינד, וועט דאס העלפן די אלע פראבלעמען. חוץ אויב דו מיינסט צו זאגן אזא אזא היפאטעטישע טויש וועט ענדערן דעם גאנצן עצם חרדישן סיסטעם און איר פארוואנדלען אין א גאר אנדערע קולטור, דעמאלט ביסטו גערעכט, אבער מיר (99 פראצענט חסידים) ווילן דאס נישט, און דו ווייסט אז עס גייט נישט געשען. סאו פארוואס נישט רעדן אנשטאט עפעס מער רעאליסטיש, ווייניגער ראדיקאל, מער וויכטיג, און עפעס וואס וועט "צוגעבן" צו דעם חרדישן סיסטעם, נישט דוקא "טוישן".
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
- שרגא
- היימישער באניצער
- הודעות: 548
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
- האט שוין געלייקט: 232 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 768 מאל
גבאי שני האט געשריבן:ביטע צוריקגיין צו די טעמע פון דעם אשכול.
געוויסע פראגעס איבער וואס מ'מעג יא אדער נישט שרייבן ווערט דא אויסגעשמועסט.
דו ביסט באלעבאס און דו טוסט א וויכטיגע סערוויס מיט'ן האלטן קאנטראל אויף די שמועסן, אבער איך מיין אז אמאל מעג מען אויך לאזן א שמועס פארן וויאזוי עס פארט.
אמת, ווען מ'האלט אינמיטן רעדן איבער מאכן קניידלעך און עס פארקירעוועט זיך צו א וויכוח צווישן צוויי ניקים איבער אבאמבא-קעיר, דארף מען עס צוריקברענגען צו די רעלסן און אפשר אוועקשניידן. אבער דאס מיינט נישט אז יעדע שמועס דארף מען קאנטראלירן. אין א געוויסן זין מעג עס אויך זיין ווי א נאטירליכע שמועס וואס סווינגט זיך אהער און אהין. מענטשן גלייכן דוקא נישט דעם סארט מיטשמועסער וואס ווען עס האט זיך אנטוויקלט א פרישע געשמאקע שמועס, איז ער פארנומען צו דערמאנען "נו, וואס האבן מיר נאר פריער גערעדט? לאמיר צוריקגיין."
איבערהויפט דא ווען די אריגינעלע טעמע איז נישט עפעס א באשטימטע זאך, נאר א וועיג, אומבאשטימטע נושא וואס איז באמת נישט געצילט צו עפעס א ספעציפישע תגובה אויסטויש אדער קלארער ציל, ווי מאכן קניידלעך, אז מען זאל עס קענען "צוריקפירן" צום שמועס. פלאס וואס דער יעצטיגער שמועס איז יא אביסל מעין פון דעם אריגינעלן, ווייל מען רעדט דא אויך פון "טוישן דעם סיסטעם".
אויב דו האלטסט אנדערש, עפר אני תחת כפות רגליו.
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
שרגא און קופערניקעס שפתים ישק,יעדעס ווארט גאלד עס איז כמעט נישט דא וואס צוצולייגן חוץ פון איין נקודה וואס איך האף שפעטר צו שרייבן.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 326
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2012 2:27 pm
- האט שוין געלייקט: 85 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 497 מאל
שרגא, יא, איך האב גערעדט פון ״נישט באהאלטן״, אדער בעסער געזאגט, פון נישט ענטפערן אויף איעדע זאך ״די משוגעים סייענטיסטן כופרים ווייסן נישט וואס זיי רעדן עפ״ל״. בעסער געזאגט, מ׳זאל נישט ענטפערן דאס אויף קיין *שום* זאך. אבער פון דעם ביזן זאגן אז מ׳זאל געבן א שיעור אין דעם נושא אין חדר איז א הרחק כרחוק מזרח ממערב, גענוי ווי די זאגסט! איך האב געזאגט דאס ערשטע, אבער די האסט אריינגעטייטשט דאס צווייטע. פארוואס? מן הסתם בין איך שולדיג, מחמת קיצור הלשון ודוחק הזמן.
I post, therefore I am
- chasid
- ידיד השטיבל
- הודעות: 244
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 1:02 am
- האט שוין געלייקט: 146 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 73 מאל
קול דודי האט געשריבן:שרגא, יא, איך האב גערעדט פון ״נישט באהאלטן״, אדער בעסער געזאגט, פון נישט ענטפערן אויף איעדע זאך ״די משוגעים סייענטיסטן כופרים ווייסן נישט וואס זיי רעדן עפ״ל״. בעסער געזאגט, מ׳זאל נישט ענטפערן דאס אויף קיין *שום* זאך. אבער פון דעם ביזן זאגן אז מ׳זאל געבן א שיעור אין דעם נושא אין חדר איז א הרחק כרחוק מזרח ממערב, גענוי ווי די זאגסט! איך האב געזאגט דאס ערשטע, אבער די האסט אריינגעטייטשט דאס צווייטע. פארוואס? מן הסתם בין איך שולדיג, מחמת קיצור הלשון ודוחק הזמן.
אבער דאכט זיך אז דיינע ווערטער איז אז "זיי ווייסן יא וואס זיי רעדן" אדער כלשונך "יא, ס׳איז ברור כשמש בצהרים אז די וועלט איז עלטער ווי 5000 יאר" און דאס איז כפירה!
און דאס איז די סיבה פארוואס אונזערע רבי'ס האבן געהאלטן פון צוגיין צו אמונה מיט תמימות און נישט מיט חקירה, ווייל מ'קען בלייבן מיטן בעסער פארשטיין די קשיות ווי די תירוצים רח"ל, אזוי ווי ס'האט טאקע פאסירט ביי דיר.
((ס'איז דא א מקום צו זאגן אז היינטיגע צייטן וואס מ'קומט אן ממילא צו זען אלעס, איז אנדערש. אבער דיין תגובה בארעכטיגט די אלטע דרך)
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
chasid האט געשריבן:קול דודי האט געשריבן:שרגא, יא, איך האב גערעדט פון ״נישט באהאלטן״, אדער בעסער געזאגט, פון נישט ענטפערן אויף איעדע זאך ״די משוגעים סייענטיסטן כופרים ווייסן נישט וואס זיי רעדן עפ״ל״. בעסער געזאגט, מ׳זאל נישט ענטפערן דאס אויף קיין *שום* זאך. אבער פון דעם ביזן זאגן אז מ׳זאל געבן א שיעור אין דעם נושא אין חדר איז א הרחק כרחוק מזרח ממערב, גענוי ווי די זאגסט! איך האב געזאגט דאס ערשטע, אבער די האסט אריינגעטייטשט דאס צווייטע. פארוואס? מן הסתם בין איך שולדיג, מחמת קיצור הלשון ודוחק הזמן.
אבער דאכט זיך אז דיינע ווערטער איז אז "זיי ווייסן יא וואס זיי רעדן" אדער כלשונך "יא, ס׳איז ברור כשמש בצהרים אז די וועלט איז עלטער ווי 5000 יאר" און דאס איז כפירה!
און דאס איז די סיבה פארוואס אונזערע רבי'ס האבן געהאלטן פון צוגיין צו אמונה מיט תמימות און נישט מיט חקירה, ווייל מ'קען בלייבן מיטן בעסער פארשטיין די קשיות ווי די תירוצים רח"ל, אזוי ווי ס'האט טאקע פאסירט ביי דיר.
((ס'איז דא א מקום צו זאגן אז היינטיגע צייטן וואס מ'קומט אן ממילא צו זען אלעס, איז אנדערש. אבער דיין תגובה בארעכטיגט די אלטע דרך)
וויאזוי בארעכטיגט זיין תגובה די אלטע דרך? לענ"ד בארעכטיגט דאס דוקא טוישן די מהלך, זינט קול דודי איז אן עקזעמפלאר פון איינער וואס איז ממילא אנגעקומען אלעס צו זען און איז צוליב'ן אלטן דרך נישט קאנווינסד אין געוויסע עיקרים.
די ווערטער "יא, ס׳איז ברור כשמש בצהרים אז די וועלט איז עלטער ווי 5000 יאר" איז נישט קיין סוף פסוק'דיגע כפירה, ווייל אז יא דארפסטו זאגן אז אסאך גדולים וטובים האבן גערעדט כפירה און דאס איז א זאך וואס איז נישט מאסגעבנד.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
- שרגא
- היימישער באניצער
- הודעות: 548
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
- האט שוין געלייקט: 232 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 768 מאל
קול דודי האט געשריבן:שרגא, יא, איך האב גערעדט פון ״נישט באהאלטן״, אדער בעסער געזאגט, פון נישט ענטפערן אויף איעדע זאך ״די משוגעים סייענטיסטן כופרים ווייסן נישט וואס זיי רעדן עפ״ל״. בעסער געזאגט, מ׳זאל נישט ענטפערן דאס אויף קיין *שום* זאך. אבער פון דעם ביזן זאגן אז מ׳זאל געבן א שיעור אין דעם נושא אין חדר איז א הרחק כרחוק מזרח ממערב, גענוי ווי די זאגסט! איך האב געזאגט דאס ערשטע, אבער די האסט אריינגעטייטשט דאס צווייטע. פארוואס? מן הסתם בין איך שולדיג, מחמת קיצור הלשון ודוחק הזמן.
איך קוק איבער און האסט עס טאקע נישט קלאר געשריבן, אבער איך זע יא פארוואס עס האט געקענט אזוי משמע זיין ("מ׳זאל נישט באהאלטן פון די קונדער די שיטות וואס די גאנצע גאס ווייסט דערפון", אדער "מ׳ברויך אויסלערנען פאר די קינדער פארוואס מיר האלטן אנדערש," וואס קען מיינען אז מען דארף יא זאגן זייערע שיטות נאר מסביר זיין פארוואס מיר האלטן נישט אזוי), אבער אז דו קלארסט זיך אויס אז האלטסט נישט מען זאל אזוי טון, איז דאך פיין און וואויל.
נאר יעצט אויב איז מען איינשטימיג אז עס איז בעסער נישט צו געבן קיין שיעורים דערין פאר אונזערע קינדער, אפשר דארף מען אויך היטן דעם שפראך און נישט רעדן ווערטער וואס קענען נישט גוט אפקלינגען אין די אויערן פון חברים דא אין שטיבל. איך וויל דן זיין לכף זכות אז די מחשבות זענען כשר, אבער מ'דארף אויך זיכער מאכן אז אנדערע קענען נישט שלעכט פארטייטשן די ווערטער. די זעלבע סיבה פארוואס עס איז נישט ראטזאם פאר קינדער, גילט דאך אויך דא.
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
- שרגא
- היימישער באניצער
- הודעות: 548
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
- האט שוין געלייקט: 232 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 768 מאל
יידל האט געשריבן:וויאזוי בארעכטיגט זיין תגובה די אלטע דרך? לענ"ד בארעכטיגט דאס דוקא טוישן די מהלך, זינט קול דודי איז אן עקזעמפלאר פון איינער וואס איז ממילא אנגעקומען אלעס צו זען און איז צוליב'ן אלטן דרך נישט קאנווינסד אין געוויסע עיקרים.
אויב ער איז אן עקזעמפלאר צו שטופן צו א פרישן דרך, זענען אבער טויזנטער חרדישע אידן די פארקערטע עקזעמפלאר צום אלטן דרך. כ'מיין אז מער פון זיי וואלטן היינט נישט געווען קיין שומרי תו"מ מיט דעם נייעם דרך.
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
נולד מאוחר האט געשריבן:אז איינער לערענט אפ די תורה אז די וועלט איז אלט 10,000 יאר ,וואס עפעס איז ער א כופר?
לאמיר זאגן ער איז זיך טועה ,איש עס פאלטש פשט. אבער כופר?!
ווילאנג עס איז נישט פין די דרייצען אני מאמיןס (אדער לויט די בל העיקרים פין די דריי) איז ער נישט קיין ריכטיגע כופר .
העכסענס האט ער קרומע דייעות.
האסט פארגעסן פונעם אלטן כלל? אז דו האלטסט אנדערש ווי מיר ביזטו א כופר.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
רמב"ם הלכות תשובה פרק ג הלכה ח האט געשריבן:שלשה הן הכופרים בתורה:כל אחד משלשה אלו כופר בתורה.
- האומר שאין התורה מעם ה' אפילו פסוק אחד אפילו תיבה אחת אם אמר משה אמרו מפי עצמו הרי זה כופר בתורה
- וכן הכופר בפרושה והוא תורה שבעל פה והמכחיש מגידיה כגון צדוק ובייתוס
- והאומר שהבורא החליף מצוה זו במצוה אחרת וכבר בטלה תורה זו אע"פ שהיא היתה מעם ה' כגון ההגרים
לא רעב ללחם. לא צמא למים.