משלי יאיר

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »


. די עקזיסטענץ פון נעגאטיוויטעט איז א סתירה מיניה וביה.

. די עקזיסטענץ פון נעגאטיוויטעט איז א סתירה מיניה וביה.




פארוואס? איז עקזיסטענץ פאזאטיוו?
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

איחוד פעלד האט געשריבן:
האב ליב גאט, נישט זיין באשאף




מה נפשך, איז דא וואס ליב צו האבען אין דער באשאף, פארוואס זאל איך עס נישט ליב האבען.

איז נישטא, פארוואס זאל איך ליב האבען דער באשאפער דערפין?

כוונתי, אנשטאט צו האבן אן אויבערפלעכליכע ליבשאפט צו געוויסע חפצים אין די בריאה, ענדערש האב ליב דער כלליות'דיגער אלהות וואס ליגט אונטער דעם. דאס איז אסאך א טיפערע ליבשאפט.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

איחוד פעלד האט געשריבן:


אויב דיין מאמע'ס מילך איז געווען פארדארבן, שפיי עס אויס.




ווי זאל איך עס אויסשפייען, דא אויף קאווע שטיבל?

ביטע נישט. דא איז שוין אנגעפילט מיט אויסגעשפייטע מילך. :lol:
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

איחוד פעלד האט געשריבן:

. די עקזיסטענץ פון נעגאטיוויטעט איז א סתירה מיניה וביה.

. די עקזיסטענץ פון נעגאטיוויטעט איז א סתירה מיניה וביה.




פארוואס? איז עקזיסטענץ פאזאטיוו?

עקזיסטענץ מיינט אז עפעס איז א מציאות. בעת נעגאטיוויטעט איז העדר. צו זאגן אז דער העדר איז נמצא איז א תרתי דסתרי.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

איחוד פעלד האט געשריבן:


. דאס גוטס פון דעם שלעכטקייט איז דאס שלעכטקייט פון דעם גוטס






לא הבנתי כלל.

כוונתי אויף דעם וואס מענטשן "פארענטפערן" שלעכטס דורך אנווייזן אז עס האט עפעס גוטס. אויף דעם זאג איך, דאס אליין אז דער גוטס באהאלט זיך אין טעראריסט אטאקעס וכדו' ווייזט אז עפעס טויג נישט מיט דעם גוטס.
האדם לא נברא אלא להתענג
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

יאיר, ברוך אתה ה' אלקינו שנתן מחכמתו לבשר ודם
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

נולד מאוחר האט געשריבן:יאיר, ברוך אתה ה' אלקינו שנתן מחכמתו לבשר ודם

איך כאפ נישט דעם נמשל :lol:
האדם לא נברא אלא להתענג
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

יאיר האט געשריבן:
איחוד פעלד האט געשריבן:
האב ליב גאט, נישט זיין באשאף




מה נפשך, איז דא וואס ליב צו האבען אין דער באשאף, פארוואס זאל איך עס נישט ליב האבען.

איז נישטא, פארוואס זאל איך ליב האבען דער באשאפער דערפין?

כוונתי, אנשטאט צו האבן אן אויבערפלעכליכע ליבשאפט צו געוויסע חפצים אין די בריאה, ענדערש האב ליב דער כלליות'דיגער אלהות וואס ליגט אונטער דעם. דאס איז אסאך א טיפערע ליבשאפט.


סא דאס איז קלאסישע חסידות, די אהבה זאל זיין לחלק אלוקי המוסתר הסתרה בתוך...

אבער פארוואס האסטו יאיר מקבל געוועהן דער הדרכה?

שרייבסט אז דער אהבה איז טיפער, פארוואס?

למשל איינער האט ליב א פרוי, איז דער אהבה גרעסער ווען ער טראכט אז ער האט ליב דער באשאפער דערפין?

איינער האט ליב א פיצא, זאל ער טראטען פין מר מענדעלסאן?
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
באניצער אוואטאר
קינד_אן_קייט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 495
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 08, 2014 2:29 am
האט שוין געלייקט: 728 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 958 מאל

שליחה דורך קינד_אן_קייט »

יאיר האט געשריבן:2. די וועלט שטייט אויף חי'שע אינסטינקטן.
איחוד פעלד האט געשריבן:ווער איז די וועלט? אויב רעדט מען פין די חיות, פשיטא?!
ווידער אויב רעדט מען פין מיך און די, קען נישט זיין, אונזערע החלטות זענען לויטער שכל. ..
אלא מאי מוז זיין מ'רעדט פין בני אדם שמעשיהם דומה לבהמה.
ואכתי קשה, ווייל זייער וועלט שטייט נישט, זייער וועלט איז חרוב. וצ"ע

נ״ל, שיאיר התכוון בזה ליסוד דארוויניזם, והבן.
כאן, חבל טבור הארץ.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

[center]פרק ג[/center]

אויף יעדע עולה וואס דער טיפש באגייט איז דא ערגעץ א חכם וואס איז אחראי דערויף.
צושטעלן פאר דעם נאר זיין נארישקייט איז פונקט אזוי הייליג ווי צושטעלן פאר'ן חכם זיין קלוגשאפט.
מייחס זיין אוממאראלישע מעשים צו גאט מאכט נישט די מעשים מאראליש; עס מאכט גאט אוממאראליש.
אויב אינסופיות עקזיסטירט נישט, וואס איז די דעפיניציע פון א סוף?
עס איז אסאך גרינגער צו לייקענען אין גאט ווי אים צו איגנארירן.
די סיבה פארוואס מען קען נישט דעפינירן גאט איז ווייל יעדער האט אן אנדערער דעפיניציע.
אויב שלעכטס עקזיסטירט נישט איז עס נאך פיל מער רשעות'דיג.
מאראל און ליבשאפט זענען צוויי זייטן פון די זעלבע מטבע.
דער נביא זעט נישט דעם עתיד; ער זעט דעם הוה בעסער.
א סעלפיש מענטש האט נישט א גרעסערער 'איך' נאר א קלענערער.
מען קען נישט פיינט האבן עפעס וואס מען קען נישט ליב האבן.
אויב מען האלט זיך נישט גענוג גרויס ווערט מען א בעל גאוה.
מען קען נישט באגראבן דעם שקר; עס איז נישטא וואס.
די גרעסטע חידושים זענען די וואס האבן אלעמאל עקזיסטירט.
אלעס ווייסן מיר סוביעקטיוו, אריינגערעכנט אביעקטיוויטעט.
זעלבסטמארד זאגט אונז מער איבער לעבן ווי איבער מארד.
דער העכסטער מצב פון עקזיסטענץ איז די יכולת צו צווייפלען דערין.
שיינקייט איז באהאלטענע מאטעמאטיק; מאטעמאטיק איז באהאלטענע שיינקייט.
אויב שיינקייט איז שקר, ווי אזוי קען זיין אז שקר איז מיאוס?
האדם לא נברא אלא להתענג
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6957
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

נורא נוראות! הערליך יאיר.

איין שאלה נאר, דאס קומט ארויס פון איין זיצונג, סתם ארויסגעשארצט פון ארבעל, אדער דרייסט דיך ארום מיט א נאוט-פעד אדער ריקארדער און ווען ס'פאלט דיר איין א תנועה זינגסטו עס אריין?
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

אינטערעסאנטע שאלה, געפילטע. האמת אגיד, איך האב שוין פרובירט ביידע וועגן, און צו מיין ערשטוינונג ארבעט דער ערשטער מהלך פילפאכיג בעסער. דאס געשעט ביי מיר ביי סיי וועלכער קריעיטיוו זאך אין וואס איך בין עוסק. ווען עס איז דא אן עת רצון און איך זעץ מיך אראפ מחדש זיין, קומט אראפ א רוח ה' ממרום און קען איך ערצייגן פיל מער ווי ווען איך פרוביר צו כאפן איינצלנע בליצן אויפאמאל.
איך בין נייגעריג אויב ביי אנדערע איז אויך אזוי. אפשר קען מען דאס פארענטפערן לויט דעם פסוק אין משלי יאיר: "די גרעסטע חידושים זענען די וואס האבן אלעמאל עקזיסטירט."
די מפרשים זאגן פשט לויט ווי עס ווערט געברענגט בשם רבינו אברהם אבן אחד, וועלכער האט געשריבן:
Mozart is of such purity and beauty that one feels he merely found it-that it has always existed as part of the inner beauty of the universe waiting to be revealed.
לויט דעם איז פארשטענדליך אז עס איז אסאך גרינגער זיך אריינצוברעכן אין דעם היכל החידושים און צו כאפן וויפיל ס'גייט, ווי צו שטיין און ווארטן אז די הויפן חידושים זאלן ווערן אזוי גרויס ביז אפאר פון זיי פליען ארויס דורכ'ן פענסטער.
האדם לא נברא אלא להתענג
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6957
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

איך מיין אז אין די ארט וועלט איז דא פון ביידע סארטן, ס'דא שרייבער\פאעטן\מעלער וואס זאגן אז ס'איז א מין השראה וואס רוהט אויפן מענטש ווען דעמאלס קומען ארויס אלע חידושים, ס'דא וואס קענען מעורר זיין די השראה אן דימענד, צו מיט די הילף פון געווירצן, און ס'דא וואס דאס מוז קומען מיט אן איתרעיתא דלעילא, זיי קענען גארנישט טוהן דערצו. און זיי דרייען זיך טאקע ארום מיט א נאטיץ ביכל, א פיזישע צו א גייסטישע, אראפ צו כאפן די נבואות.

מ'קען טאקע משלב זיין די צוויי פסוקים אין משלי יאיר פרק ג', אז די גרעסטע חידושים זענען נישט תלוי אין זמן, נאר זענען אינעם הווה און דעם עבר, און אז דער נביא זעט נישט דעם עתיד, נאר ער איז מער קאננעקטעד צום הווה.



דעם אינסופיות האב איך נישט אינגאנצען פארשטאנען. דאס איז אזויווי צו זאגן אז אויב אינפיניטי עקזעסטירט נישט וואס איז די דעפיניציע פון איינס. אויב דאס איז א ראי' איז א שאד די ארבעט פון אלע מאטעמאטיקער וואס האבן זיך געפלאגט צו טרעפן ראיות צום אינפיניטי.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום געפילטע פיש, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

יאיר האט געשריבן:אינטערעסאנטע שאלה, געפילטע. האמת אגיד, איך האב שוין פרובירט ביידע וועגן, און צו מיין ערשטוינונג ארבעט דער ערשטער מהלך פילפאכיג בעסער. דאס געשעט ביי מיר ביי סיי וועלכער קריעיטיוו זאך אין וואס איך בין עוסק. ווען עס איז דא אן עת רצון און איך זעץ מיך אראפ מחדש זיין, קומט אראפ א רוח ה' ממרום און קען איך ערצייגן פיל מער ווי ווען איך פרוביר צו כאפן איינצלנע בליצן אויפאמאל.

קען זיין סנישט קיין סתירה, א גאנצער טאג דרייט זיך דאך די חידושים אין קאפ, עס איז נישט קיין יש מאין וואס דו שרייבסט ביים עת רצון עס איז דאך מלוקט פון פארשידענע מחשבות און זאכען פון אגאנצע טאג, נאר אנשטאטס אריינזאגען יעדער שטיקל עקסטער און זיך ארומשלעפן מיט דער צעטל חלילה נישט פארגעסן, זעצסטו זיך אוועק איין מאל דאס אלעס אריינשרייבען, עס איז אבער די מחשבות פון א גאנצע טאג, בערך אזויווי ביי שמונה עשרה דערמאנט מען זיך די שטותים פון א גאנצע טאג..
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

געפילטע פיש האט געשריבן:דעם אינסופיות האב איך נישט אינגאנצען פארשטאנען. דאס איז אזויווי צו זאגן אז אויב אינפיניטי עקזעסטירט נישט וואס איז די דעפיניציע פון איינס. אויב דאס איז א ראי' איז א שאד די ארבעט פון אלע מאטעמאטיקער וואס האבן זיך געפלאגט צו טרעפן ראיות צום אינפיניטי.

איך רעד נישט פון דעם מאטעמאטישן אינפיניטי נאר פון דעם פילאזאפישן מושג פון אין סוף. אזוי אויך דער ארגומענט איז א פילאזאפישער נישט א מאטעמאטישער. ס'גייט בערך אזוי: אויב זאלן מיר אננעמען אז עס איז נישטא אזא זאך ווי אן עקזיסטענץ וואס איז ביאנד יעדער מוגבל'דיגער קאנצעפט (דהיינו גאט), דאן מיינט דאס אז עקזיסטענץ באשטייט נאר פון מוגבל'דיגע זאכן. אויב אזוי, וואס איז בכלל דער פשט פון א מוגבל'דיגע זאך? א גבול איז פשט אז עס זאגט עד פה תבא. עס האט די פאטענציאל צו גיין ווייטער אבער עס גייט נישט. אויב איך מאך למשל א גרעניץ ארום מיין הויז איז פשט אז עס איז דא א ריזיגער שטח ארום מיין הויז, און פון דעם טייל איך אפ א חלק און איך מאך עס מיין הויז. אויב מיר גלייבן אז אינדרויסן פון די אוניווערס איז אלעס א גרויסער אין סוף'דיגער קוגל (so to speak), דעמאלט קען איך זאגן אז די אוניווערס איז באשאפן געווארן און אנגעהויבן מגביל זיין זאכן. אבער עס איז בכלל נישט שייך עפעס בלתי מוגבל זאל עקזיסטירן, דעמאלט פון וואס איז מען מגביל אלע אנדערע זאכן?
דער וואס גלייבט נישט אין אין סוף קען אפשר ענטפערן אז אין הכי נמי, עס עקזיסטירן אויך נישט קיין מוגבל'דיגע זאכן. אלעס וואס מיר זעען איז איין גרויסע געמיש פון עקזיסטענץ וואס איז נישט מוגבל און נישט בלתי מוגבל.
האדם לא נברא אלא להתענג
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

אויב איז עס בדרך השראה, וויאזוי געדענקסטו וואס די כוונה איז געוועהן בשעת'ן שרייבען?
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6957
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

איך פארשטיי אז דו רעדסט נישט פון מאטעמאטישע אין סוף, כ'האב עס נאר געברענגט פאר א משל.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4920
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

פארוואס נעמט איר אן פאר א פשטות אז פילאזאפישע אין-סוף איז אנדערש ווי מאטעמאטישע אין-סוף? בעיני איז דאס איינס און די זעלבע.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

@יאיר איך האב.שוין געכאפט אמאל פון פישעלע אז דיר פרעגן אויף דיינע ווערק איז קעגן די געזעצן פין 'מאדערן ארט', אבער דוכט זיך אז אלץ א סיקוועל צי שלמה'ס משלי גייט דאס נישט אריין בכלל מאדרן ארט, אין אזוי צי אזוי זענען מיר ממילא נישט 'אויף די ביכער' סאו קימער איך נישט מיט געזעצן

וואס איז פשט פין די שטיקל

''מאראל און ליבשאפט זענען צוויי זייטן פון די זעלבע מטבע.''
ליבשאפט פין וואס?
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

עני ליבשאפט. דער קאנצעפט פון ליבשאפט איז מיסודו אן ענין פון חיבור. דער קאנצעפט פון מאראל איז מיסודו אויך אן ענין פון חיבור, פון שפירן אז יענעמ'ס צער איז מיין אייגענע צער און יענעמ'ס פרייד איז מיין פרייד.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

יידל האט געשריבן:פארוואס נעמט איר אן פאר א פשטות אז פילאזאפישע אין-סוף איז אנדערש ווי מאטעמאטישע אין-סוף? בעיני איז דאס איינס און די זעלבע.

שוין פארהאן ערגעץ אן אשכול דערוועגן. אבער בקיצור: מאטעמאטישע אין סוף האט א פונקטליכע דעפיניציע. פילאזאפישע אין סוף האט נישט קיין דעפיניציע. למשל דער קאנצעפט פון אין סוף בענקלעך איז א מאטעמאטישע אין סוף, אבער קיינער וועט נישט זאגן אז די אלע אין סוף בענקלעך זענען דאס זעלבע ווי דער מושג פון גאט איבער וואס פילאזאפן רעדן.
האדם לא נברא אלא להתענג
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2594
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

איינער שרייבט מיר יעצט נאך א פסוק במשלי יאיר:

באווייז דיין חכמה דורך דיינע ווערק, אן יענעמס טפשות.
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך פישלע העררינג »

כוכב האט געשריבן:איינער שרייבט מיר יעצט נאך א פסוק במשלי יאיר:

באווייז דיין חכמה דורך דיינע ווערק, אן יענעמס טפשות.

:lol:
(- - -)
פארשפארט