יאיר האט געשריבן:ישראל קאפקע האט געשריבן:@יאיר,
ווייסע פאליציאנטן זענען זיכער נישט, (כאטש אין אמעריקע איז 'ווייס' אויך נישט קיין עטניסיטי) אבער די עיקר פונקט איז אז איך דרוק ארויס אז דער ראסע אדער עטניסיטי האט א נעגאטיווער אייגנארטיגקייט, א חסרון, וואס קומט מכוח די נאטור (אין היינטיגע שפראך; גענעס) פון דעם ראסע.
און כאטש דו קענסט זיך דינגען און זאגן אז באצייכענען כינעזער אלס קלוגער, אידן אלס שארפער, וכו' איז אויך 'ראסיסטיש', ווערט עס אבער געווענליך נישט אנגערופן ראסיזם.
לעיקוואוד האקט, ביג טיים! (אוי, איז נישט לעיקוואוד אן עטניסיטי?)
פארשטייסט דאך איך מיין נישט דוקא דעם מובן פון דעם פונקטליכן גדר פון דעם ראסיזם טערמין און ווער עס איז יא עטניש און ווער נישט. אין מיינע אויגן איז נישט קיין גרויסע נפקא מינא אויב מען זאגט אז שווארצע האבן רוצחישע די ען עי אדער מען זאגט אז אלע זשינזשיס זענען כעסנים ווייל זיי ווערן געבוירן אין מזל מאדים. די שורש איז prejudice. ממילא גיי צוריק צו מיין שאלה און לייג אריין prejudice אנשטאט ראסיזם.
פאראורטייל (prejudice) איז נישט פונקטליך ראסיזם, פאראורטייל קען אריינרעכענען ראסיזם, סעקסיזם, אנטיסעמיטיזם, איסלאמאפאוביע, איראנאפאוביע, סטעריאטיפן, אימיגרנאפאוביע, (יעצט אויפגעמאכט
), און נאך, פאראורטייל קען זיין א פערזענליכע שנאה און איינרעדעניש, און אפי' א שנאה צו א ספעציפישע ארוני צי זלמוני פון די קעגנערישע צד, די פשוטע דעפיניציע איז; אורטיילן א צווייטן נישט איבער יענעמס פערזענליכע אייגנשאפטן און מעלות, אדער חסרונות, נאר צוליב א פון פאראויס געהאלטענע שיטה אדער שמועה, און דעטס ליגט פשוט אין די ווארט, פאר-אורטייל pre-judice, ופשוט.
ראסיזם איז איינע (און פילייכט דאס שעדליכסטע און ברייטפארשפרייטסטע) פון די פילע סארטן פאראורטייל.
פאראורטייל איז געווענליך נעגאטיוו, כאטש סטעריאטיפ, איין סארט פאראורטייל דארף נישט אייביג זיין נעגאטיוו.
ראסיזם איז אייביג נעגאטיוו, איבער א עטנישע גרופע, און איז אין זייער נאטור, אדער גענעס, געווענליך האט ראסיזם א קערנדל אמת אין זיך, אוו דאס איז וואס מאכט עס אזוי געפערליך.
זאגן אז ווייסע פאליציאנטן וועלן גרינגער שיסן א שווארצן, אויב איז עס אמת איז עס לאו דווקא פאראורטייל, כאטש באשולדיגן א ספעציפישע ווייסן פאליציאנט אז ער וועט גרינגער שיסן א שווארצן מאן איז פילייכט יא.