shem-tov האט געשריבן:בארואיגט אייך סאיז יש דברים בגוי. ער זאגט דאך אז ער איז דארט געווען נו וואלס טענהסטו דעך. די אלע מענטשן רעדן פון פאר די שחיטה אין חברון וואס איז שוין געקומען אדאנק די ציוניסטישע בונטעוועריי
איך האב נאך קיינמאל נישט געזען א גוי א רוצח זיך גרייטנדיג צו הרגנען א איד, דעריבער קען איך דיר נישט זאגן אויב זיין א ציוניסט מאכט א חילוק, איך גלייב אז נישט ווייל א אייראפעאישע רעכטער אנטיסעמיט גייט נישט אן אויב דו ביסט א ציוניסט אדער נישט,
דיין שאלה ווער עס איז מער בארבאריש די פאלעסטינער אדער די ציוניסטן איז א נארישע שאלה וואס קומט נישט אריין יעצט,
די פוינט איז אז אין פאלעסטינע ביז פאר הונדערט יאר צוריק האבן אידן געלעבט פארהעלטנסמעסיג רואיג, זיכער פיל רואיגער ווי אין רוסלאנד אדער אנדערע מזרח אייראפעאישע לענדער,
בערך ניינציג יאר צוריק האבן די אומשטענדן זיך דראסטיש געטוישט אין פאלעסטינע,
אן אנדערער וועט מעגליך וועלן פארשטיין וואס עס האט זיך געטוישט פון הונדערט ביז אכציג-ניינציג יאר צוריק, וואס האט גורם געווען די טויש, צו ציוניזם אלס אידעאלאגיע איז טויט (וואס איז אגב גאר גאר ווייט פונעם מציאות, עניוועי) איז גארנישט משנה, וואס כאפט יא א חילוק איז די 'מציאות' אין מדינת ישראל/פאלעסטינער געביטן, די מצב פון די פאלעסטינער פליטים און זייערע קינדער, די זידלונגען, די בלאקאדע אויף עזה, די לעצטע מלחמה מיט זעקס הונדערט טויטע פאלעסטינע קינדער דריי הונדערט פרויען, און נאך פילע ציווילע,
און דאס אויב עס גייט מיר אן/מעג מיר אנגיין/זאל מיר אנגיין/דארף מיר אנגיין איז אויך נישט די אישו, די אישו איז אויב עס גייט זיי אן (די פאלעסטינער) און וואס דאס איז גורם פאר די פאלעסטינע (און אנדערע אראבער, און מוסלעמענער בכלל) רילעישנשיפ מיט אידן אין ארץ ישראל, (און איבער די גאנצע וועלט)
דיין נאכאנאנדע איבער קייען דיינע אויסגעדראשענע סלאגאנען העלפט נישט צו צו פארשטיין די מצב.
ישראל קאפקע: דו האסט נישט פארשטאנען א טייל פון מיינע פוינטס. איך האלט דאס זעלבע ווי דו אז משפט'ן ווער ס'איז מער בארבאריש, די ציונים אדער די אראבער איז נישט רעלעוואנט. און אויב איך דערמאן עס איז עס נאר אויף א סארקאסטישן אופן. ווייל ס'איז דא א סאך אידן וואס ס'גייט זיי יא בנפשם צו דזשאדזשן ווער ס'איז ערגער. דער פאקט אז א סאך פאלעסטינער ציווילע פרויען און קינדער זענען אומגעקומען ביי די לעצטע מלחמה אין עזה, איז אפשר א טראגעדיע. אבער מ'קען נישט באשולדיגן מדינת ישראל אין זייער טויט. די אמת'ע שולדיגע זענען זייערע אייגענע פירערס וועלכע האבן אוועקגעשטעלט די ראקעטן שיסערס צווישן די ציווילע באפעלקערונג. אין אן אמת'דיגע וועלט וואלט מען זיי געדארפט שטעלן צו א קרימינאלן משפט. די רעגירונג פון מדינת ישראל האט נישט געהאט קיין ברירה נאר צו שטיל מאכן די ראקעטן שיסער באזעס. זיי האבן דאך נישט געקענט צו לאזן אז זייער באפעלקערונג זאל ווערן באשסן פון די ראקעטס. לגבי די רעלעוואנטקייט פון פיהרן די אידעאלאגישע מלחמה מיט די ציונים. דאס איז זינלאז און צוועקלאז. ווייל היינט, דער מציאות (רעאליטעט) אין ארץ ישראל איז, אז ס'איז נישט דא קיין אידעאלאגישע מלחמה. ווייל די וועלכע פיהרן זיך אויף ווי גויים (און א גרויסער טייל זענען אמת'ע גויים) האבן מיט אונז ערליכע אידן גארנישט קיין שייכות. זיי זענען גארנישט אנדערש ווי די גוי'אישע באפעלקערונג אין אמעריקע און ענגלאנד. די ערליכע אידן דארפן זעהן אז זייערע רעכטן אלס שומרי תורה ומצוות זאללן נישט געשטערט ווערן. אנדערש ווי אמאל. ווען מ'האט געפיהרט אן אידעאלאגישע מלחמה מיט די דאמאלסדיגע ציוניסטישע פיהרערס. איז דאס היינט ב"ה בטל געווארן. ווייל דער פרייער איד טוט נישט גארנישט לשם אידעאלאגיע. פשוט. ער לעבט ווי א גוי ווייל ער האט באקומען אזא חינוך. און אונז גיי מיר גארנישט טוישן...!
אוי ר' ישראל קאפקע: ווען דו האסט נאך געוואוינט אין די מדינות פונ'ם סאוויעטן פארבאנד, נאך פאר דו ביסט געקומען קיין וויליאמסבורג האסטו אויכעט געוויסט פון די גאנצע אידעאלאגיע פון סאטמאר?...!
קאפקע פונעם סאוויעטן פארבאנד? איך בין געבוירן דריי יאר נאכן צוזאמפאל פונעם קאמוניזם, די נענסטע וואס איך בין געווען צו רוסלאנד איז געווען א יאר א האלב צוריק, ווען איך בין געווען אויף קברי צדיקים אין אייראפע,
אין בלאט פון די פארגאנגענע וואך (פ' ויצא) איז דא א באמבע פון א טעות. ס'איז אפשר נישט זייער שולד. אויף פ. 41 אין די ציבור אפטיילונג איז דא א פול פעידזש עד פון "ישיבה גדולה תורה ויראה ד'סאטמאר, שיעור ד'" פאר ר' יונתן שטראסער, דער "אבי החתן" און פאר זיין מחותן "הרב" שמואל דוד פריעדמאן, דער מחבר פון עטליכע ספרים, דער "אבי הכלה". די מעשה איז דאך אבער פארקערט, אז דער חתן איז ר' שמואל דוד'ס זוהן און די כלה איז די טאכטער פון ר' יונתן שטראסער... וויאזוי אזאלכע טעותים קענען געשעען ווייסיך נישט. בכל אופן, מיין שאלה איז אויב אין אזא פאל קענמען זיך ארויסדרייען פון צאללן. אזא "עד" קאסט מסתמא אן אלפ'ל, מארקעט פרייז.
ר' יואב שליט"א, בעל האשכול: איך וויל נאר מאכן א קליינע באמערקונג וואס דריקט מיר שוין אין מאגן פאר א לענגערע צייט. און איך האף אז דער אשכול וועט נישט פארדרייט ווערן צוליעב דעם. והנה: ס'איז פאראן א סאך מאל וואס דאס עצם ווארט איז א לשן נקיבה. אבער צוליעב די "אכשר דרא" סינדראם, מיט וועלכען א גרויסער טייל פון די אידיש שרייבער זענען געשלאגן, ספעציעל דער בלאט , בראשית דרכו, וועלן זיי שרייבן די פרעפאזיציע מיט א לשון זכר. למשל "די ספר תורה" וועללן זיי שרייבן "דער ספר תורה". איי ס'שטייט דאך אין חומש "ברוך אשר יקום את דברי התורה הזאת. אבער צוליעב די "אכשר דרא מאטיוון וועט מען עס פארדרייען...
דברים כ"ט כ' והבדילו ה' לרעה מכל שבטי ישראל ככל אלות הברית הכתובה בספר התורה הזה
רש"י: "הכתובה בספר התורה הזה" - ולמעלה הוא אומר בספר התורה הזאת גם כל חלי וכל מכה וגו', הזאת לשון נקבה מוסב על התורה, הזה לשון זכר מוסב על הספר, וע"י פיסוק הטעמים הן נחלקין לשתי לשונות. בפרשת הקללות הטפחה נתונה תחת בספר, והתורה הזאת דבוקים זה לזה, לכך אמר הזאת/ וכאן הטפחא נתונה תחת התורה, נמצא ספר התורה דבוקים זה לזה, לפיכך לשון זכר נופל אחריו שהלשון נופל על הספר.
And I was under the impression that the reason for them running those full page ads in the main section , [all in English btw] is to cover the expenses and have some profit left
אויב האסטו א יאר אין א מיטוואך איבריג, וועל איך שרייבען אין יודיש
Otherwise I will type in English, sorry about that.