נאכווייען וועלכע לייגן אין שאטן די עצם ספעקטאקל

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
האט שוין געלייקט: 628 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1872 מאל

נאכווייען וועלכע לייגן אין שאטן די עצם ספעקטאקל

שליחה דורך בעל מדות »

איך האב זיך געוואקלט פאר געלעכטער לייענעדיג אויף אייוועלט א זיס אשכול דורך "שלום אויש" איינער פון אייוועלטס גוטע שרייבער און איך האב עס אריבערגעשלעפט אהער
לייענט און האט הנאה
דער לעבן פון א מענטש איז א וועלט פאר זיך און גאנצע ביכער קענען ווערן אנגעפילט מיט יעדעמ'ס פענרזענליכע איבערלעבענישן מיט וואס מען טוט זיך ספראווענען' אויף יעדעם גייען פארביי קאמישע געשיכטעלעך טשיקאווע אינצידענטן און מאדנע פאסירונגען

יעדער איז אויסגעשטעלט צו רויט ווערן ברבים און עס איז כמעט אוממעגליך עס צו פארמיידן קענענדיג ערשיינען און אלע סארט פארעמעס און קאלירן

געשעהט אבער אמאל אז עס פאסירט א געשיכטעלע און פארן מענטש איז עס נאר "נאך א סצענע" און טאג טעגליכן לעבן אבער גאר געשולטע נודניקעס זענען מעלה גרה דעם געשעעניש און פאראייביגן איהר מיטן אופן וואס עס גייט אריין און קאפ מער פון די נאכווייען פונעם פאסירונג ווי דער עצם פאסירונג אליין, זיי רעדן דערפון און גרעבצן עס ארויס ווי גאז נאך סעלצער אזש ווען מען טרעפט זיי אהן וויל מען גיין דער אנדערע זייט און ווען זיי זענען אין היכל התורה לויפט מען אין ווייבער שול
און פון אזא געשיכטע וויל איך רעדן


מיט יארן צוריק און מיינע גוטע צייטן לערנענדיג אין א געוויסע הייליגע ישיבה איז אויסגעקומען אמאל אז מען האט געהאט א תקופה וואס מען איז אפט געפארן פון איין ארט צום צווייטן רייזנדיג מיט צענדליגע געלע באסעס וואס האבן טראנספארטירט די הינדערטער נפשות הבחורי חמד

די וועג איז געווען א טראגעדיע פאר זיך ווי די מנהג ביי בחורים אז מען פארשליסט די אפעטיט פון יעדן באס דרייווער צו ווילן זיין א דרייווער

איז געווען איינמאל ווען די גאנצע שיירה פון באסעס האבן זיך געשלענגלט איבער די גאסן און אינמיטן די רייזע האב איך באשלאסן אז איך וועל אראפגיין אינמיטן די רייזע בכדי צו ערלעדיגן א געוויסע פראיעקט, איך האב זיך צוגעשארט צום פארנט און איידל פארלאנגט פאר א סטאפ אויף א געוויסע ווינקל אין שטאט דער דרייווער האט געשאקלט מיטן קאפ און ביים ספעציפישן ארט האט ער אפגעשטעלט דעם באס עפענענדיג דער טיר מיר אראפלאזנדיג צום גאס, ער האט מיט זיין אפשטעל צוגעברענגט אז נאך צוויי צי דריי באסעס זאלן אויך מאכן א סטאפ און רוהיג ציווארטן אז מיין באס זאל צוריק אנהויבן פארן

איך נעם מיין זעקל אביעקטן אריינגערעכנט פרוכט און מזונות וואס מיין מאמע האט מיר מיטגעשיקט אין ישיבה און נאך חפצים ווי קליינגעלט וואס איך האב דאן פארמאגט בשפע פון עפעס א שנאר קאמפיין וואס עטליכע אזויגערופענע גבאים האבן ארויפגעצווינגען אויף אלע בחורים (גיין נאך געלט אין די ישיבה יארן איז א באזינדערע אפטיילונג פון ביכער מיט שווערע סעיפים און גאנצע פראקציעס...גוטע צייטן פון וואס מען קען אסאך רעדן ועוד חזון למועד) איך שפאן אראפ די דריי טרעפלעך פון באס ווען עטליכע הינדערט אויגן אבזערווירן יעדע ריר וואס איך מאך איך מורמל פארטרויטלט א שטילער שקויעך פארן דרייווער וואס איז שוין דאן פארנימען צוריקשלעפן דעם טיר

יעצט די הויעכפונקט פון מיין באס אפטרעטונג איז געווען א חשבון פון א קליין טענצל וואס איך דארף מאכן צום סיידוואלק פון די לעצטע סטעפ ביים באס

האט פאסירט אז א גליטש וואס קען צו יעדעם פארקומען האט אויפגעוויזן מיינע שוואכע קענטעניסן אין רעכענען און יעפס איהר קענט לכאורה פאנטאזירן וואס דא האט מיטאמאל פאסירט..... אאאאווווווייייייטטטטטשש!!! ט-ר-א-כ-ס איך האב געכאפט אזא קאטאסטראפאלער ציזאמלייג אראפ צום ערד...און בפישוט ידים ורגלים באלאדנט מיין גאנצע קערפער מיט מאראסטישע איבל ווען איך שמעק די קאלט צעמענטענע סיידוואולק וואס האט לכאורה געכאפט א גוטן זעץ פון מיין אומפאל


איך האב נאך בכלל נישט געכאפט וואס דא האט פאסירט, שטערנס זענען מיר געטאנצן פארנט פון מיינע מחשבות און געפיבערט ווי מינעס וואס רייסן אויף
מיין גלעזער היט קאפל און איין שיך זענען זיך צעפלויגן און אלע ריכטונגען

מיין שטאפן היט האט געראולט ביז א וואסער מיינע פרוכט האבן אנטייל גענימען אינעם דערהויבענעם נסיעה און איך האב פארגלייזטערהייט באטראכט ווי די ענדלאזע ים פון קליין געלט ברענגען א גלאנציגער טענצל אויפן גאנצן שאסיי


און דאס אלעס האט פאסירט פארנט פון עטליכע איבערגעפילטע באסעס מיט טויזענטער אויגן וועלכע גלאצן צום פענסטער אזש געבנדיג א קוק צוריק האב איך געזעהן פילצאליגע הינדערטער נעזער זיך שאקלען מיט פרייד ארויף און אראפ און טייל האבן ממש געהיסט מיט א טרערן איבערפלוס רינענדיג פון די בעקעלעך

איך האב זיי פארשטאנען און מיך אליין פארגעשטעלט וויאזוי איך וואלט פונקט אזוי מיטגעלאכט אין מיין מח האב איך פאנטאזירט וואספארא ליסטיגע סצענע זיי האבן אקארשט מיטגעהאלטן נעמליך א פעשליכן קעסטל כאפט א גליטש
איך האב אויפגעהערט שמייכלען זיך כאפנדיג אז איך בין געווען די מעין עקטער דא


איך האב אפגעווישט מיינע ציריבענע הענט און פארגעסן פון דעם געשיכטע וואס האט ביי מיר נישט צופיל פלאץ פארנימען

איך האב ערלעדיגט וואס איך האב געדארפט און ערשינען אין ישיבה מיט א פרישקייט


קימט צו צי מיר א נידריג באזירטע נשמה מיט א הויפן דענדראפס תושבים אויבן ביים גאנצן שטח פון רוקן

נו וויאזוי האט עס געפילט...? פרעגט ער... פרוביר עס אויס קימט מיין שארפע ענטפער... איך שאקל זיך אפ פון אים והנה א פרישן קעיס א הויעכער מיטלקלאס עלעמענט מיט א זויערשטאף ביים רעדן... נו קעקעצט ער הייזעריג... געזאגט ראה עני ועמלי?... חחח יא איך זאג עס נאכאמאל שטיל מיינענעדיג אים פיין הצלחה

דער דריטער איז געווען שוין א מער "לץ" סטייל א דערהויבענער מגיד שיעור מיט פימפלען דינענדיג אלס נמשל פון די קראצמעך לייטס נו פרעגט ער האסט אלע ביינער? איך האב אים געוואלט געבן א זאג טראגט אפ פון מיר אבער משום כבוד רבו האב איך מיטגעלאכט מיט זיין נארישן וויץ וועלכעס ווייסן בארד האט געהאנגען דערפון כאכא יא ברוך השם אלע ביינער יא אלעס איז גאנץ


איך ווייס נישט פארוואס פונקט דאן זענען מיינע געשוואוירענע פיינט געווארן פריינט בעלי רחמנות מיט א געפיהל צו מיר

אבער אגאנצן ביך קען איך ארויסגעבן פון שליימיגע וויצן און נארישע סטעיטמענטס וואס יעדער האט מיר געשאנקען מיט אהן א מאס גוטסקייט

איך וועל קיינמאל נישט פארגעסן דער געשיכטע ווי מען האט גענימען א נארישע מאמענט פון שלימזלות און גענימען פאר א מיסיע צו מיר מאכן שווער אטעמען


נעקסט טיים זעהסט איינעם און אזא אדער ענליכע סיטואציע פאר זיין טובה זעה נישט הער נישט און קאמענטיר נישט
מ'מאכט זאכן מעגליך.
באניצער אוואטאר
בשבילי!
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 5:57 pm
האט שוין געלייקט: 462 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

שליחה דורך בשבילי! »

ככככככככחחח רייכע פעדער! אוי כאב נישט קיין ווערטער חחח
^*^*^*^
איך האס לייק'ס. אויב ווילסטו מיר אפטוהן. אויב ווילסטו מיר וויי טאן. געמיר א לייק.
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
האט שוין געלייקט: 628 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1872 מאל

שליחה דורך בעל מדות »

וואס זאגט דער עולם דערצו?
מ'מאכט זאכן מעגליך.
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
האט שוין געלייקט: 1551 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל

שליחה דורך ישמעאל הכהן »

מ'זאגט אז שלום אויש איז געווארן א בעל מידות
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
האט שוין געלייקט: 628 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1872 מאל

שליחה דורך בעל מדות »

מיר באטראכטן אלץ שלום אויש, איך נעם אהן דעם קאמפלימענט נישט קיין שום פראבלעם האלאו אויב ברענג איך עפעס גוט פון יענטאאש וועסטו מיר באטראכטן פאר יענטאאש

זיי נישט נאריש איך האלט נאך נישט ביי אזא הויעכע מדריגה
עניוועיס אדאנק פארן אומזיסטן קאמפלימענט
מ'מאכט זאכן מעגליך.
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
האט שוין געלייקט: 1551 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל

שליחה דורך ישמעאל הכהן »

איך ווייס נישט וואס יענטאש מיינט אדער איז.
און וועגן אויש האב איך נישט געמיינט צו זיין קאמפלימענטיש.
וועלקאם עניוועי
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
פארשפארט