דער "פארוואס פונקט יעצט" אשכול

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1675
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 6188 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6312 מאל

דער "פארוואס פונקט יעצט" אשכול

שליחה דורך יואב »

פארהאן אמאל א מינדערוויכטיגע זאך/פראבלעם, וואס אויב זאל עס דיך באטרעפן עטוואס בעפאר, צו שפעטער, וואלט דאס אריבערגעווישט געווארן כאילו לא היה, און וואלט בכלל נישט באטראכט געווארן ווי עפעס א באזונדערע שלימאזאלעס.

דער פראבלעם מיטן פראבלעמאטישן פראבלעם איז אבער, אז ס'האט טאקע נישט אויסגעוועלט זיך צו לאזן פאסירן אין א צווייטער מינוט, נאר ווי אויף להכעיס אויסגעקליבן די סאמע איצטיגע מינוט זאל דינען זיינע צוועקן. און צוליב די אומשטענדן באשר הוא שם, ווערט דער קליינער פראבלעם, פארוואנדלט ווי אין א תולדה פון א סאמאטוכע. (נע, גוזמא האט אויך א גבול).

טו איך גרינדן דעם אשכול, פאר אזאנע פעלער. דער עולם קען דא מיטיילן זייערע געשענישן/מיטמאכנישן, וואס נישט דאס עצם געשעעניש איז וואס באדערט שטארק, נאר פשוט א רעגענישט שהזמן גרמה -- "פארוואס פונקט יעצט".

ובזה החלי: היינט אינדערפריה האב איך מיך ספעציעל געיאגט, כ'האב געברויכט אנקומען ערגעץ עפעס צו ערלעדיגן. אנגעהויבן האט זיך דאס שוין מיטן פיטום אויף א אראפ, ווען איך בין אן קיין אפציעלע סיבה פארשלאפן מיט א האלבער שעה. איך טאנץ אויף פון בעט עטוואס נערוועז, איך קנעפל ווילדערהייט צו מיין העמעד, כ'שמייס ארויף די הויזן; זאל שוין זיין די שטרימפ אויך. יעצט דער שיך, און... מיי גאש! דאס בענדל, יא, דאס קליין נידערטרעכטיגע חוצפה'דיגע בענדל, אן קיין פריערדיגע מעלדונגען, האט זיך דערקלערט זעלבסשטענדיג. איך שטיי מיטן אפגעפליקטן -- תרתי משמע -- בענדל אין האנט, און ערשט יעצט הייבט זיך דער פראגראם אן. קודם דארף איך ארויסשלעפן דאס אלטע געדרייטע בענדל פון די קליינע לעכער. דאס איז נאך גאנץ בחסד פון דאס וואס ווארט מיך אפ דערנאך. יעצט ברויך איך אויסשטאפירן מיינע ביידע שיך מיט נייע בענדלעך. און וואו האמער בענדלעך אינדערהיים? איך ווייס נישט. גיי דריי איבער שענק, אלץ ווייל די בענדער זענען ארויס אין קריג מיט מיין שיך אין א טינקלן שנייעדיגן פארטאגס. למעשה האב איך נישט נייע בענדלעך אינדערהיים, הפנים נישט איבער וואס איך ווייס אויף דער מינוט. (טיפיקעל, זאל איך מארגן דאס טרעפן בשעת איך נעם ארויס מיין טאטה-בראש פון שענקל, ליגן באגראבן אונטער א שאכטל בענדעידשעס.) דארף איך יעצט גיין קויפן. וואו גיי איך יעצט? צו וועלכן געשעפט מיט בענדלעך צום פארקויפן, זאל איך איצט אנקלאפן? שוין, "פארגעט איט", בליצט מיך אויף א וואזשנער המצאה אין מיין האלב פארשלאפענעם מח, אין באגלייטונג פון סאטיספאקציע געמישט מיט גרימענישן. איך כאפ מיין זון'ס שבת שיך, איך דריי ארויס די בענדלעך. קודם דארף איך דאס אויפקניפן מיט די ציין ווי א משוגענער, ווייל לעצטע מאל ער האט דאס גענוצט, האט ער נישט געשפירט פאר וויכטיג דאס אויפצובינדן, נאר אראפגעשטויסן פון פיס, זאל דאס פליען צו אלע בייזע רוחות. יעצט ברויך מען זיי אריינדרייען אין די קליינע פאר'עקשן'טע לעכער. און שטייצעך די קליינע בענדער זיינע, מאכן קוים מיט צרות אדורך אלע לעכער, ווארום ס'איז היבש קורצער ווי דער סייז איך ברויך פאר מיין שיך. בינד איך צו דעם שיך מיט אזא פיצי פארשאלטענעם בעבי קניפעלע, און שוין, כ'האב שוין כמעט פארגעסן אז איך יאג זיך.

נו, מ'האט שוין געהערט אזאנס אז א שיך בענדל זאל זיך צערייסן. אבער פארוואס פונקט יעצט? נישט געקענט געשען נעכטן ביינאכט, אדער מארגן נאכמיטאג? און פארוואס טרעף איך נישט נייע אינדערהיים?

דער עולם ווערט געבעטן מיטצוטיילן זייערע פאסירונגען.

דער אשכול פארמאגט 18 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
פארשפארט