העיגלס רעזיגנאציע - שעיר לעזאזל פאר אבאמא

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
מים חיים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 98
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 10:41 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל

העיגלס רעזיגנאציע - שעיר לעזאזל פאר אבאמא

שליחה דורך מים חיים »

פונעם טאג וואס ער איז נאמינירט געווארן אלס דער 24סטער סעקרעטאר אוו דעפענס עטוואס וווייניגער ווי צוויי יאר צוריק, איז טשאק העיגעל געווען א צילברעט.

נאך איינע פון די מערסט-ברוטאל קאנפירמעישן הירינגס אינעם סענאט פון א פרעזידענטליכע קאבינעט מעמבער אין די לעצטיגע יארן, האט ער געדארפט זיך אנטשולדיגן פארן זאגן אז "א אידישע לאבי" אין אמעריקע האט פאליטישע איינפלוס דורך אנווארפן שרעק און אינטימידעישאן. און ער האט געמאכט א טעות מיטן אנרופן דעם אבאמא אדמיניסטראציע'ס איראן פאליסי אלס איינגעהאלטנקייט. אין וואשינגטאן האט מען געשמועסט אז העיגעל איז נישט פאסיג פארן אמט און אז ער גייט נישט לאנג אנהאלטן דערויף.

פרעזידענט באראק אבאמא'ס החלטה אויפצוטוישן העיגעל, געמאלדן דעם מאנטאג, איז פאר קיינעם נישט געווען קיין שאק. אבער די צייט וואס מען האט דאס געמאלדן איז זייער מערקבאר, און עס פיטערט באשולדיגונגען אז העיגל ווערט דא געמאכט א שעיר לעזאזל פאר די אומצאליגע אויסערן פאליסי קריזיסן וואס דער ווייסע הויז האט פארפאטשקעט, פונעם אויפשטייג פון "אייסיס" ביז דער ווידער אויפבליה פון א נאציאנאליסטישע רוסלאנד, און דער שוואכע שריט קעגן דעם "עבאלע" אויסברוך.

העיגל איז נישט אריינגעברענגט געווארן אין דעם אמט צו ארלעדיגן די דאזיגע קריזיסן, און טייל אין די דעפענס דעפארטמענט זאגן אז ער איז פשוט נישט געווען געאייגנט דערצו. תיכף ביים אנפאנג פון זיין קאדענץ איז די הנחה געווען אז ער גייט זיין א שטילע רואיגע צוריקגעצויגענע דעפענס סעקרעטערי, עפעס וואס די וועלטליכע געשעהנישן האבן למעשה נישט ערלויבט.

"טראץ דעם וואס די ערשטע יאר איז ער איז געווען א ראבער סטעמפ פארן אדמיניסטראציע - אויף אלעס געזאגט יא - האט ער אנגעהויבן זיך קעגנשטעלן דעם פרעזידענטס דעפענס פאליסיס" זאגט א הויכראנגיגער געהילף פאר א רעפובליקאנער סענאטאר וואס איז געווען קעגן העיגלס נאמינאציע. "ווען דיין פארטיי פארלירט וואלן, איז דא קאנסעקווענסן. ער איז א שעיר לעזאזל. מען האט אים געצילט צוליב וואס ער האט אנגעהויבן זיך קעגנשטעלן פארשידענע זאכן וואס דער פרעזידענט האט געטוהן אין די דעפארטמענט אוו דעפענס.

העיגלס רעזיגנאציע איז באשלאסן געווארן פאריגע וואך דאנערשטאג נאכט. די נייעס איז ארויסגערינען נאר צו געציילטע מענטשן אינעם פענטעגאן. אסאך פענטעגאן באאמטע זענען געווען סורפרייזט געוואר צו ווערן מאנטאג פון א באריכט אינעם ניו יארק טיימס אז דער באסס אינעם פענטעגאן פארלאזט זיין שטעלע. (מען האט נישט געקענט מעלדן דערוועגן פריער, עס וואלט נישט געווען פראקטיש פאר אבאמא דאס צו מעלדן בשעת ער מעלדט זיין קאנטערוועסיאנאלן פלאן אנצוהייבן צו טוישן דעם אימיגראציע סיסטעם).

דאס אלעס האט געפירט אז העיגל, א מאן וואס האט מיט שטאלץ געקעמפט פאר זיין לאנד אין וויעטנאם, און האט נאך עד היום שראפנעל פון יענעם קריג, זאל ווערן אפגעזאגט פון זיין אמט מאנטאג אינדערפרי אויף לייוו טעלעוויזשאן שטייענדיג נעבן פרעזידענט אבאמא, און דעם וויצע פרעזידענט דזשאו ביידען.

די מעלדונג איבער העיגלס רעזיגנאציע איז נאכגעפאלגט געווארן מיט איראנישע טענות. די זעלבע וואס האבן אמאל אנגעפירט דעם מערכה קעגן זיין נאמינאציע זענען יעצט גרייט געווען אויסצולויבן זיינע פעולות - נאר צו ארונטעררייסן דעם אדמיניסטראציע וואס ער פארלאזט יעצט.

די האוז ארמד סערוויס קאמיטע טשעירמאן באק מעק-קעאן האט אמאל געזאגט אז העיגל איז "נישט פאסיג" אנצופירן דעם פענטעגאן, אבער דעם מאנטאג האט ער געזאגט אויף העיגעל אז ער איז געווען א "געוואלדיגער דעפענס סעקרעטערי און א גוטע פריינד".

"דער אבאמא אדמיניסטראציע איז יעצט אויפן מארק צו זוכן זייער פערטע סעקרעטערי אוו דעפענס. ווען דער פרעזידענט האלט שוין נאך דריי סעקרעטעריס דארף ער זיך פרעגן "איז עס זיי, אדער איז עס מיר?" האט מעק-קעאן רעאגירט.

אפילו סענעטאר דזשאן מעקקעין, וואס האט דראמאטיש קאנפראנטירט העיגעל ביי זיינע קאנפוירמעישן הירינגס איבער די סוירדזש אין איראק 2007, און ער האט אנגערופן העיגלס ענטפערס ביי די נאמינאציע הירינגס "די ערגסטע וואס איך האב געזעהן פאר סיי וועלכע נאמינירטע פאר א קאבינעט פאזיציע" האט די וואך נישט געהאט גארנישט בלויז לויב אויף זיין קאלעגע וויעטנאם וועטעראן.

"איך האב אים אייביג פאררעכנט פאר א פריינד, א פאטריאט, און א געטרייע דינער פארן פובליק" האט מעקעין געזאגט אין א סטעיטמענט, "טשאק און איך האבן גוט געארבייט אינאיינעם, און מיר האבן זיך אפט געזעהן אויג אויף אויג אויף די גרעסטע נאציאנאלע זיכערהייט שוועריגקייטן" אבער דאן האט ער ארומגעדרייט און קריטיקירט דעם פרעזידענט, "אבער סוף כל סוף, דארף דער פרעזידענט איינזעהן, אז דער עכטע סיבה פאר זיינע יעצטיגע דורכפעלער אין נאציאנאלע סעקיוריטי, איז בעיקר צוליב זיין אדמינאסטראציעס אומריכטיגע פאליסיס, און די ראלע וואס זיין ווייסע הויז שפילט ביים באשליסן און ביים דורכפירן די פאליסיס.

נאך מער איראניש איז, העיגל איז אין 2013 קריטיקירט געווארן אז ער איז נישט גענוג פרא איזראעל, אבער אזוי ווי די נייעס איבער זיין בעפארשטייענדיגע רעזיגנאציע איז פארשפרייט געווארן, האט אן איזרעלי באאמטער געזאגט פאר אן "הארץ" רעפארטער אז עס איז א שאד אז העיגעל רעזיגנירט ווייל ער איז איז געווען אזוי גוט מיט די איזרעליס.

עס איז אנגענומען אז דער נעקסטע טשערמאן פון די סענאט ארמד סערוויסעס קאמיטע וועט זיין מעקעין. צוליב דעם וועט מעקעין האבן א שטארקן האנט אין בייאיינפלוסן דעם פרעזידענטס אויסוואל פאר די נעקסטע סעקרעטערי אוו דעפענס. אבאמא האט נישט תיכף געמאלדן וועמען ער וויל נעמען, און העיגל בלייבט אויף זיין אמט ביז עס ווערט באשטימט א נייע. אבער די ערשטע בליק פאלט אויף מישעל פלארנוי אלס די נעקסטע סעקרעטערי, לויט באאמטע. זי איז געווען דעם נאמבער 3 אינעם פענטעגאן ביי אבאמאס ערשטן טערמין און זי איז געווען אויף די קורצע ליסטע איבערצונעמען לעאן פאנעטע ווען ער האט פארלאזט דעם אמט אין 2013. העיגל האט למעשה דאן באקומען דעם אמט, אבער צוליב זיין פארלאזן דעם אמט אזוי פרי, איז פלארנוי אין א פאזיציע צו זיין די ערשטע פרוי צו סערווירן דאס לאנד אלס טשיף פונעם פענטעגאן.

פלארנוי האט געמאלדן איר רעזיגנאציע פונעם פענטעגאן סוף 2011, אנגעבנדיג אז זי דארף מער צייט זיך אפצוגעבן מיט איר דריי קליינע קינדער. אבער אויף קעפיטאל היל, איז איר נאמען געווען דער ערשטע צו קומען אויפן געדאנק פאר די נעשאנעל סעקיוריטי באאמטע, בפרט ביי די וואס האבן געשטופט איר צו באשטימען פאריגעס מאל.

נאך א נאמען וואס מען האט גערעדט וועגן, סיי צוויי יאר צוריק און סיי יעצט, איז דער דעמאקראטישע סענעטאר פון ראוד איילענד דזשעק ריעד, וואס האט תיכף אויסגעשלאסן זיין אינטערעסע אין דעם אמט "ער וויל נישט מען זאל אים רעכענען אלס א קאנדידאט פאר סעקרעטערי אוו דעפענס אדער סיי וועלכע קאבינעט פאזיציע" האט זיין ווארטזאגער געמאלדן.

ראבערט ווארק און עשטאן קארטער, די איצטיגע דעפיוטי סעקרעטערי און זיין פארגייער זענען אויך געווארן פארגעשלאגן אלס מעגליך פאסיגע קאנדידאטן.

תיכף ווען עס איז געמאלדן געווארן איבער העיגלס פארלאזן זיין אמט, איז ארויסגעקומען קעגנזייטיגע הסברים פון די ריכטיגע סיבה פון זיין אפטריט.

אדמיניסטראציע באאמטע האבן געזאגט, אז העיגעל איז קיינמאל נישט געווען פאסיג פארן אמט אנצופירן דעם קריג קעגן "אייסיס" אדער רעאגירן צייטליך און אפעקטיוו צו די אנדערע קריזיסן וואס זענען ערשינען אויפן האריזאנט.

אבער פענטעגאן באאמטע האבן באשולדיגט דעם ווייסן הויז מיטן פרובירן צו מייקרא מענעדזשען דעם פענטעגאן, און צוריקהאלטן העיגל פון האבן דעם ספאטלייט, אזוי ווי זיינע פארגייער, אריינגערעכענט פאנעטע און געיטס זענען געווען באקאנט, מיטן זיין כסדר אינעם ספאטלייט. זיי זאגן אז דער שולד פון נישט גוט מענעדזשען די אויסערן פאליסי קריזיסן קען מען שווערליך ווארפן אויפן ארויסגייענדן סעקרעטאר. אינעם פענטעגאן "איז דער עיקר קריטיק געוואנדן דירעקט אויפן ווייסן הויז און נישט אויפן פענטעגאן" זאגט א צווייטער דעפענס דעפארטמענט באאמטע.

העיגל האט פרובירט צו מינימיזירן סיי וועלכע שפאלט צווישן אים אינעם פרעזידענט. אין א סטעיטמענט צו דעפענס דעפארטמענט באאמטע האט ער געשריבן "עטס זאלטס וויסן אז איך האב נישט געמאכט דעם החלטה גרינגערהייט. אבער נאך אסאך דיסקוטירן, האט דער פרעזידענט מיט מיר מסכים געווען אז יעצט איז די ריכטיגע צייט פאר נייע פירערשאפט דא אינעם פענטעגאן".

אבער ממש לעצטענס, לעצטע וואך, האט העיגל געלאזט פאלן רמזים אז מצדו האט ער נישט קיין שום סיבה צו פארלאזן דעם אמט פארן סוף פון אבאמאס צווייטע טערמין. "איך שטיי נישט אויף אינדערפרי און איך בין באזארגט איבער מיין דזשאב" האט העיגעל געזאגט פאר טשארלי ראוז אין אן אינטערוויו פארגאנגענעם מיטוואך. ער האט אבער געזאגט אז עס אז איז נישט אומגעווענליך פאר א פרעזידענט צו מאכן טוישונגען אין זיין קאבינעט נאך מידטוירם וואלן, אבער ער האט נישט געלאזט פאלן קיין סימנים אז ער איז דער גאר וואס קען געטוישט ווערן.

א טאג נאכן אינטערוויו, האט אבאמא מיט העיגל מסכים געווען אז עס איז געקומען די צייט פארן סעקרעטאר צו גיין. די רעדע איבער העיגלס פארלאזן דעם אמט האט זיך שוין אנגעהויבן אין אקטאבער, לויט א גוט-אינפארמירטער אדמיניסטראציע באאמטע "לויט די נאטורליכע טוישונגען וואס געשעהן נאך מידטוירם וואלן, איז די רעדע פון טוישן שוין אנגעגאנגען פאר עטליכע וואכן".

אפיציעל, האט דער ווייסע הויז בלויז לויב אויף העיגל און אויף זיינע פעיגקייטן פון פירן דעם ריזן דעפארטמענט אוו דעפענס. "איבער די פארגאנגענע צוויי יאר, האט סעקרעטערי העיגל געהאלפן פירן א קאמפליצירטע תקופה פאר די אמעריקאנער מיליטער, די צוריקציה פון די מיליטער אין אפגאניסטאן, אנגעגרייט דעם מיליטער פאר ווייטערדיגע מיסיעס, און שווערע פינאנציעלע החלטות כדי צו האלטן דעם מיליטער שטארק און קאמפסגרייט" האט אן אדמיניסטראציע באאמטע געזאגט אין א סטעימענט.

אינעם ווייסן הויז דעם מאנטאג, האט אבאמא אויסגעלויבט העיגל אלס "נישט דער געווענליכער סעקרעטערי אוו דעפענס". אבער חוץ פון דעם פאקט אז ער איז דער ערשטער געוועזענער קריגס זעלנער צו פירן דעם פענטעגאן, איז שווער צו טרעפן סיי וואספארא עררייכונג וואס וועט אים מאכן ארויסשטארן אין די היסטאריע ביכער.

ער איז נישט אריינגעקומען אין אמט מיט א קלארע אגענדע. ער האט געלאזט אן איינדרוק אז ער איז געווארן אויסגעשפילט דורך א ריזן מיליטערישע ביוראקראציע וואס ער האט קיינמאל נישט פרובירט צו קאנטראלירן. דער טראציגער, אלעמאל בתוך הענינים, טיילמאל עגאאיסטישער, געוועזענער געזעץ געבער האט זיך אין דעם אמט צוריקגעצויגן. העיגעל איז קיינמאל נישט געווען קיין ערנסטער חלק אין דעבאטעס צווישן די הויכע נעשאנעל סעקיורטי באאמטע, ווי אויך האט דער פרעזידענט נישט צוגעלייגט קיין אויער צו זיינע רייד.

זיין עקספריענס פון וויעטנאם האט געפירט אז אז העיגעל זאל זיין א פארזיכטיגער רעאליסט. איינער וואס איז גרייט קלענער צו מאכן די מלחמות אין מיטל מזרח, און זיך אן עצה געבן מיט די בודזשעט שניטן וואס איז דורכגעפירט געווארן דורך קאנגרעס און דער פרעזידענט.

אבער דער וועלט האט אנדערש געוואלט. דער פרעזידענט האט פארלענגערט די אמעריקאנער מיסיע אין אפגאניסטאן ביז 2015, און דער אויפשטייג פון "אייסיס" האט געמאכט אז די אמעריקאנער פלענער פון א ריקצוג פון יענעם ראיאן זאל אויסזעהן נאריש, און באזירט אויף פאלשע האפענונגן.

די גלאבאלע מצב טויש, העיגעלס סטייל פון פירערשאפט, זיין פערזענליכע אינסטינקטן - דאס אלעס האט אים געמאכט פאר א גרינגן ציל.

אויפן וועג ארויס, האט נאך העיגעל געוויזן א קליין ביסל פון זיין געוואגטע חוצפה מיט וואס ער איז געווען באקאנט אויף קעפיטאל היל. דאנקענדיג די מיליטער און די דעפארטמענט אוו דעפענס פאר אירע אויפטוען אויף יעדע איינציגע פון די כאאטישע פאליסיס וואס איז געווען בשעת זיין אמט - די קריג מיט "אייסיס", די רעאקציע צו עבאלע, און די חיזוק וואס מען האט געגעבן פאר נאטא, וואס איז דורכגעגאנגען א שווערע תקופה אין ליכט פונעם רוסישן פרעזידענט וולאדאמיר פוטינס נאציאנאליסטישע פארברייטערונג. העיגעל האט אפילו פאראויסגעזאגט א סוקסעספולע רעגירונגס איבערגאנג אין אפגאניסטאן, בו בזמן וואס עס קומען ארויס רעפארטס אז דער אבאמא אדמיניסטראציע פלאנט צו האלטן טרופן דארט לענגער ווי פריער ערווארטעט.

אבער העיגל האט אויסגעזעהן מערקבאר אויסגערוהט און רואיג. די אלע פראבלעמען זענען יעצט א צווייטנס.
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

הערליכן אינטערעסאנטער ארטיקל.
שכוח פאר די קוואליטעט באשרייבונג, מיר אנערקענען עס.

ס'איז מיר זייער אינטערעסאנט, בשעת העיגל'ס נאמינאציע און קאנפירמאציע, האבן די נעאקאנסערוואטיוון געליארמט אז ער איז אן אייסאלעישעניסט, א שוואכלינג, און אנטי מדינת ישראל, דו אדרעסירסט זיין פאקטישער קאדענץ בנוגע מדינת ישראל, אז זיי האבן אים ליב געהאט צו סוף, אבער בכלל איבער אנדערע טעמעס האב איך אין די גאנצע עטליכע יאר וואס ער איז געווען אין אמט קיינמאל נישט געהערט עפעס א פאליסי, דאקטרינע, אדער סיי וועלכע אנדערע מיינונג פון אים, איז ער טאקע געווען אזוי שטיל? איז ער געווען ווייניגער לינק ווי מען האט אונז געוואלט אפשרעקן ביי די פארהערן? האט ער געהאט סיי וועלכע אקטועלע פאליסי פארשידנהייטן מיטן ווייסן הויז?
מים חיים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 98
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 10:41 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל

שליחה דורך מים חיים »

יישר כוח ישראל. עס ליגט צייט און ארבייט אינעם שרייבן. די דזשורנאליסטישע חלק דערפון איז נישט הונדערט פראצענט מיין קרעדיט.

דאס וואס דו שרייבסט דאס ווערט ארויסגעברענגט אינעם ארטיקל. די חלק בנוגע מדינת ישראל איז אינטערסאנט טאקע, ווייל אויבן אויף איז די אדמיניסטראציע נישט איבריג פריינטליך צו מדינת ישראל.

בנוגע אלע אנדערע פאליסיס איז ער אלעמאל געווען א לינקע. נאר זייענדיג אינעם פענטעגאן איז עס נישט ארויסגעקומען מכח אל הפועל, אדער צוליב זיין אומפעהיגייט צום אמט, אדער צוליב וואס פון ווייסן הויז האט מען אים נישט צופיל געלאזט
בר דעת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 6:17 pm
האט שוין געלייקט: 868 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 660 מאל

שליחה דורך בר דעת »

הערליכע ארטיקל, כמים חיים על נפש סקרנית. א שיעור עיון אין די נושא. עס ליגט דא ארבעט און טאלאנט און איך מוז עס באדאנקען.
אינטערסאנט אז עס איזה נאכנישט געווען קיין זעלנער אויף די פאזיציע, נאטורליך מאכט סענס אז עס זאל יא זיין
באניצער אוואטאר
קינד_אן_קייט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 495
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 08, 2014 2:29 am
האט שוין געלייקט: 728 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 958 מאל

שליחה דורך קינד_אן_קייט »

שיין געשריבן.

די אפענע סתירות ביי די רעפובליקאנער איז בכלל נישט קיין חידוש, Just politics as usual. בין כך ובין כך, האבן סיי פלארנוי און סיי ריעד זיך שוין אפיציעל אנטזאגט.

ומנגד, הערט מען שוין פאלן דיבורים פון העיגעל׳ס לאגער, וויאזוי אבאמא און זיין אינערליכער רינג זענען שוואך אין נעמען שטארקע שטעלונגען אין אויסערליכע פאליסיס (סיריע, רוסלאנד, וכו׳) און קענען שווער דערגרייכן החלטות.

ס׳דארף צו הייסן אז דאס איז געווען העיגעל׳ס הויפט פאראורזאך אין רעזיגנירן.

משא״כ אבאמא, איז שטארק דענעווירט געווארן ווען העיגעל האט זיך נישט געהעריג צוגעשטעלט צו ערמעגליכן דאס פארמאכן פונעם טעראריסטן לאגער אין גוואטאנאמא בעי, א ציל וואס איז געווען א הויפט ארטיקל אין אבאמא׳ס אגענדע.
כאן, חבל טבור הארץ.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

הערליך באשריבן. וואס איז פשט אז ער איז נאר די 24'סטע דעפענס סעקרעטערי? איז עס א נייע פאזישען?
מים חיים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 98
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 10:41 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל

שליחה דורך מים חיים »

ראשעקאל האט געשריבן:הערליך באשריבן. וואס איז פשט אז ער איז נאר די 24'סטע דעפענס סעקרעטערי? איז עס א נייע פאזישען?

בקיצור נמרץ, עס איז אן אמט וואס איז עסטעבלישט געווארן נאכן צווייטן קריג.

זאל מען באשרייבן די היסטאריע און אנטוויקלונג פון דעם פאזיציע?
פארשפארט