דער "פארוואס פונקט יעצט" אשכול

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

דער "פארוואס פונקט יעצט" אשכול

שליחה דורך יואב »

פארהאן אמאל א מינדערוויכטיגע זאך/פראבלעם, וואס אויב זאל עס דיך באטרעפן עטוואס בעפאר, צו שפעטער, וואלט דאס אריבערגעווישט געווארן כאילו לא היה, און וואלט בכלל נישט באטראכט געווארן ווי עפעס א באזונדערע שלימאזאלעס.

דער פראבלעם מיטן פראבלעמאטישן פראבלעם איז אבער, אז ס'האט טאקע נישט אויסגעוועלט זיך צו לאזן פאסירן אין א צווייטער מינוט, נאר ווי אויף להכעיס אויסגעקליבן די סאמע איצטיגע מינוט זאל דינען זיינע צוועקן. און צוליב די אומשטענדן באשר הוא שם, ווערט דער קליינער פראבלעם, פארוואנדלט ווי אין א תולדה פון א סאמאטוכע. (נע, גוזמא האט אויך א גבול).

טו איך גרינדן דעם אשכול, פאר אזאנע פעלער. דער עולם קען דא מיטיילן זייערע געשענישן/מיטמאכנישן, וואס נישט דאס עצם געשעעניש איז וואס באדערט שטארק, נאר פשוט א רעגענישט שהזמן גרמה -- "פארוואס פונקט יעצט".

ובזה החלי: היינט אינדערפריה האב איך מיך ספעציעל געיאגט, כ'האב געברויכט אנקומען ערגעץ עפעס צו ערלעדיגן. אנגעהויבן האט זיך דאס שוין מיטן פיטום אויף א אראפ, ווען איך בין אן קיין אפציעלע סיבה פארשלאפן מיט א האלבער שעה. איך טאנץ אויף פון בעט עטוואס נערוועז, איך קנעפל ווילדערהייט צו מיין העמעד, כ'שמייס ארויף די הויזן; זאל שוין זיין די שטרימפ אויך. יעצט דער שיך, און... מיי גאש! דאס בענדל, יא, דאס קליין נידערטרעכטיגע חוצפה'דיגע בענדל, אן קיין פריערדיגע מעלדונגען, האט זיך דערקלערט זעלבסשטענדיג. איך שטיי מיטן אפגעפליקטן -- תרתי משמע -- בענדל אין האנט, און ערשט יעצט הייבט זיך דער פראגראם אן. קודם דארף איך ארויסשלעפן דאס אלטע געדרייטע בענדל פון די קליינע לעכער. דאס איז נאך גאנץ בחסד פון דאס וואס ווארט מיך אפ דערנאך. יעצט ברויך איך אויסשטאפירן מיינע ביידע שיך מיט נייע בענדלעך. און וואו האמער בענדלעך אינדערהיים? איך ווייס נישט. גיי דריי איבער שענק, אלץ ווייל די בענדער זענען ארויס אין קריג מיט מיין שיך אין א טינקלן שנייעדיגן פארטאגס. למעשה האב איך נישט נייע בענדלעך אינדערהיים, הפנים נישט איבער וואס איך ווייס אויף דער מינוט. (טיפיקעל, זאל איך מארגן דאס טרעפן בשעת איך נעם ארויס מיין טאטה-בראש פון שענקל, ליגן באגראבן אונטער א שאכטל בענדעידשעס.) דארף איך יעצט גיין קויפן. וואו גיי איך יעצט? צו וועלכן געשעפט מיט בענדלעך צום פארקויפן, זאל איך איצט אנקלאפן? שוין, "פארגעט איט", בליצט מיך אויף א וואזשנער המצאה אין מיין האלב פארשלאפענעם מח, אין באגלייטונג פון סאטיספאקציע געמישט מיט גרימענישן. איך כאפ מיין זון'ס שבת שיך, איך דריי ארויס די בענדלעך. קודם דארף איך דאס אויפקניפן מיט די ציין ווי א משוגענער, ווייל לעצטע מאל ער האט דאס גענוצט, האט ער נישט געשפירט פאר וויכטיג דאס אויפצובינדן, נאר אראפגעשטויסן פון פיס, זאל דאס פליען צו אלע בייזע רוחות. יעצט ברויך מען זיי אריינדרייען אין די קליינע פאר'עקשן'טע לעכער. און שטייצעך די קליינע בענדער זיינע, מאכן קוים מיט צרות אדורך אלע לעכער, ווארום ס'איז היבש קורצער ווי דער סייז איך ברויך פאר מיין שיך. בינד איך צו דעם שיך מיט אזא פיצי פארשאלטענעם בעבי קניפעלע, און שוין, כ'האב שוין כמעט פארגעסן אז איך יאג זיך.

נו, מ'האט שוין געהערט אזאנס אז א שיך בענדל זאל זיך צערייסן. אבער פארוואס פונקט יעצט? נישט געקענט געשען נעכטן ביינאכט, אדער מארגן נאכמיטאג? און פארוואס טרעף איך נישט נייע אינדערהיים?

דער עולם ווערט געבעטן מיטצוטיילן זייערע פאסירונגען.
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

איך קען מיר פארשטעלן וואס דער קליינער יואב'ל דזשוניאר גייט אלס אפטון ווען יואב סיניאר וועט שטיין ביים טיר 55 מינוט נאכן זמן רעדי צו גיין אין שול אין דער קליינער זוכט נאך זיין שיך.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מאטי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
דער (פינטעל) איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1192
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
האט שוין געלייקט: 784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 950 מאל

שליחה דורך דער (פינטעל) איד »

פאר א סיבה טראג איך טאקע שיך אן בענדלעך. אבער יעצט זע איך אז איך האב נאר שאדן געהאט דערפון, וואלט איך יא געטראגן שיך מיט בענדלעך וואלט זיך מעגליך ביי מיר אויך געמאכט אזא מעשה ווי ביי יואב'ן און איך וואלט עס אפגעשריבן און באקומען אזוי סאך לייקס... :x
זאל איך יא צוריקגיין צו בענדל שיך?
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
באניצער אוואטאר
הערשי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 347
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 203 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 948 מאל

שליחה דורך הערשי »

אין א טאג ווי היינט, טוה זיך אן שטיוול.
היט זיך פון א סבלן'ס כעס.
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך פישלע העררינג »

איך קען עס נישט באשרייבן אזוי זאפטיג ווי די, [tag]יואב[/tag] באטשי, אבער אז פונקט היינט, מיט'ן היינטיגע קאפווייטאג און דער היינטיגע ווייניג חשק צום כולל בחינה, האט דער מילך פון די קאווע געדארפט זיין זויער, נאכ'ן אנרייצן מיינע רמ"ח אברים, דאס איז לעקעריש.
(- - -)
באניצער אוואטאר
דער (פינטעל) איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1192
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
האט שוין געלייקט: 784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 950 מאל

שליחה דורך דער (פינטעל) איד »

דו וואוינסט זיכער אין דע סיטי. ווייל אין מאנסי וואלט נאך יענע מילך גוט געווען
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך פישלע העררינג »

דער (פינטעל) איד האט געשריבן:דו וואוינסט זיכער אין דע סיטי. ווייל אין מאנסי וואלט נאך יענע מילך גוט געווען

דו רעדסט פון דיין אלטע דזשואק אז עס האט אן אנדערע דיו דעיט.... איך טרעפ נישט יענע אשכול אויף די מינוט. :lol: :lol: :lol:
(- - -)
באניצער אוואטאר
דער (פינטעל) איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1192
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
האט שוין געלייקט: 784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 950 מאל

שליחה דורך דער (פינטעל) איד »

יא, דא
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך פישלע העררינג »

דער (פינטעל) איד האט געשריבן:יא, דא

זעהסט פינטעלע, איך געדענק אלע דיינע תורות בעל פה...
(- - -)
באניצער אוואטאר
דער (פינטעל) איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1192
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
האט שוין געלייקט: 784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 950 מאל

שליחה דורך דער (פינטעל) איד »

מיינע זאכן זענען צום פינטל ווערט עס איינגעקריצט אינעם ליינער'ס מח, פארשטייט זיך נאר אויב דער ליינער איז נישט בייעס קעגן מיר.
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

א לעצטיגע שטודיע באווייזט א אומפארשטענדליכע פאקט, אז די זאך וואס הייסט "לייקס" שטערט א תגובה פון ווערן איינגעקריצט אינעם ליינער'ס מח, ווי ווייניגער לייקס אלס בעסער ווערט עס איינגעקריצט. די וויסנשאפטלער פרובירן צו דערגרינטעווען די סיבה דערצו.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
לאליפאפ
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1281
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 276 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 813 מאל

שליחה דורך לאליפאפ »

[tag]יואב[/tag] האסט געפיקט די שוואכסטע פארוואס פונקט יעצט משל.. פארוואס? ווייל ס'איז די גרעסטע עת רצון פאר א שוך בענדל צו דערקלערן אינדעפענדענסי ווען מ'יאגט זיך, און כ'גלייב שווער אז דאס איז נאר ביי לאלי און יואב אזוי, מ'וויל לויפן מ'האלט שוין נאכן באקליידן א גאנצער גברא, און ביי דעם לינקן שיכל די לעצטע שלעפ ווען דו טראכסט שוין פון דיין באלעבאס'נס גרימאסן ציסטו אביסל איבער דעם שטריקל אין א יעגעניש.. און אאאפסס..
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

לאליפאפ האט געשריבן:[tag]יואב[/tag] האסט געפיקט די שוואכסטע פארוואס פונקט יעצט משל.. פארוואס? ווייל ס'איז די גרעסטע עת רצון פאר א שוך בענדל צו דערקלערן אינדעפענדענסי ווען מ'יאגט זיך, און כ'גלייב שווער אז דאס איז נאר ביי לאלי און יואב אזוי, מ'וויל לויפן מ'האלט שוין נאכן באקליידן א גאנצער גברא, און ביי דעם לינקן שיכל די לעצטע שלעפ ווען דו טראכסט שוין פון דיין באלעבאס'נס גרימאסן ציסטו אביסל איבער דעם שטריקל אין א יעגעניש.. און אאאפסס..

משל? ס'איז דאך אן אמת'ע מעשה געוועזן. אדרבה! ר' לאלי-פאפ, איר זענט מכובד אהער צו שטעלן א צווייטע מעשה. וואס איך מיין צו זאגן איז, איך גיב דאס בענדל, די זעלבע שלעפ אין מער רואיגע מומענטן, און דאן פאלגט ער ווי זיידע. וכבר היה לעולמים אז כ'האב זיך געיאגט, און ס'בענדל האט מיט דרך ארץ קאאפערירט. ס'טייטש, נישט אלעמאל פונקט ווען איך קום אן איז רויט; כ'האב זיך שוין אסאך געיאגט, און געכאפט דער גרין לייט באקוועמערהייט. קימער צוריק צום זעלבן קשיא: "פארוואס פונקט יעצט"? א קשיא? ניין, אן אשכול.
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל

שליחה דורך דריידל »

יואב'ל, דיין געשרייבאכץ איז איינס אין דער וועלט, אבער גראדע צו קויפן א שיך בענדל דארף נישט זיין קיין פראבלעם ווייל יעדע פארמעסי פארקויפט עס און אסאך זענען אפען 24/7.
סא נעקסטעס מאל ס'פאסירט זאגט מען גם זו לטובה און מ'לויפט אריבער צום נענסטן רייט עיד אדער דוועין ריד
פארדריי די דיר דיין קאפ
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

דריידל האט געשריבן:יואב'ל, דיין געשרייבאכץ איז איינס אין דער וועלט, אבער גראדע צו קויפן א שיך בענדל דארף נישט זיין קיין פראבלעם ווייל יעדע פארמעסי פארקויפט עס און אסאך זענען אפען 24/7.
סא נעקסטעס מאל ס'פאסירט זאגט מען גם זו לטובה און מ'לויפט אריבער צום נענסטן רייט עיד אדער דוועין ריד

יעצט זאגסטו מיך?
#פארוואספונקטיעצט
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

פארוואס פונקט יעצט ווען איך זיך עפעס צו ליינען דא קען איך גארנישט טרעפן אינטערסאנט?
ווי זענט עטס? איר עסט טורקי? (האט איר עס געקויפט ביי סטו לענארד?)
קוקנדיג אויף אלטע אשכולות זעה איך אז יואב פלעגט אמאל זיין געוואלדיג, ווי ביזטו?
Milk shake
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 127
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 12:47 pm
האט שוין געלייקט: 220 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל

שליחה דורך Milk shake »

אמאל קען איך ווארטן אויף א באס אדער טרעין א שיינע פאר מינוט, איך האב מיך פערצופאל געיאגט, איך בין געלאפן כאפן די טרעין, און פונקט ווען איך בין אנגעקומען איז עס אוועקגעפארן, ס'האט מיך אזוי געקוועטשט, פארוואס פונקט יעצט??
באניצער אוואטאר
הויזן טראגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 117
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 09, 2014 4:33 pm
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 63 מאל

שליחה דורך הויזן טראגער »

זינטאג פארטאגס (דאס הייסט ביז א שטייגער פון צוועלעווע איינזע) איז ביי מיר די הייליגסטע שעות אין יאר, איך בין שטארק מקפיד אז אין די שעות זאל מיין נשמה נישט האבן קיין שום שייכות מיט דעם עולם השפל, עס זאל נאר זיין דבוק אינעם בורא עולם......

היינט פארטאגס בין איך אויפגעשטאנען זעקס אזייגער איינעם א טובה צו טון (שטייטסעך ער האט געזאגט אז די רבי וועט נישט שולדיג בלייבן...), נאכן שלאפן פאר גאנצע דריי שעה, הפנים איך האב געדארפט שטיין ביים טיר 6:30 אין איך בין געווען גרייט 6:24, האב איך צוגעשטעלט הייס וואסער צו מאכן א גוטן קאווע, איך האב אפיר גענומען א גרויסן גלאזענעם בעכער, ארויסגענומען דעם קאווע פון פריזער אריינגעגאסן א כביצה ברעקלעך אינעם גלעזל אין צוריקגעלייגט דעם קאווע אין פריזער.

ותיכף לנטילה ברכה האב איך גענומען דעם פעקל זאלץ, אין זיכער געמאכט אז סעשטייט אויף דעם צוקער, אין אריינגעגאסן אינעם בעכער כיד השם הטובה עלי, אז סעזאל זיין א זיס יאר.... הערשט נאכן אריינגיסן חאפ איך מיך אז סיז עפעס צו דינע ברעקלעך, געב איך נאכאמאל א קיק אויפן פעקל וירא והנה הוא זאלץ !!!!!!

אזוי ווי איך בין געווען זייער פויל צוריק ארויסצונעמען די קאווע פון פריזער האב איך אריין געגאסן דאס גאנצע גלעזל אין מיין האנט כדי צו פארטרייבן די ציונים פון די שטחים, אין פארשטייצעך אז סיז נישט געגאנגען ווי געפלאנט אין איך האב געמוזט צוריק ארויסנעמען די קאווע פון פריזער....

איך פארשטיי אז איך קען מאכן א טעות, איך פארשטיי אויך אז סיז שווער צו פארטרייבן די ציונים פון די שטחים, אבער פארוואס פונקט יעצט ווען איך וויל נאך שלאפן אין איך יאג מיך אזוי שטארק, #פארוואספונקטיעצט?????
פארשפארט