האלט'ס דיך פאר א קלוגע?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
באניצער אוואטאר
לא להנאת גופי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 6:10 pm
געפינט זיך: ווענד זיך ווען
האט שוין געלייקט: 50 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 88 מאל

האלט'ס דיך פאר א קלוגע?

שליחה דורך לא להנאת גופי »

שלום עליכם. איך בין א פרישע דא אין קאווע שטיבל, און די וועלט זאגט דאך א גאסט אויף א מייל זעהט וואו א פייל, וויל איך פראבירן צו אויפמערקן אויף אזאך וואס לענ''ד איז נישט ריכטיג.
יעצט איך וויל מקדים זיין אז היות ס'איז נישטא א צווייטע מאל צומאכן א פערסט אימפרעשען ממילא בעט איך די עולם זאל מיך מודיע זיין אויב מיין פערסט אימפרעשען 'לעסט'..
ואאתחיל דברי מוט א פראבלעם וואס פלאגט אמעריקע די לעצטע 15 יאר, אין לפי די מומחים איז עס די גרעסטע פראבלעם אין אמעריקע וואס קען אינס לייגען צוגרינד, און דאס איז די פראבלעם פון ''דעמאקראטיע''!! וואס? דעמעקראטיע? יא יא האסט גוט געהערט!.. וואס מיין איך צוזאגען? יעדע אמעריקאנע געבוירענע איז אויפגעוואקסען אויף די חינוך פון דעמעקראטיע, מיר האבן עס אין די בליט, פון קינדווייז אן, פרעג א ארצישראל'דיגע ער העט דיך עס גלייך זאגן, מיר כאפן בכלל נישט וואו טיף סיגיייט, מיר זענען אזוי פארזינקען אין דעם, מ'קען זאגן ס'איז פון די איינציגסטע זאכן וואס אלע פארשטייען גלייך פון די פרומסטע פארמאכסטע בוז די אויפענסטע אויפגעקלערטע..
נא וואס איז דו פראבלעם?? אט אזוי: 'די גרעסטע חרבן פאר יומעניטי איז צופיל דעמעקראטיע!' די אייבעשטע האט באשאפען זיין וועלט אין דרגות, יעדע מענטש איז אין א אנדערע דרגה, דאס איז א מציאת זייט ששת ימי בראשית, און דאס איז ביי יעדע זאך אין דער וועלט, יא סאיז דא מענטשען וואס זענען בעסער קליגער שענער גרעסער העכער און פשוט מער פון דיך!! און דער וואס זאגט 'אלל פיפעל אר קרעיטעט איקוואל' איז א פשוטע מכחיש הבריאה, א משנה סדרי עולם.
העט איינע זאגן וואס וויל ער? ס'מיינט נאר אז כלפי די רעכטן זענען אלע גלייך. זאג איך דיר ניין, און דא ליגט די חרבן, די עולם האט גענומען דער יסוד טאקע צו די נעקסטע לעוול, סאיז שוין היינט כמעט 'איליגעל' אין אמעריקע צו זאגן אז איינע איז קלוגע וואו א צווייטע, מ'דארף זאגן 'סתם' ער איז קלוג. מ'האט געמאכט די טעסט אין קאלעדזש אז מ'דארף נאר קענען 65%, און זיי פלאנען יעצט עס אראפ צוריקן! פארוואס, ווייל מ'קען נישט 'פארשעמען' די שוואכע. סאיז געווען לעצטענס א קאמפאני וואס איז געווארען אנגעקלאגט וויל זיי נוצען נאר 'שיינע' פרויען אין אדוועטייזמענטס און דאס 'פארשעמט' די אנדערע מיידלעך. נארמאל??
אזוי זענען דא מעשים בכל יום און ס'גייט נאר ערגער און ערגער. יעצט בעצם האלט איך אז די גאנצע סוסטעם אין אמעריקע איז קוראפט, פארוואס זאל א שוטה ספאנישע טיפוש מחליט זייו ווער זאל פירן אמעריקע? פארוואס פארשטייסטו אז די פרעזידענט דארף זיין 35 און די וויילע וואס ברענגען עם אריין מעגו זיין קלייניעריגע קונדער?
עכ''פ איך וויל דאס צוריקברענגען דא אהער. מיר אידען ווערן דאך נישט נתפעל פונעם גוישען גאס, נא פארוואס זאלען מיר ווערן נאכגעשלעפט ביי דעם? די רבי זי''ע האט דאך געשריגען אז דעמעקראטיע איז אקעגן די תורה? און ווער וואלט זיך געגלייבט אז ס'העט קומען איינע ביים 'אגודה קאנווענשען' און שרייען ''אלע קונדער זענען גלייך'' מי יגלה עפר מעיניהם..
כלפי מה דברים אמורים?? סאיז דא אין קאווע שטיבל א זאך פון 'ראנקען'. סאיז דא שר האלף, חבר וותיק, כתר הכבוד, אין אזוי ווייטער, איך בין נישט זיכער צו איך בין גערעכט, אבער לפי הנראה ווענד זיך עס לויט די צייט און וויפיל הערות מ'האט געשרובען, יעצט לפענ''ד איז דאס א חרבן, פארוואס זאל א נודניק וואס האקט אין קאפ באקומען 'כתר הכבוד' ?? ממש א חרבן נורא!! מ'דארף מאכן אז נאר דער וואס באקומט לייקס לויט דעם ווענד זיך עס! [שמעקעדיג כ'מיין נישט דיך בכלל] והנרא לענ''ד כתבתי.
הרינו עושה זאת לא להנאת גופי כלל וכלל!! אין לי שום שמץ של הנאת עצמי כלל!!
כ'ווינדער מיך אלעמאל פארוואס מענטשען גייען אזוי פאר גשמיות. נאכדערצו 'לייקס', כאפ איך בכלל נישט די הנאה דערפון.
די אלע זאכען רעדן עפעס נישט צו מיר.

דער אשכול פארמאגט 10 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
פארשפארט