איך זוך א מורה דרך

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
אלבערט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 241
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 03, 2012 8:36 pm
האט שוין געלייקט: 116 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל

איך זוך א מורה דרך

שליחה דורך אלבערט »

איך בין א אינגערמאן אין די מיטעלע צוואנציגער יארן, איך ווער באטראכט אין מיין געזעלשאפט אלס אן ערנסטער אינגערמאן, איינער וואס דאווענט און לערנט פארהעלטניסמעסיג ווי עס פאסט. איך האב ב"ה א פיינע פרנסה און א שטוב מיט עטליכע קינדער קע"ה. אין פאקט אבער דריי איך זיך ארום אין עולם התוהו. איך געהער צו א גרויסע חסידות ווי אלעס פארט מיט א סיסטעם, יעדער וואס גייט אריין אינעם טערנסטייל דרייט זיך מיט און אלעס פארט מיט אנגעהויבן פון ווען מען האט חתונה ביז נאך ווען מען מאכט חתונה די קינדער. אידישקייט און אלע אירע ריכטיגע אספעקטן ווערן נישט אדרעסירט ווייל עס איז נישט פון די זאכן אויף וואס די חסידות/פארטיי באשטייט און אויסער גיין צום רבינ'ס/רב'ס/דיינ'ס שיעור דא דארט און גיין צום דינער/וואטן פארלאנגט מען נישט גארנישט און קיינער קימערט זיך נישט מיט די אמת'דיגע יסודות וואס פעלן פון א אינגערמאן וואס האט געלערנט אלס בחור אין די גרויסע פעקטאריעס ווי קיינער האט נישט אריינגעלייגט ספעציעלע כוחות ער זאל זיין אויפגעבויט צו קענען זיין אן אמת'ער איד נאך די חתונה.

איך, און איך שטעל מיר פאר אז אויך זייער אסאך אנדערע אינגעלייט, האבן כסדר פראבלעמען, אמאל איז דאס רוחניות און אמאל גשמיות, אמאל איז דאס פון די סאמע יסודות אין אידישקייט וואס מען ראנגעלט זיך און אמאל איז עס א קליינליגער פראבלעם וואס פארטייבט דעם מח און האט אן אויסווירקונג אויף אנדערע ענינים.

איך שפיר אז איך האב נישט צו וועמען צו רעדן. די רבנים/דיינים זענען נישט קיין מורה דרך, זיי קענען צום בעסטן פאל פסק'נן שאלות און פארהאלטן איבער די תקנות הקהלה אבער נישט צו פארבינדן א נאנטשאפט מיט א אינגערמאן און אים פארשטיין, פארשטיין זיינע פראבלעמען און אים מדריך זיין על דרך הישר. איך שפיר ווי א מענטש עלנד אליין, איך בין נישט קיין איד און נישט קיין גוי, איך דריי מיך ווי א ראבאט און איך טו די פליכטן וואס אלע מענטשן ארום מיר טון כדי מיר זאלן נישט ארויספאלן פון די סאסייעטי.

איך האב נישט קיין צייט יעצט צו מאריך זיין מיט משלים און נאך, אבער די פוינט איז אז איך זוך א ערליכן איד מיט א שכל הישר על פי תורה און על פי מענטשליכקייט, איינער וואס לעבט אויף די וועלט און קען אירע פראבלעמען, מיט וועמען מען קען אנקניפן נאנטשאפט, און איך זאל זיך קענען דורכרעדן אלעס וואס ליגט מיר אויפן הארץ און ער זאל מיר מדריך זיין ווי עס דארף צו זיין אזוי ווי עס איז געווען אין אלע דורות אז יעדער איד האט געהאט א רבי וואס האט אים געקענט און האט אים מדריך געווען.
אבי גערעדט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 879
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 9:32 am
האט שוין געלייקט: 96 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 312 מאל

שליחה דורך אבי גערעדט »

פונקט געהערט לעצטנס אז אסאך אזאלכע אינגעלייגט ווי די האבן זיך אנגעקניפט אין הרב ר' בערל טויבער שליט"א וואס ווערט לויט זיי באצייכנט אלס דער מלאך המושיע פון אינזער דור, ער איז גרייט כפי ידיעתי צו העלפן אין זיין גוט מיט ביי וועם, אויב ווילסטו א געלעגנהייט צו זיך באקענען מיט אים, מאך זיכער זיך צו באטייליגן ביים שלהבת שבת נעקסטע וואך (וואס פארדינט באמת א אשכול פאר זיך)
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

ר' בנימין אייזענבערגער פון בארא פארק דארף צו זיין זייער גוט
באניצער אוואטאר
a1b2
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 558
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 11, 2012 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 146 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 74 מאל

שליחה דורך a1b2 »

לכורה ביסטו א מאנדרא'ער א ליידיגע פלאץ א חוץ דארט איז אובעראל דא ב'ה פיל מיט דיינים משפיעם רבנים יעדער טרעפט א צווייטן ווי זיין געשאק אין עס זעהט זיך זייער אן אז אסאך יונגלייט זענען נעבך פיסט צובראכן איז דארט דא די מערסטע ברסלב'ע קלאגר'ס וכו'
באניצער אוואטאר
קלאר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1230
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 19, 2012 1:06 pm
האט שוין געלייקט: 162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל

שליחה דורך קלאר »

a1b2 האט געשריבן:לכורה ביסטו א מאנדרא'ער א ליידיגע פלאץ א חוץ דארט איז אובעראל דא ב'ה פיל מיט דיינים משפיעם רבנים יעדער טרעפט א צווייטן ווי זיין געשאק אין עס זעהט זיך זייער אן אז אסאך יונגלייט זענען נעבך פיסט צובראכן איז דארט דא די מערסטע ברסלב'ע קלאגר'ס וכו'

גראדע אין וויליאמסבורג און אין ב''פ האבען די ארונים געמאכט א סיסטעם אז מען ציטיילט די יונגעלייט אין חבורות לויט זייער חתונה
ד''מ אז בערך יעדע חודש באקומט א צווייטע דיין (זיי ניצן דיינים וואס זענען פאסיג פארדעם ווי ר' משה ראזענפעלד, ר' בנציון לאוב, ר' חיים אהרן אנגאר, ר' ישראל שלמה ליכטנשיין)
יעדער דיין גיבט זיך זייער אפ מיט זיינע יונגעלייט בפרטיות, אנגעהויבן פינעם פריוואטען אפוינטמענט וואס דער דיין רופט אים אריבער אא''וו
אין עס ארבעט זייער פיין, די יונגעלייט בלייבן זייער ציגעבינדן צו די דיינים
דער סיסטעם האלט שוין אן כמעט 10 יאר מיט א מורא'דיגע הצלחה

איך מיין אז מאנרוי זאל עס נאכטוהן
:בלאבל: ווען איר שרייט הערט מען אייך!
:אזוי: ווען איר רעדט פארשטייט מען אייך!!
:ששש ווען איר זענט שטיל האט מען אייך ליעב!!!
דעינעש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 377
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל

שליחה דורך דעינעש »

'אלבערט' א מבקש, שיין, כה לחי.

ווי אויך שיין פון די אויסהערער'ס און ארויסהעלפער'ס,

אגב, ווי אזוי ארבעט דאס, האט א יעדער א טשארט\פייל נומ. ביי זיי, די אויבן דערמאנטע משפיעים ??,
און פון ווי לעבען זיי ?

איז די צייט וואס זיי געבען אויף די פאון, ביי אפוינטמענט, אדער מען גייט אריבער ?,

נעמען זיי אויף נאר מענער, אדער אויך די גאנצע משפחה ?

וואס איז די סוקסעס רעיט זייערע ?
באניצער אוואטאר
a1b2
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 558
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 11, 2012 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 146 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 74 מאל

שליחה דורך a1b2 »

מר' קלאר עס פאסט נישט פאר דיר צו זיין אזוי אונטער שטעליג מען האט עס שוין דארט נאכגמאכט א יאר צוריק
עס האט אבער א גרויס פרבלעם יארן ארום וועט יעדע דיין האבן אסאך שטיצע אין מען וועט לאכן פין די רבי אזוי ווי עס איז ג'שען ביי די זאליס
באניצער אוואטאר
קלאר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1230
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 19, 2012 1:06 pm
האט שוין געלייקט: 162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל

שליחה דורך קלאר »

a1b2 האט געשריבן:מר' קלאר עס פאסט נישט פאר דיר צו זיין אזוי אונטער שטעליג מען האט עס שוין דארט נאכגמאכט א יאר צוריק
עס האט אבער א גרויס פרבלעם יארן ארום וועט יעדע דיין האבן אסאך שטיצע אין מען וועט לאכן פין די רבי אזוי ווי עס איז ג'שען ביי די זאליס

עס איז נישט אזוי
לאמיר נישט פארקריכן פין די נושא
אינז קענען רעדן דערפון פריוואט
:בלאבל: ווען איר שרייט הערט מען אייך!
:אזוי: ווען איר רעדט פארשטייט מען אייך!!
:ששש ווען איר זענט שטיל האט מען אייך ליעב!!!
אלבערט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 241
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 03, 2012 8:36 pm
האט שוין געלייקט: 116 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל

שליחה דורך אלבערט »

איך וואוין אין וויליאמסבורג און איך קען גוט די דיינים, און זיי זענען זייער ווייט פון מורי דרך. זיי זענען גוט צו פסק'נען שאלות און ארויסהעלפן אויסשטעלן דעם יורה דעה לוח און דא דארט ווען א אינגערמאן רעדט זיך אויס צו זיי, פרובירן זיי איינצורעדן דעם אינגערמאן אז זיי פרובירן צו העלפן און נאך גאר א קורצע צייט זעהט דער אינגערמאן אז דער דיין קען אים נישט העלפן און ער לאזט אים איבער פון איין שאלה ביזן צווייטן. נישט דאס האב איך געמיינט, עס איז זייער א פיינע זאך אבער נישט קיין ערזאץ צו א פריוואטער מורה דרך מיט עקספיריענס און פארשטענדעניש, נישט בלויז קענטעניס אינעם טרוקענעם שולחן ערוך.
באניצער אוואטאר
פראפעסאר שפירא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 6:27 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל

שליחה דורך פראפעסאר שפירא »

כ'קען זיין דיין מורה דרך, מיין פרייז איז 50$ א חודש,
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

וועלכע סערוויסעס שטעלסטו צו פאר דעם פיפציגער?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
פראפעסאר שפירא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 6:27 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל

שליחה דורך פראפעסאר שפירא »

איך אויך האט געשריבן:וועלכע סערוויסעס שטעלסטו צו פאר דעם פיפציגער?


- ענפער השקפה שאלות,

- געב חיזוק

- געב פסקים

- מדריך יעדעם לויט זיין תכונת הנפש

- וכו' יעדער לויטען פארלאנג
פריינדליך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 624
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 9:57 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 175 מאל

שליחה דורך פריינדליך »

אבי גערעדט האט געשריבן:פונקט געהערט לעצטנס אז אסאך אזאלכע אינגעלייגט ווי די האבן זיך אנגעקניפט אין הרב ר' בערל טויבער שליט"א וואס ווערט לויט זיי באצייכנט אלס דער מלאך המושיע פון אינזער דור, ער איז גרייט כפי ידיעתי צו העלפן אין זיין גוט מיט ביי וועם, אויב ווילסטו א געלעגנהייט צו זיך באקענען מיט אים, מאך זיכער זיך צו באטייליגן ביים שלהבת שבת נעקסטע וואך (וואס פארדינט באמת א אשכול פאר זיך)


זייער א שוואכע אויסוואל, אל אף וואס ער איז ממש פון די בעסטע, האט ער א חסרון אז עס איז זייער זייער שווער אנצוקימען צי אים ער איז באמת זייער זייער א פארנומער מענטש, זוך איינעם צי וועם עס איז גרינער צוציקימען

אויב וואינסטע און מאנסי, גיי צום שיעור פון ר יד״שלעזינגער נאכען שייעור קען מען האבן פריוואטע שמיעסן מיט אים
פריינדליך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 624
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 9:57 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 175 מאל

שליחה דורך פריינדליך »

דרך אגב, עס איז זייער א גיטע זאך צו האבן א דירעקטען שייכות מיט א קליגען ערליגען איד פאר ווער ער שפירט ער דארף עס.

און ווען מען ברענגט ארויס די מעלות דערפון דארף עס נישט קומען אויפן חשבון פון האקען אויף א אנדערע גיטע זאך און אידישקייט, די מעלה פון האבען א שייכות מיט א מורה דרך איז נישט געבויעט אויף א פאקט אז עס איז דא חסרונות ערגעץ אנדערש, ווייל די צוויי זאכען האבן באמת נישט קיין שום שייכות, א קהלה מיט א רבי איז נישט קיין שום סתירה צו האבן א מורה דרך, די צווייי זאכען גייען אינאיינעם און איינער העלפט דעם צווייטען. ווען איינער זיכט א מורה דרך איז נישט טייטש אז זיין קהלה איז א דורכפאל. אבסעלוט נישט! וויל א קהלה איז א צענטראלע זאך א מאסף פון טויזענטער מענטשן און עס איז נישט געשטעלט אלץ א איינס צו איינס סיסטעם, און א מורה דרך איז יא געשטעלט איינס צו איינס. נישט פאר יעדעם פון א קהלה פעלט אויס א מורה דרך, און דר״א ביי ביידע סאטמערע קהילות איז דא אויסוואלען פון חשב׳ע משפיעים וואס זיי שטעלן צו פריי פון אפצאל. ביי אנדערע קהילות ווייס איך נישט.

מי יתן אז מען זאל שוין אויסטיען די שווארצע ברילען און נישט צי טרעפן כסדר חסרונות. מען קען מסביר זיין געוויסע זאכען ווי גוט עס איז אן דעם וואס מען זאל פראבירען צו מאכען פון עפעס אנדערש א דורוכפאל
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פריינדליך, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
טעלעפאן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 279
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 21, 2012 1:59 am
האט שוין געלייקט: 86 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 93 מאל

שליחה דורך טעלעפאן »

אלבערט האט געשריבן:איך וואוין אין וויליאמסבורג און איך קען גוט די דיינים, און זיי זענען זייער ווייט פון מורי דרך. זיי זענען גוט צו פסק'נען שאלות און ארויסהעלפן אויסשטעלן דעם יורה דעה לוח און דא דארט ווען א אינגערמאן רעדט זיך אויס צו זיי, פרובירן זיי איינצורעדן דעם אינגערמאן אז זיי פרובירן צו העלפן און נאך גאר א קורצע צייט זעהט דער אינגערמאן אז דער דיין קען אים נישט העלפן און ער לאזט אים איבער פון איין שאלה ביזן צווייטן. נישט דאס האב איך געמיינט, עס איז זייער א פיינע זאך אבער נישט קיין ערזאץ צו א פריוואטער מורה דרך מיט עקספיריענס און פארשטענדעניש, נישט בלויז קענטעניס אינעם טרוקענעם שולחן ערוך.


גם אני מצטרף. איך האב אויך באמערקט אז פריינדליך האט אנגעמערקט אז מען קען רעדן צו ר׳ י״י שלעזינגער. דער עולם דא דארף באגרייפן אז די אלע אויבנדערמאנטע ועוד ועוד אין די קאטאגאריע קען מען נישט רעדן צופיל מער פון פרעגן הלכה שאלות און אפשר אויך צו עצה׳נן וואס צו טאן אין פאל די פרוי איז שוין ״זייער אויפגערעגט״ עטליכע טעג אדער אז זי וויל נישט קומען קיין מאנרא אויף שבועות צום רבי׳ן

איך פערזענליך האב ב״ה געטראפן א פערזענליכן מורה דרך. בעט דעם רבוש״ע זאל דיר העלפן אין דעם, און טוה דיין השתדלות ווי יענקל האט שוין אויסגערעכענט.

און צום לעצט גראטוליר איך דיר אלבערט פארן נעמען די קוראזש צו שרייבן. דו רעדסט אין נאמען פון טויזענטער אינגעלייט. און דאנק דעם אויבערשטן אז דו האסט דיך געכאפט ביים זינען און אז דו וועסט קענען ווייזן א ריכטיגער דרך אין אידישקייט פאר דיינע דורות
וואס זאל איך טון אז עס איז מיר נאך אלץ נישט בייגעפאלן אן אינטערשריפט. האסט עפעס? טעלעפאניר מיר
פריינדליך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 624
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 9:57 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 175 מאל

שליחה דורך פריינדליך »

טעלעפאן האט געשריבן:גם אני מצטרף. איך האב אויך באמערקט אז פריינדליך האט אנגעמערקט אז מען קען רעדן צו ר׳ י״י שלעזינגער. דער עולם דא דארף באגרייפן אז די אלע אויבנדערמאנטע ועוד ועוד אין די קאטאגאריע קען מען נישט רעדן צופיל מער פון פרעגן הלכה שאלות און אפשר אויך צו עצה׳נן וואס צו טאן אין פאל די פרוי איז שוין ״זייער אויפגערעגט״ עטליכע טעג אדער אז זי וויל נישט קומען קיין מאנרא אויף שבועות


די סטעטמעינט קען נישט זיין ווייטער פינעם אמת ווי עס איז. אבי געווארפן א נאסע ליילעך אויף רב אייזענבערג/ שלעזינגער/ טויבער.
א ווי יעדער ווייסט - און איך בין פערזענליך איבערצייגט דערין - אז מיט די אלע קען מען רעדן אלעס. סיי וואס. פינטל

( פון רב אייזענבערג ווייס איך נאר פון די גאס און זיך נישט פערזענליך איבערצייגט)
באניצער אוואטאר
משכיל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 422
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 1:39 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 221 מאל

שליחה דורך משכיל »

איי איי רבותי !י
עס איז דא א עקרונות'דיגער צומישעניש ביי אונזערע אינגעלייט, מען איז זייער נישט ריעליסטיש, מען האט ליעב די הנאות פון לעבען און מען וויל עס האבען דער מאקסימום וואס מען קען נאר, אבער מען איז מחונך געווארען מיט עקסרעמע דיעות און השקפות, אן עוורידש אינגעראמאן איז שגור מיט פארשידענע בחינות וואס א בחור פון פאר די קריג האט נישט געהאט קיין אנונג,י

די אידען דא אין קאווע שטיבעל זאלן זיך ביטע ארויפדרייען די פיאות, און אנהייבן זיין פשוטע אידן, וואס טועהן נאר די עקרי הדת ווי די אמרעקיאנער אידן און אוועק שטיין פון זאכען וואס זיינען על פי קבלה, אין ווערען פשוט'ע תמימות'דיגע אידן, י

וואס די ווילסט זאלסטו טועהן פאר יענעם, למשל אז די דארפסט חיזוק זיי מחזק יענעם, אז די דארפסט אטענשען געב יענעם אטענשאן,י

מאך דיר א שיטה אין לעבען אין פרעדיג עס צו דיינע קינדער ווי ווייט מעגליך,י

קאנעקט צום רבוש"ע דירעקט אן קיין רבי'ן

און דער עיקר איז לערען אסאך גמרא רש"י לייג אריין יגיעות התורה ביז די וועסט קענען ש"ס פון אויסענווייניג, איך מיין עס ערענסט, דאס וועט דיר געבען אלעס וואס די דארפס בגשמיות וברוחניות, אז די וועסט באקומען א נאמען פאר א גרויסער ת"ח וועסטו האבען זייער אסאך כח און השפעה
אלבערט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 241
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 03, 2012 8:36 pm
האט שוין געלייקט: 116 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל

שליחה דורך אלבערט »

משכיל, זייער א צעמישטע תגובה.
טעלעפאן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 279
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 21, 2012 1:59 am
האט שוין געלייקט: 86 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 93 מאל

שליחה דורך טעלעפאן »

לגבי ר׳ י״י שלעזינגער, איך בין באקאנט מיט אמווייניגסטענס איין זייער פערזענליכע פאל וואס א יונגערמאן האט פרובירט צו רעדן צו אים און ער האט זייער זייער א פרומער בליק. והא ראי׳, ווייל דערנאך האט דער יונגערמאן גערעדט צו א צווייטן גאר היימישן (!) משפיע, און ער האט געהאט גאר אן אנדערן בליק
וואס זאל איך טון אז עס איז מיר נאך אלץ נישט בייגעפאלן אן אינטערשריפט. האסט עפעס? טעלעפאניר מיר
דעינעש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 377
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל

שליחה דורך דעינעש »

אלבערט האט געשריבן:איך בין א אינגערמאן אין די מיטעלע צוואנציגער יארן, איך ווער באטראכט אין מיין געזעלשאפט אלס אן ערנסטער אינגערמאן, איינער וואס דאווענט און לערנט פארהעלטניסמעסיג ווי עס פאסט.
...
איך האב ב"ה א פיינע פרנסה און א שטוב מיט עטליכע קינדער קע"ה. אין פאקט אבער דריי איך...
...
איך שפיר אז איך האב נישט צו וועמען צו רעדן...


אלבערט ווי האלטן מיר ?, שוין געפינען ...?!?
אלבערט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 241
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 03, 2012 8:36 pm
האט שוין געלייקט: 116 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל

שליחה דורך אלבערט »

דעינעש האט געשריבן:
אלבערט האט געשריבן:איך בין א אינגערמאן אין די מיטעלע צוואנציגער יארן, איך ווער באטראכט אין מיין געזעלשאפט אלס אן ערנסטער אינגערמאן, איינער וואס דאווענט און לערנט פארהעלטניסמעסיג ווי עס פאסט.
...
איך האב ב"ה א פיינע פרנסה און א שטוב מיט עטליכע קינדער קע"ה. אין פאקט אבער דריי איך...
...
איך שפיר אז איך האב נישט צו וועמען צו רעדן...


אלבערט ווי האלטן מיר ?, שוין געפינען ...?!?

איינער האט מיר אנגעטראגן אין אישית א נאמען, איך האב אבער נאכנישט באוויזן זיך צו פארבינדן מיט אים.
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 624 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל

שליחה דורך שמואל הלוי »

וואס איז די נאמען? מיר מעגן דאס וויסן אדער ס'איז א סוד?
דעינעש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 377
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל

שליחה דורך דעינעש »

אלבערט האט געשריבן:איינער האט מיר אנגעטראגן אין אישית א נאמען, איך האב אבער נאכנישט באוויזן זיך צו פארבינדן מיט אים.

וואס איז דא צו ווארטן ?!, טוה סטעפ צוויי, עס קען מאכן מער בע'טעם'טער וויזוי אומצוגיין מיט טאג טעגליכע ווירטשאפטן.

און לאז וויסן דיין סוקסעס אי"ה, מיר ווילן זיך מיטפרייען מיט אייער דערלייכטערונג.

יישר כח.
פארשפארט