דעבאטירן און קאמענטירן אויף אלטע אשכולות
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:

איך האב לעצטנס אנטדעקט דא אין קאווע שטיבל אן אוצר פון אלטע (נישט אקטיווע) אשכולות.
וויאזוי איך האב פארזען דעם אוצר, ווייס איך נישט. אבער דער פאקט איז אז כ'האב עס אדורכגעליינט מיט גרויס געשמאק. בבחינת "שש אנוכי על אמרתיך כמוצא שלל רב".
און איך האב אויך קאמענטירט איבער א סאך פון זיי. האט זיך אויפגעהויבן א שטורעם דא אין קאווע שטיבל. כמעט א סומאטאכע. איך האב געהערט פון צוויי מנהלים. אויך פון עטליכע ניקס. "ס'הייסט איך האב געטון אזא שרעקליכע עוולה, און קאמענטירט אויף פארשלאפענע אשכולות. עד כדי כך אז מ'האט אפילו שפעקולירט אויב איך בין דער ניק המכנה את עצמו "אשכולות אויפוועקער".
לפענ"ד זעה איך נישט וואס איך טוה דא נישט ריכטיג מיט קאמענטירן לפי ראות עיני אויף די גאר אינטרעסאנטע סובדזשעקטס וואס ווערן אדורכגעלופטערט אין די אשכולות.
אדרבה. ס'געט צו צו די לעבעדיגקייט פונ'ם שמועס.
מילא ווען מ'דעבאטירט אויב מ'זאל פארן צום חוזה מ'לובלין אדער צום יוד הקדוש, פארשטיי איך אז ס'איז עבר זמנו. די דעבאטע און די מענטשן זענען שוין לאנג נישט דא בעולם. אבער זאכן וואס זענען אדורכגעשמועסט געווארן מיט צוויי יאר צוריק אדער נאך שפעטער, זעה איך נישט פארוואס דאס קען נישט נאכאמאל אויפגעברענגט און דעבאטירט ווערן.
אשר על כן, ווענד איך מיך צו די חשוב'ע חברי השטיבל. ירא הקהל וישפוט. זאלל דער עולם ארויסזאגן א מיינונג אויב ס'איז ריכטיג אדער נישט צו קאמענטירן און דעבאטירן איבער אומ-אקטיווע אשכולות.
אויך. וואס איז די הגדרה פון אן אלטן אשכול, אדער סובדזשעקט, וואס מאכט א סאך מענטשן ארויסגיין פון די כלים...נאך צוויי חדשים? זעקס חדשים? א יאר, אדער מער?...

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1677
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
- געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
- האט שוין געלייקט: 5634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל
איך זע נישט דעם פראבלעם, אשכולות פארמאגן נישט קיין עקספארעישן דעיטס. וישן מפני חדש תוציאו!
ומכלל הן אתה שומע לאו. אמאל אויב איז דא אן אשכול וואס איז ממש מער נישט נוגע, האט דאס געוויס יא אן עקספארעישן דעיט. צום ביישפיל: אויב איינער שלעפט ארויף אויף דער אויבערפלאך אן אשכול צו ריק סאנטוירום גייט געווינען די רעפאבליקאנער פריימערי פון 2012, דאן קען דאס זיין מאדנע, און באטראכט ווערן צומאל אלס א פרואוו פון א טראל צו וועלן שפילן געימס אויפ'ן חשבון פונעם ליינער'ס נערווען.

- הודעות: 2595
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
- האט שוין געלייקט: 4455 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל
קודם כל מזל טוב פאר דיין ערשטע אשכול אין קאווע שטיבל, איטס נעווער טו לעיט און מיר נעמען אלע ארויס א מוסר השכל דערפון אז אפילו מיט א גרייז גרויע בארד קען מען זיך אויך א נעם טאן.
לגופו של עניין קען איך נישט מער ווי ווידערהוילן וואס איך האב געשריבן צו אייך אין אישי וז''ל:
דאס האב איך געשריבן אויף א צווייטע פלאץ

כוכב האט געשריבן:דיינע קאמענטארן זענען נישט קיין פרישע אינפארמאציע צו דער נושא סתם אבי געמאלן וואסער בלע'ז. דער מאן דאמר צו וועמען דו באציעסטוך וועט עס ווארשיינליך נישט ליינען ניטאמאל געדענקט ער וואס האסט געשריבן און די גאנצע נושא אינטערעסירט אים נישט
פאקט איז אז סמאכט געפערליך נערוועז עבר זמנו בטל קרבנו און אן אשכול זאל נאר ארויפגעברענגט ווערן משום דבר שנתחדש בה. דיינע תגובות געבן גארנישט צו צום שטיבל און ברענגט נאר אונטער די געדאנק פון אקטיווע אשכולות.
קענסטוך נישט איינהאלטן, האסט א גוטס אין בויך האבעך פאר דער א פשוטע עצה, דרוק דעם פריוואט קנעפל און שרייב יענעם אין אישי.
סארי פאר מיין חוצפה הגם וואלסט מסתמא געקענט זיין מיין זיידע אבער האמת ניתן להיאמר.
דאס האב איך געשריבן אויף א צווייטע פלאץ
כוכב האט געשריבן:צאמיר געהאט אן אנשיקעניש אשר בשם אשכולות אויפוועקער יכונה וואס מהאמיר סוקסעספול אונטערגעברענגט. פראבלעם איז א צרות אחרונות משכחות ראשונות, אויפוועקער איז גאלד קעגן דעם פרישן פריקן קרענק ווארום ער פלעגט וועקן ענינא דיומא'ס און יארצייטן ווידעראום דער נייער צדיק וועקט אשכולות אן א פארוואס און אן א פארווען די גאנצע אקטיווע אשכולות זייטל האט פארלוירן משמעות, זוכט זיך אפיר אלטע שמועסן לייגט צו עפעס א ווארט און יאלא.
דעריבער טו איך דא עפענען א פעטיציע, טייערער רבי
[tag]berlbalaguala[/tag]
ווי לאוו יו דעירלי, יעדעס מאל איך טרעפ דריי לייקס נאכן נישט שרייבן א וואך ווייס איך סקומט פון דיר, אבער פליז, דיין געוועקאכטס טרעט מיר צו צו די נערוון, סקריכט געפערליך סאו פליז סטאפ דע מעדנעס נאו!!!!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1677
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
- געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
- האט שוין געלייקט: 5634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל
כוכב האט געשריבן:קודם כל מזל טוב פאר דיין ערשטע אשכול אין קאווע שטיבל, איטס נעווער טו לעיט און מיר נעמען אלע ארויס א מוסר השכל דערפון אז אפילו מיט א גרייז גרויע בארד קען מען זיך אויך א נעם טאן.
לגופו של עניין קען איך נישט מער ווי ווידערהוילן וואס איך האב געשריבן צו אייך אין אישי וז''ל:כוכב האט געשריבן:דיינע קאמענטארן זענען נישט קיין פרישע אינפארמאציע צו דער נושא סתם אבי געמאלן וואסער בלע'ז. דער מאן דאמר צו וועמען דו באציעסטוך וועט עס ווארשיינליך נישט ליינען ניטאמאל געדענקט ער וואס האסט געשריבן און די גאנצע נושא אינטערעסירט אים נישט
פאקט איז אז סמאכט געפערליך נערוועז עבר זמנו בטל קרבנו און אן אשכול זאל נאר ארויפגעברענגט ווערן משום דבר שנתחדש בה. דיינע תגובות געבן גארנישט צו צום שטיבל און ברענגט נאר אונטער די געדאנק פון אקטיווע אשכולות.
קענסטוך נישט איינהאלטן, האסט א גוטס אין בויך האבעך פאר דער א פשוטע עצה, דרוק דעם פריוואט קנעפל און שרייב יענעם אין אישי.
סארי פאר מיין חוצפה הגם וואלסט מסתמא געקענט זיין מיין זיידע אבער האמת ניתן להיאמר.
איך שפיר אז איך מוז פארדאמען אזא תגובה. און נישט ווייל מ'רעדט נישט אזוי צו אן עלטערן איד, נאר ווייל מ'רעדט נישט אזוי צו א ניק וואס וויל קאמענטירן אויף זיין אייגנארטיגן שטייגער אפגעזען צו דער בעל האשכול וועט ליינען בערל'ס קאממענט צו נישט, און קיין חילוק וויפיל ס'גיבט צו אדער נישט אדער וויפיל א דריטער האלט אז ס'גיבט צו אדער נישט.
כוכב, דו ביזט אומטאלעראנט, און פרידאם אף ספיטש ווערט נישט געטיילט באזירט אויף אן אייגענעם געשמאק. כל זמן א ניק קומט נאך די פארשריפטן פון דער הנהלה, איז נישטא קיין שום סיבה אוועק צו נעמען פון עמען דאס ערלויבעניש צו שרייבן.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2595
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
- האט שוין געלייקט: 4455 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל
קודם כל סאיז אן אישי תגובה וואו מערלויבט זיך מער... צוויי מ'רעדט נישטא פון אים צו נעמען רשות הכתיבה נאר זיך אליין איינצוימען צוליב א טעכנישע פראבלעמען, נעמליך דאס צעווארפן די געדאנק פון אקטיווע אשכולות, א טענה וואס מהערט פון אנדערע אויך, און ווי דער הודאות בעל דין, איז עס שוין אנערקענט געווארן דורך צוויי מנהלים אויסער א טוץ ניקים.
דריי איך בין דער ערשטער קאמענטאר דא ארויפצוברענגען די צווייטע צד פון דער מטבע האב איך געדארפט אראפשטעלן דעם ארגומענט. מיך איינצוצוימען פון שרייבן די אנדערע זייט פון דער געשיכטע איז פונקט אזוי אומטאלעראנט...
אין יעדן פאל, אויב האב איך גענוצט צו א שארפן לשון כדרכי בקודש בעט איך אנטשולדיגונג און איך בין גרייט צו רעדאגירן אויפ'ן פערזענליכע פארלאנג פון אונזער הויכגעשעצטן און אלעמען באליבטן ר' בערל שליט''א.
דריי איך בין דער ערשטער קאמענטאר דא ארויפצוברענגען די צווייטע צד פון דער מטבע האב איך געדארפט אראפשטעלן דעם ארגומענט. מיך איינצוצוימען פון שרייבן די אנדערע זייט פון דער געשיכטע איז פונקט אזוי אומטאלעראנט...
אין יעדן פאל, אויב האב איך גענוצט צו א שארפן לשון כדרכי בקודש בעט איך אנטשולדיגונג און איך בין גרייט צו רעדאגירן אויפ'ן פערזענליכע פארלאנג פון אונזער הויכגעשעצטן און אלעמען באליבטן ר' בערל שליט''א.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
כוכב האט געשריבן:קודם כל סאיז אן אישי תגובה וואו מערלויבט זיך מער... צוויי מ'רעדט נישטא פון אים צו נעמען רשות הכתיבה נאר זיך אליין איינצוימען צוליב א טעכנישע פראבלעמען, נעמליך דאס צעווארפן די געדאנק פון אקטיווע אשכולות, א טענה וואס מהערט פון אנדערע אויך, און ווי דער הודאות בעל דין, איז עס שוין אנערקענט געווארן דורך צוויי מנהלים אויסער א טוץ ניקים.
דריי איך בין דער ערשטער קאמענטאר דא ארויפצוברענגען די צווייטע צד פון דער מטבע האב איך געדארפט אראפשטעלן דעם ארגומענט. מיך איינצוצוימען פון שרייבן די אנדערע זייט פון דער געשיכטע איז פונקט אזוי אומטאלעראנט...
אין יעדן פאל, אויב האב איך גענוצט צו א שארפן לשון כדרכי בקודש בעט איך אנטשולדיגונג און איך בין גרייט צו רעדאגירן אויפ'ן פערזענליכע פארלאנג פון אונזער הויכגעשעצטן און אלעמען באליבטן ר' בערל שליט''א.
כוכב: ניין. דו דארפסט דיך גארנישט איינצוימען אין דיינע שטורמישע לשונות אדער בעטן סליחה ומחילה. אלעס לויפט פיין ב"ה. אדרבה. איך בין צופרידן צו פרובירן פארשטיין וואס דער פראבלעם איז. כדאמרן.
יואב: א יישר כח פאר זיך אננעמען פאר מיין כבוד המדומה. דיינע ווערטער זענען כמים קרים על נפש עייפה. (קרעדיט הרב מנשה פליפ פלאפ.( אדער, קילורין לעיניים. אזוי ווי רבינו הקדוש. הגאון הקדוש שליט"א, השוכן כבוד בעיר התורה והקדושה, קר"י יצ"ו. ה"ה מהר"א שליט"א...
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2595
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
- האט שוין געלייקט: 4455 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל
ס'דא נאך א פרט וואס ר' בערל האט בכלל נישט בארירט אין זיין בלעכענעם פנים תגובה:
ארויפברענגען אן אשכול לעיתים, נו, מ'קען מקיל זיין, ס'שטערט קיינעם נישט, יעדער איז מסכים אז ממעג און מ'זאל אמאל ארויפברענגען אן אלטע שמייכל אשכול פון יואב. דאס איז אינגאנצן נישט די שמועס צי אשכולות זאלן האבן א עקספיראציע דאטום ווי בערל האט אזוי טעמיש געפרעגט.
די שמועס דא איז אז בערל האט זיך געמאכט א מיסיע ער ברענגט ארויף עטליכע און צומאל מערערע אויף אמאל, אויף א כמעט טאג טעגליכע פארנעם, ועל זה ידוו כל הדווים.

- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
כיואב ועוד, בין איך מוחה אויף די אפענע דיסקרימינאציע. עס איז א גרויסער פארברעכן נישט צו ערלויבן א ספעציפישן ניק צו ארויפברענגען אשכולות פשוט ווייל עס געפעלט דיר נישט זיינע תגובות, און מילא, אז ס'קומט צווישן אנדערע וועל איך דיר טאלערירן, אבער צו זען א גאנצע אשכול נאר צו ליינען א פרישע תגובה פון מיין "דענערווירנדן" מגיב, דאס שוין נישט.
און עס איז נישט מעלה ומוריד אויב פאר דעם דיסקרימינירנדן גייט עס אן אדער נישט. בערל האט נישט קיין רעכט זיך צו לאזן דיסקרימינירן, פונקט ווי ער האט נישט קיין רעכט צו דיסקרימינירן קעגן א צווייטן.
וועגן דעם עצם ענין זאג איך נישט קיין מיינונג, איך וועל זיך באגענונגן מיט'ן זיך צוצוקוקן ווי מ'טענה'ט זיך

האדם לא נברא אלא להתענג
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2595
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
- האט שוין געלייקט: 4455 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל
יאיר, דאס איז קלאר נישט די נושא. איך בין זיך מצטרף צו די דברי מחאה קעגן דיסקרמינירן קעגן א ניק ווייל מגלייכט נישט זיינע תגובות.
איך וועל מסביר זיין מיינע ווערטער וואס יאיר איז בעצם גענוג קלוג צו כאפן אליין און כ'פארשטיי נישט פארוואס ער האט נישט געהאלטן זיינע הארסיס און זיך אנגעשלאסן אין א קשר בוגדים מיטן שר צבא ה' קעגן מיין הויכגעשעצטן מאיעסטעט.
נעמט למשל דעם וועבערמאן אשכול, לו יצוייר אז סדא פרישע אפדעיטס אינעם קעיס איז נישט מער ווי נארמאל ארויפצוברענגען דעם אשכול.
אבער אין א גרינע דינסטאג צו קאמענטירן אויף א באמערקונג פון לעמאן זשוס פון צוויי יאר צוריק מיט עפעס א וויץ איבער מנשה פילאפ איז אביסל נישט אין פלאץ און שמעקט פון טראליזם.
און ווידערמאל אז ספאסירט אמאל מאכט מען זיך ווי מהערט נישט, דער פראבלעם איז אז דאס גייט אן אויף א מאסנשטאבליכע פארנעם און שטערט איינע פון די יסודות דיגע פיטשורס פונעם שטיבל, נעמליך דעם אקטיווע אשכולות אויסשטעל.
איך וועל מסביר זיין מיינע ווערטער וואס יאיר איז בעצם גענוג קלוג צו כאפן אליין און כ'פארשטיי נישט פארוואס ער האט נישט געהאלטן זיינע הארסיס און זיך אנגעשלאסן אין א קשר בוגדים מיטן שר צבא ה' קעגן מיין הויכגעשעצטן מאיעסטעט.
נעמט למשל דעם וועבערמאן אשכול, לו יצוייר אז סדא פרישע אפדעיטס אינעם קעיס איז נישט מער ווי נארמאל ארויפצוברענגען דעם אשכול.
אבער אין א גרינע דינסטאג צו קאמענטירן אויף א באמערקונג פון לעמאן זשוס פון צוויי יאר צוריק מיט עפעס א וויץ איבער מנשה פילאפ איז אביסל נישט אין פלאץ און שמעקט פון טראליזם.
און ווידערמאל אז ספאסירט אמאל מאכט מען זיך ווי מהערט נישט, דער פראבלעם איז אז דאס גייט אן אויף א מאסנשטאבליכע פארנעם און שטערט איינע פון די יסודות דיגע פיטשורס פונעם שטיבל, נעמליך דעם אקטיווע אשכולות אויסשטעל.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
יאיר האט געשריבן:כיואב ועוד, בין איך מוחה אויף די אפענע דיסקרימינאציע. עס איז א גרויסער פארברעכן נישט צו ערלויבן א ספעציפישן ניק צו ארויפברענגען אשכולות פשוט ווייל עס געפעלט דיר נישט זיינע תגובות, און מילא, אז ס'קומט צווישן אנדערע וועל איך דיר טאלערירן, אבער צו זען א גאנצע אשכול נאר צו ליינען א פרישע תגובה פון מיין "דענערווירנדן" מגיב, דאס שוין נישט.
און עס איז נישט מעלה ומוריד אויב פאר דעם דיסקרימינירנדן גייט עס אן אדער נישט. בערל האט נישט קיין רעכט זיך צו לאזן דיסקרימינירן, פונקט ווי ער האט נישט קיין רעכט צו דיסקרימינירן קעגן א צווייטן.
וועגן דעם עצם ענין זאג איך נישט קיין מיינונג, איך וועל זיך באגענונגן מיט'ן זיך צוצוקוקן ווי מ'טענה'ט זיך
יואב: שקויעך פאר'ן אריינגיין בעובי הקורה... זיך אנצונעמען פאר מיין כבוד הרמוסה...
לאמיך אראפמאלן (צייכענען) א בילד. משל למה הדבר דומה.
ס'שטייען די גרויסע, און שטארקע ווארלד קלעס, העווי וועיט טשעמפיאנס אין באקסינג אדער רעסלינג. פון איין זייט שטייט דער אלעמען באקאנטער, גרויסער העלד "כוכב" מיט זיינע באקסינג הענטשקעס גרייט און די פויסטן פארמאכט. גרייט אריינצוריקן נאך א לעפט האאק. פון די אנדערע זייט שטייען די גרויסע גיבורים פונ'ם קאווע שטיבל. ה"ה יואב און יאיר. גרייט אפצוענטפערן א יעדע מעגליכע אטאקע וואס דער מאהאמעד אלי פון שטיבל קען און וויל דערלאנגען. אינמיטן שטייט א קליין מענטשעלע וואס מ'זעהט איהם קוים ארויס פון צווישן די ריזן. דער מענטשעלע הייסט בערל בעל עגלה. ער שטייט און קוקט זיך צו וויאזוי די דזשייענטס פון קאווע שטיבל דערלאנגען זיך איינער פארן צווייטן. ווען מ'וועט גוט קוקן קענמען באמערקן ווי ער שמייכלט זיך אונטער פאר הנאה. און ער ווארט צו זעהן ווער ס'וועט דערלאנגען א נאק-אוט פאר'ן צד שכנגד. יישר כח יישר כח...
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
יתרו האט געשריבן:כוכב, די ביסט טאקע זייער קיוט, ווי טיטאניק ז"ל האט שוין מעיד געווען אויף דיר, און די געסט א געוואלד צו צום שטיבל. אבער פון די אנדערע זייט פירסטו מלחמות דא מיט צופיל ניקים, צומאל מיט אפענע ראסיזים און אנטיסעמעטיזם. האלט דיינע הארסיס אביסל.
יתרו: ניין איך בין נישט מסכים מיט דיר. כוכב און א יעדער האט א רעכט אויסצודריקן זיין מיינונג און עס מטעים זיין בק"ן טעמים. דו האסט א ברירה נישט מסכים צו זיין מיט איהם. דאס איז די מעלה פון "קאווע שטיבל". מ'מוז נישט שרייבן לפי רוחם פון די שוויצערס אדער די אפיציעלע ליניע פון די פארטיי. אנישט ווערט מען געמעקט אדער באגאסן מיט קיתונות של שופכין... פאר אט די מענטשן האט שוין דער אייבישטער ב"ה באזארגט אן אכסניא. די פלאץ הייסט עולם ביצה. דארט מוז מען געפלן פאר די מאכערס...!
עס איז שוין געווען דא דא כמה אשכולות בנוגע עוועלושן, אין בעצם בין איך undecided אויף די אישו אבער די הערליכע איידיע פון נעטשרול סעלעקשן איז מיר געפאלן, אין איך האלט אז דאס איז די דרייווינג פארס דא אין שטיבל, אז איינער זעט אז זיינע תגובות ברענגען נישט קיין רעאקציעס נישט קיין לייקס אין נישט קיין תגובות דערויף, דארף ער אנערקענען אז אדער דארף ער טוישן סטייל אדער זיך זיכן אן אנדערן מושב,
סאו @ בערל אין @כוכב איך וואלט געזאגט לייגטס אראפ די געווער אין טשעקטס די סטאטיסטיקס וויאזוי בערלס וועקעריי ארבעט ווערט אויפגענימן אין זייטס דן על פי דעם,
ב.ד.וו. @ כוכב דיין כח איז עפעס איבערמענטשלעך אז די האסט געפויעלט ביי רבינו בערל צי עפענען אן אייגן אשכול כה לחי!

- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
לכבוד כוכב
איך טי שטארק שעצן דיין מיינונג, אבער ביטע רעספעקטיר מיין מיינונג, איך האלט זייער פון אלטע אשכולות, עס איז דא פיל אשכולות וואס זענען ציריק געווארן אינטערעסאנט אפילו עס איז דורך געלאפן חדשים אדער יארן, למשל ווי מיינע אשכולות... עכעהם.
ווידעראים איז דא נייע אשכולות וואס אינטערעסירן מיך נישט א שטייגער ווי.. איך העל נישט זאגן, אבער וועיגן דעים האב איך רשות צי ליינען וועלכע אשכול עס געפעלט מיר, איך האב נישט קיין טענות אויפן מחבר, הלמאי ער לייגט ארויף א אשכול וואס איז מיר נישט אינטערעסאנט, ווייל איך פארשטיי אז איך בין נישט איינער אליין, איינער גלייכט אייזקרים און איינער גלייכט בארשט, אבער מען קען נישט שרייען אויפן בארשט ליבהאבער אז דו גייסט אויפ מיינע געהירן מיט דיין בארשט עסעריי, ווייל ער וועט ווערן זייער געשטערט, ער וועט שפירן אז מיט יעדע שלינג בארשט וואס ער גיבט שטעכט ער אריין דירעקט אינעם בארשט שונא, און בסך הכל גלייכט ער בארשט, און דער וואס האט פיינט זיין בארשט קען זיך ווענדן צים טישל ווי מען סערווירט זיין אייזקרעים.
#אוי האב איך פיינט בארשט.

Stay away from negative people
they have a problem for every solution
they have a problem for every solution
קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
לעולם איז אוודאי ריכטיג אז אשכולות עקספייערען נישט, און אסאך נושאים איז נאך אינטרעסאנט און איז דא וואס צוצולייגען וכו'. דאס איז שכל'דיג.
פאקטיש אבער, איז זעלטן אז צולייגען א נייע תגובה אויף אן אלטער אשכול וועקט טאקע אויף דער שמועס. מסתמא די פסיכאלאגען דא וועלן מסביר זיין מיט פארשידענע טעאריעס פארוואס דאס איז אזוי, אבער דער עקספיריענס, סיי דא סיי אין אנדערע פורומס, ווייזט אז על פי רוב טאמער וויל מען מחדש זיין א שמועס אפילו איבער א נושא וואס מ'האט שוין דורכגעשמועסט לוינט זיך ענדערש מאכען א נייער אשכול.

I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1396
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
- האט שוין געלייקט: 3030 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
- קאנטאקט:
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1512
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
- האט שוין געלייקט: 5973 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל
מיי טו סענס
מען קען נישט אוועק נעמען פון בעל עגלינו אלעס אויב וויל מען אים אוועק נעמען די אלטע אשכולות מוז מען אים צריקגעבן די הונדערטע סמייליס אין יעדע תגובה.
און סתם אזוי האלט איך אז מען קען נוצן דא א פעקל פילן (קיינעם פערזענליך) דעם נעווירט סמייליס דעם נערווירט אלטע אשכולות שלינג אראפ און גיי וויטער

טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1396
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
- האט שוין געלייקט: 3030 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
- קאנטאקט:
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
לית דין בר נש האט געשריבן:מיי טו סענס
מען קען נישט אוועק נעמען פון בעל עגלינו אלעס אויב וויל מען אים אוועק נעמען די אלטע אשכולות מוז מען אים צריקגעבן די הונדערטע סמייליס אין יעדע תגובה.
און סתם אזוי האלט איך אז מען קען נוצן דא א פעקל פילן (קיינעם פערזענליך) דעם נעווירט סמייליס דעם נערווירט אלטע אשכולות שלינג אראפ און גיי וויטער
לית דין בר נש: ברוך שכיוונת. ווייל די סמייליס האביך אויך נאר אויפגעהערט צו ניצן בגדול, ווייל א חשוב'ער איד האט מיר געלאזט וויסן אין אישי אז ס'דא מענטשן וועים ס'מאכט נערוועז....