בחירות אין מדינת ישראל 2015
- גיבור
- ידיד השטיבל
- הודעות: 298
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 14, 2013 4:07 pm
- האט שוין געלייקט: 206 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 231 מאל
בחירות אין מדינת ישראל 2015
יעצט קאנפירמעד ביבי האט אפגעזאגט זיין שר האוצר יאיר לפיד און שרת המשפטים ציפי לבני.
בחירות בקרוב!
ביבי גייט רעדן 8 אזייגער א"י צייט
א אומערווארטע נצחון פאר די חרדים - די העצע פון לפיד אויף חרדים איז און פולן שוואונג פארשטייט זיך זיי זענען שילדיג אין זייער מיאוס'ן דורכפאל

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קינד_אן_קייט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סיבה: געטוישט קעפל כפי בקשת הכותב
סיבה: געטוישט קעפל כפי בקשת הכותב
איזהו גיבור ?
- גיבור
- ידיד השטיבל
- הודעות: 298
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 14, 2013 4:07 pm
- האט שוין געלייקט: 206 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 231 מאל
המלוכה והממשלה האט געשריבן:וואס האט געפירט ביז אהין?
פאליטיק איז שווער צו מסביר זיין אויף איין פיס, פרשנים וועלן דיר קענען מסביר זיין פון צוויי יאר צוריק פארוואס די איצטיגע ממשלה קען זיך נישט האלטן און די טעותים וואס ביבי האט געטון פון די ערשטע מינוט נאך די וואהלען, דורך מאכן א דיל מיט ציפי לבני גלייך נאך די וואהלען, און נפתלי בענעט האט זיך געפילט באדראעט ווייל ער איז געווען א בלוט שונא פון שרה נתניהו האט ער מורא געהאט אז ביבי וועט עם אויסשפילן איז ער געלאפן מאכן א דיל מיט יאיר לפיד וואס בעצם איז עס ווי פייער און וואסער זאלן מאכן א דיל ווייל א רעכטע מיזרחניק מיט א פרייע תל אביבער קענען זיך קיינמאל נישט פארשטיין, פאר ביידע וואלט געווען גרינגע צו זיצן מיט די פרומע, ממילא האט ביבי געמוזט זיי אריינעמען אין זיין ממשלה און לאזן די חרדים אינדרויסן וכו' וכו', וויאזוי זאכן זענען געפארן במשך די לעצטע צוויי יאר האט מען געקענט זעהן אז פריער צו שפעטער גייט געשעהן דא עקסידענטס,
אבער בקיצור אויף די שאלה וואס איז יעצט געשעהן? אין איין ווארט, ביבי האט פארלוירן קאנטראל אויף זיין ממשלה, אנגעהויבן מיט די חוק "ישראל היום"וואס איז קעגן די צייטונג פון זיין בעסט פרענד שעלדון עדלסון, און על אפו וחמתו פון ביבי איז עס אריבער מיט רוב אין כנסת דאס איז געווען א פערזענליכע פראסק אין פנים פאר ביבי, ווייטער מיט די חוק הגיור וואס ער האט געבעטן עס נישט צו ברענגן יעצט צום כנסת, און נאכדעם מיטן חוק פון יאיר לפיד חוק מע"מ אפס וואס ער האט זיך געעקשנט דווקא יעצט צו וואטן פאר דעם, און די זיך אפזאגן פון השר עמיר פרץ פון די התנועה פארטיי , די קריטיק יעדן טאג פון ציפי לבני וואס איז א חלק פון זיין ממשלה און אזוי נאך און נאך ,האט ער מחליט געווען אזוי קען איך קיין לאנד נישט פירן, נישט קענענדיג טרעפן א אלטערנאטיוו פאר יש עתיד נאכדעם וואס די חרדים האבן פאר כל הון דעלמא נישט מסכים געווען ארייצוגיין אין די ממשלה פאר בחירות און עניוועי האט אביגדור ליבערמאן נישט מסכים געווען האט ער דעסיידעט : מען גייט צו בחירות !!!!!!!!!!!!
ע"כ בקיצור.
איזהו גיבור ?
- גיבור
- ידיד השטיבל
- הודעות: 298
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 14, 2013 4:07 pm
- האט שוין געלייקט: 206 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 231 מאל
כוכב האט געשריבן:וואס איז דער חוק ישראל היום?
ישראל היום איז א צייטוג בחינם אין מדינת ישראל עס געהערט ווי געזאגט פאר שעלדון עדלסון, עס איז געווארן זעהר שטארק ווייל עס איז בחינם, און פארשטייט זיך עס איז רעכט מיט דעות גענויגט צו ביבי, ממילא האט איתן כבל פון די עבודה פארטיי געברענגט א חוק אז עס זאל זיין אסור עס צו טיילן בחינם ווייל אזוי האבן זיי א גרעסערע השפעה ווי די לינקע צייטונגען, די מידיע רופט אהן די חוק "חוק ישראל היום" ווייל דאס איז די איינציגסטע צייטונג וואס איז געדעמעדזשט פון די חוק, יעצט די חוק איז אריבער "בקריאה ראשונה" אין כנסת נאר דורך א חלק פון די קאאליציע וואס האבן געוואט בעד די חוק אנפייפנדיג ביבי אין פנים, דאס האט עם געמאכט קומען צו די הכרה אז ער איז נישט מער באלעבאס.
(ביי די וועי עס וועט ווארשיינליך נישט אריבערגיין צום צוייט און דריטן מאל)
איזהו גיבור ?
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 168
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 04, 2013 12:02 am
- האט שוין געלייקט: 32 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 123 מאל
כוכב האט געשריבן:ווי קומט דאס אז א פרייע דעמאקראטישע מדינה זאל איינפירן אזא שאנדפולע געזעץ צו צוימען דאס פרייהייט פון ווארט?
ברוכים הבאים לישראל, המדינה היחידה שנקראת ''דמקרוטי'' וניהלת לחלוטין על ידי דת....
וויפיל סאטמאר אום אנדערע פראבירן צו שרייען אז די מדינה איז אין פאר ''עקירת הדת'', די אמת איז ממש להיפך. אנגעהויבן פון בן גוריון, וואס האט געגעבן פאר די חרדים (דאן א נישטיגיע פינף פארצענט פון די מדינה) די רעכטן פאר די ''רבנות'', ביזען הייניטיגען רעליגיעזן סטאטוס קווא, איז די מדינה אלץ געפירט געווארען מיט די תורה און בעקגראונד. חתונות און גירושין קענען נאר געמאכט ווערן דורכ'ן רבנות, ארבעטען שבת איז שווערער ווי ארבייטען זונטאג אין די בעסטע צייטן פון די ''בלויע געזעצן'' אין אמעריקא. א איד קען נאר פארקויפן כשר, קען נישט פארקויפן חמץ אום פסח, און מער. יא איך ווייס אז די אלע געזעצן האבען לעכער, אבער די עצם מציאות אז עס עקסיזטירט ווייסט אסאך. און עס ווערט נאר ערגער ערגער.
טראכט גוט וועט זיין גוט - טראכט גוט אויף מענטשען וועסטו זעהן זיי זענען טאקע גוט!
(מגידי אמת)
(מגידי אמת)
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ימי קדם האט געשריבן:כוכב האט געשריבן:ווי קומט דאס אז א פרייע דעמאקראטישע מדינה זאל איינפירן אזא שאנדפולע געזעץ צו צוימען דאס פרייהייט פון ווארט?
ברוכים הבאים לישראל, המדינה היחידה שנקראת ''דמקרוטי'' וניהלת לחלוטין על ידי דת....
וויפיל סאטמאר אום אנדערע פראבירן צו שרייען אז די מדינה איז אין פאר ''עקירת הדת'', די אמת איז ממש להיפך. אנגעהויבן פון בן גוריון, וואס האט געגעבן פאר די חרדים (דאן א נישטיגיע פינף פארצענט פון די מדינה) די רעכטן פאר די ''רבנות'', ביזען הייניטיגען רעליגיעזן סטאטוס קווא, איז די מדינה אלץ געפירט געווארען מיט די תורה און בעקגראונד. חתונות און גירושין קענען נאר געמאכט ווערן דורכ'ן רבנות, ארבעטען שבת איז שווערער ווי ארבייטען זונטאג אין די בעסטע צייטן פון די ''בלויע געזעצן'' אין אמעריקא. א איד קען נאר פארקויפן כשר, קען נישט פארקויפן חמץ אום פסח, און מער. יא איך ווייס אז די אלע געזעצן האבען לעכער, אבער די עצם מציאות אז עס עקסיזטירט ווייסט אסאך. און עס ווערט נאר ערגער ערגער.
לויט ווי דו לייגסט עס אראפ ווערט מקויים דער את"ל פון ויואל משה...
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1677
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
- געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
- האט שוין געלייקט: 5634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל
ימי קדם האט געשריבן:כוכב האט געשריבן:ווי קומט דאס אז א פרייע דעמאקראטישע מדינה זאל איינפירן אזא שאנדפולע געזעץ צו צוימען דאס פרייהייט פון ווארט?
ברוכים הבאים לישראל, המדינה היחידה שנקראת ''דמקרוטי'' וניהלת לחלוטין על ידי דת....
וויפיל סאטמאר אום אנדערע פראבירן צו שרייען אז די מדינה איז אין פאר ''עקירת הדת'', די אמת איז ממש להיפך. אנגעהויבן פון בן גוריון, וואס האט געגעבן פאר די חרדים (דאן א נישטיגיע פינף פארצענט פון די מדינה) די רעכטן פאר די ''רבנות'', ביזען הייניטיגען רעליגיעזן סטאטוס קווא, איז די מדינה אלץ געפירט געווארען מיט די תורה און בעקגראונד. חתונות און גירושין קענען נאר געמאכט ווערן דורכ'ן רבנות, ארבעטען שבת איז שווערער ווי ארבייטען זונטאג אין די בעסטע צייטן פון די ''בלויע געזעצן'' אין אמעריקא. א איד קען נאר פארקויפן כשר, קען נישט פארקויפן חמץ אום פסח, און מער. יא איך ווייס אז די אלע געזעצן האבען לעכער, אבער די עצם מציאות אז עס עקסיזטירט ווייסט אסאך. און עס ווערט נאר ערגער ערגער.
ס'ווערט נישט געפירט לחלוטין על ידי דת, און כלפי די ארגומענטן פון סאטמאר איז דאס נישט ממש היפך פון עקירת דת. די נקודה וואס דו מיינסט ארויסצוברענגען איז אבער יא אמת – למחצה לשליש ולרביע. ס'איז דעמאקראטיש מיט דעם חלק אז די רעגירונג אפערירט אויף א דעמאקראטישן שטייגער; ס'איז איבער נישט אזוי דעמאקראטיש ווען ס'קומט צו סאציאלער גלייכהייט. א לאנד וואו געזעצן ווערט באשטימט אדער באיינפלוסט דורך רעליגיע איז אין גרויסער טייל א סתירה צו פרייהייט. און דאס איז אפילו אויב דאס רוב אין יענעם לאנד זענען אין שטיצע פון אזאנע חוקים.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 878
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:40 pm
- האט שוין געלייקט: 1386 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל
ימי קדם האט געשריבן:כוכב האט געשריבן:ווי קומט דאס אז א פרייע דעמאקראטישע מדינה זאל איינפירן אזא שאנדפולע געזעץ צו צוימען דאס פרייהייט פון ווארט?
ברוכים הבאים לישראל, המדינה היחידה שנקראת ''דמקרוטי'' וניהלת לחלוטין על ידי דת....
וויפיל סאטמאר אום אנדערע פראבירן צו שרייען אז די מדינה איז אין פאר ''עקירת הדת'', די אמת איז ממש להיפך. אנגעהויבן פון בן גוריון, וואס האט געגעבן פאר די חרדים (דאן א נישטיגיע פינף פארצענט פון די מדינה) די רעכטן פאר די ''רבנות'', ביזען הייניטיגען רעליגיעזן סטאטוס קווא, איז די מדינה אלץ געפירט געווארען מיט די תורה און בעקגראונד. חתונות און גירושין קענען נאר געמאכט ווערן דורכ'ן רבנות, ארבעטען שבת איז שווערער ווי ארבייטען זונטאג אין די בעסטע צייטן פון די ''בלויע געזעצן'' אין אמעריקא. א איד קען נאר פארקויפן כשר, קען נישט פארקויפן חמץ אום פסח, און מער. יא איך ווייס אז די אלע געזעצן האבען לעכער, אבער די עצם מציאות אז עס עקסיזטירט ווייסט אסאך. און עס ווערט נאר ערגער ערגער.
ס'איז דא א גרויסע חילוק פון די צייטן ווען די ויואל משה איז געשריבן געווארן - ווען די אלטע לינקע זענען געווען אין מאכט אנגעהויבן פון דער עטיאיסט בן גריון וואס זיי האבן געהאט א אידילאגיע פון טוישן דער אפטייטש פון יודישקייט - אבער היינט זענען אפילו די לינקע נישט אזוי אידילאגיש. עס איז פשוט זיי פייטן פאר דעמעקראטיע וכ"ש אז זייט יאר 77 ווען די רעכטע האבן איבערגענומען די מאכט אין דאס גאנצע אנטי דת אידילאגיע עגסעסטירט נישט ביי זייי..
.זיך צו פארבינדן chusid03@Gmail. Com
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 954
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
- האט שוין געלייקט: 1457 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל
לויט וויפיל איך ווייס איז בן-גוריון נישט געווען קיין אטעאיסט, כאטש ער האט זייער פיינט געהאט די ״אדוקים״.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.

~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2595
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
- האט שוין געלייקט: 4455 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל
ימי קדם האט געשריבן:כוכב האט געשריבן:ווי קומט דאס אז א פרייע דעמאקראטישע מדינה זאל איינפירן אזא שאנדפולע געזעץ צו צוימען דאס פרייהייט פון ווארט?
ברוכים הבאים לישראל, המדינה היחידה שנקראת ''דמקרוטי'' וניהלת לחלוטין על ידי דת....
וויפיל סאטמאר אום אנדערע פראבירן צו שרייען אז די מדינה איז אין פאר ''עקירת הדת'', די אמת איז ממש להיפך. אנגעהויבן פון בן גוריון, וואס האט געגעבן פאר די חרדים (דאן א נישטיגיע פינף פארצענט פון די מדינה) די רעכטן פאר די ''רבנות'', ביזען הייניטיגען רעליגיעזן סטאטוס קווא, איז די מדינה אלץ געפירט געווארען מיט די תורה און בעקגראונד. חתונות און גירושין קענען נאר געמאכט ווערן דורכ'ן רבנות, ארבעטען שבת איז שווערער ווי ארבייטען זונטאג אין די בעסטע צייטן פון די ''בלויע געזעצן'' אין אמעריקא. א איד קען נאר פארקויפן כשר, קען נישט פארקויפן חמץ אום פסח, און מער. יא איך ווייס אז די אלע געזעצן האבען לעכער, אבער די עצם מציאות אז עס עקסיזטירט ווייסט אסאך. און עס ווערט נאר ערגער ערגער.
וואו קומט עס דא אריין.
איך רעד פון צוימען די פרעסע צוליב פאליטישע חשבונות דאס איז ריין דיקאטאטורשאפט און ווייט נישט קיין פארגלייך צו שריים פון עניני דת וואס האבן פארמירט געוויסע געזעצן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום כוכב, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 954
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
- האט שוין געלייקט: 1457 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל
אפציעל איז עס נישט קיין פגיעה אין חופש הביטוי, ווייל ער לאזט איהם ווייטער זאגן וואס ער וויל, ער זאל נאר נישט צושפרייטן אומזיסט, ווייל דעמאלס קלאפט ער אנדערע צייטונגען שלא כהוגן.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
- גיבור
- ידיד השטיבל
- הודעות: 298
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 14, 2013 4:07 pm
- האט שוין געלייקט: 206 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 231 מאל
לפי עניות דעתי מוז די חוק ישראל היום לאו דווקא זיין אנטי דעמאקראטיע,ווייל רוב מדינה האלט אז די כח פון די שופרות פון רעכט און לינק מוזען זיין אייניג, און נישט איינער וואס האט זיך עפעס א ביליאנער פון אמעריקע זאל קענען פארשפרייטן אויף אזא אופן אז די אנדערע זאל זיך בכלל נישט קענען מתחרה זיין, און דעמאקראטיע האט עס געברענגט צום דעמאקראטישן כנסת און עס איז אריבער מיט רוב, לייען: דעמאקראטיש.
בנוגע די חוק הלאום וואס ביבי האט געוואלט יעצט ברענגן צום כנסת איז אזוי : ער האט דאס בעצם צוגעזאגט ביים אויפשטעלן די קאאליציע פאר זאב אלקין יו"ר הליכוד וואס איז דעמאלטס געווען סגן שר החוץ און נאך אז ער גייט אריבערפירן אזא חוק, און סיי ציפי לבני און סיי יאיר לפיד האבן געוואוסט אז איין טאג גייט עס אנקומען, און עס איז נישט דא קיין שום סיבה נישט איינצוהאלטן זיין צוזאג אזוי ווי ער האט מקיים געווען פאר לפיד די חוק הגיוס אפילו ער פריוואט איז אבסאלוט קעגן קרימינאלע סאנקציעס - ווי ער האט היינט געזאגט קלאר צום ערשטן מאל - און אזוי ווי ער האט מקיים געווען פאר אלע אנדערע צו וואטן פאר זייערע חוקים, נאר זיי האבן געהאלטן אז נישט יעצט איז די ריכטיגע צייט- ווען עס איז אזוי אנגעצויגן מיט די אראבער און די וועלט- און נישט די ריכטיגע וועג,
ביבי מצידו האט דאס יעצט גענוצט פאר די לעצטע טריי, וועט לפיד און לבני זיך בייגן און עס דורכלאזן קען מען נאך אפשר ווייטער שטיפן די ממשלה, אבער אויב דא וועלן זיי אויך גיין ביזן סוף בין איך אויס ראש ממשלה.
און נאך וואס זיי האבן געזאגט קלאר אז זיי גייען וואטן קעגן איז דאס געווען די שטרוי וואס האט צובראכן די ריקען פונעם קעמל און ער האט מחליט געווען : לפיד ולבני החוצה!

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום גיבור, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
איזהו גיבור ?
- גיבור
- ידיד השטיבל
- הודעות: 298
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 14, 2013 4:07 pm
- האט שוין געלייקט: 206 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 231 מאל
זעהט אויס אז די ביסט ניי אין איזראעלי פאליטיק, אזא היפאקריט ווי לבני איז שווער צו טרעפן, ביי די פריעדיגע כנסת ווען זי האט געהאט רוב און זי האט געוואלט די חרדים אין קאאליציע איז זי געווען מוכן צו געבן פאר די חרדים וויפיל געלד זיי האבן געפאדערט, און עס איז באקאנט די צעטל וואס זי האט געשיקט פאר ליצמן, למעשה האט עס זיך נישט אויסגעארבעט וועגן חלוקת ירושלים און זי איז געבליבן אין די אופזיציה, א גאנצע צייט איז זי געווען ביזי צו האקן אז ביבי געבט געלד פאר די חרדים בשעת ווען זי האט געאפערט אסאך מער, אבער דאס איז א קליינע דוגמה קעגן יעדע זאך וואס זי האט געטוישט איר מיינד איינמאל זי איז געווען אין ממשלה, פארשטייט זיך ביז די מיאוסער ריס,
לעצטע שורה: זי איז די זעלבע ליגענער און פאליטיקאנט ווי יעדע אנדערע אויב נישט ערגער, מיט א באנוס פון מיאוסע נידריגע שנאה צו יעדע ערליכער יוד.

- לא להנאת גופי
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 136
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 6:10 pm
- געפינט זיך: ווענד זיך ווען
- האט שוין געלייקט: 46 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 80 מאל
ישראל איכלר שרייט אין כנסת אז די אמת'ע סיבה פארוואס די ממשלה גייט צאמפאלען איז נישט ביבי, נישט לבני, נישט לפיד, נאר פשוט ''יד ה'' , מ'האט זיך אנגעהויבען מוטן תורה, זאגט דער אייבעשטע סאיז גענוג.. [ער האט שוין פראבירט צומאכען אזא סארט באבע מעשה דעמאלס ווען זיי האבן ביישטעטיגט די חוק הגיוס, און סאיז פונקט געפאלען א באמבע יענע וואך פון אזא, וואס דעמאלס האבן אלע צייטונגען געהאט א בילד פון א באמבע אויף איין זייט, און די כנסת אויפן צווייטע זייט, מוטן קעפל 'אם בחוקותי תלכו.. ואם לא..']. רבי, וואס דרייטסטע ביצים, וואו די באשעפער געווען ביז יעצט [די באשעפער גייט דען אריין אין א בית מינים?!?..], קאמ-אן אזוי פירט מען פאליטיק? די מיינסט די באשעפער נו פארוואס גייסטו יעצט צירוק אריין אין כנסת??
הרינו עושה זאת לא להנאת גופי כלל וכלל!! אין לי שום שמץ של הנאת עצמי כלל!!
כ'ווינדער מיך אלעמאל פארוואס מענטשען גייען אזוי פאר גשמיות. נאכדערצו 'לייקס', כאפ איך בכלל נישט די הנאה דערפון.
די אלע זאכען רעדן עפעס נישט צו מיר.

- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1396
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
- האט שוין געלייקט: 3030 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
- קאנטאקט:
דו דארפסט רעספעקטן אז נישט אלע גדולי ישראל האבן אנגענומען די שיטה הקדושה פון ויואל משה. אנדערע גדולים האבן זאגאר געהאלטן קלאר אז דאס גיין אין כנסת איז א מצוה פון קיום התורה והמצוות צו ראטעווען פון דער נאנט וואס מ'קען. אן נעמען א שטעלונג, איז אבער קאמיש ווען איינער לעבט זיך אין זיין אייגענע באבעל, רעדט זיך איין אז דאס וואס מ'פיטערט כל ימי חייו אין די שלש-סעודה תורות, פראטעסט דרשות, איד עדיטאריעלס, גאס פלאקאטן, הויכהילכער געקלאגעכטס, איז תורת אמת ואי אתה רשאי להרהר אחריה, ווען מצד השני, צוויי פיס ארויפציער, לעבן זיך אנדערע אין "זייער" באבעל, און רעדט זיך איין אז דאס וואס מ'פיטערט ביי שטייענדיגע / זיצענדיגע / ליגענדיגע תורה, המודיע / מחנה חרדי / הפלס / יתד עדיטאריעלס, איז די ריכטיגע דעת תורה ואי אתה רשאי להרהר אחריה!
היוצא לנו מזה, ישראל אייכלער איז נישט פון אונזער חדר. ער הערט אנדערע י"ג אני מאמין'ס פון זיינע רבי'ס און גדולים, און ער, מיט די אנדערע פאליטישאנס, זענען מכוון מיט יעדע אריינטריט צום כנסת להגדיל תורה ולהאדירה ולחזק בדקי ישראל.

(- - -)
- לא להנאת גופי
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 136
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 6:10 pm
- געפינט זיך: ווענד זיך ווען
- האט שוין געלייקט: 46 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 80 מאל
כ'העדיר זאגען, כ'בין בכלל נישט קיין סאטמערע איך האלט אז אפ' די סאטמערע אליין גלייבן שוין נישט אין זייערע אייגענע שיטה, אלעס ווענדס זיך אין געלט [זיי מאכען געלט דורך די מדינה, און תולדות אהרון-סאטמער דורך האקן אויף די מדינה], און די זעלבע זאך מוט די חרדים, געלט געלט געלט. די ווייסט אז די ידיעות האט געשריבען אז 'יאיר לפיד' האט געוואלט מאכן א הסכם מוט די חרדים אז זיי זאלען דרייען די רעדל אויף נתניהו און מוטדעם אוועק נעמען דעם חרון אף פון עם, פארדעם האט ער געהעכערט דעם בודזשעט פון 2015 לטובת די חרדים! נתניהו האט אויסגעפונען איז ער שנעל געלויפען און מבטל געווען די רעגירונג כדי לפיד זאל נישט פארכאפן די מאכט, שומי שמים! אייכלער איז אליינס מודה ביי זיין וועכינטליכע שיעור אויף קול בעלז אז 'מיר האבן שוין אויפגעגעבן אויף גיוס' כלומר: די עיקר איז געלט..
פישעל, ס'האט נישט גארנישט מוט שיטות, ס'איז אלעס ב.ס. די גאנצע חוק ישראל היום איז אויך געלט, די לינקע באדערט נאר אז זיי האבן נישט א עדעלשטיין..
הער צו ישראל אייכלער אויף קול בעלז יעדער וואך, העסט באקומען אביסל א נייע בילד. כע'נאר ברענגען איין קוואוט [פון א שיעור ער האט געזאגט גלייך נאך די גזירת הגיוס]:
''א איד פון אמעריקע, א אלטע חבר מיינע, האט מיר געפרעגט ר' ישראל, נו די עולם קומט אויף אמעריקע? ווייסט וואס כ'האב עם גע'ענפערט, געדענק אז נישט קיין חוליק וואס, עשו איז דאך נישט יעקב, א אידישע מדינה וואס האלט אויס איד'ן זאלען זיצען און לערנען שוין 60 יאר, די ישיבה'ס גייען אן, לפיד וועט אריבערגיין, מ'העט זיך בארועג'ען, מעק נישט אויס 60 יאר מוט איין נארישע חוק, די גוי [אמעריקע-ענגלאנד] העט קיינמאל נישט זיין בעסער פונעם איד..'' [וואס, אגב, כ'דינג זיך שטארק מוט עם]. עכ''ד הקדושים, וראוים הם הדברים למי שאומרם.
די פוינט איז, מיר זענען ללעג ולכלס פאר די גאנצע פרייער וועלט, אלע וויסען אז אויסער געלט איז גארנישט נוגע
פישעל, ס'האט נישט גארנישט מוט שיטות, ס'איז אלעס ב.ס. די גאנצע חוק ישראל היום איז אויך געלט, די לינקע באדערט נאר אז זיי האבן נישט א עדעלשטיין..
הער צו ישראל אייכלער אויף קול בעלז יעדער וואך, העסט באקומען אביסל א נייע בילד. כע'נאר ברענגען איין קוואוט [פון א שיעור ער האט געזאגט גלייך נאך די גזירת הגיוס]:
''א איד פון אמעריקע, א אלטע חבר מיינע, האט מיר געפרעגט ר' ישראל, נו די עולם קומט אויף אמעריקע? ווייסט וואס כ'האב עם גע'ענפערט, געדענק אז נישט קיין חוליק וואס, עשו איז דאך נישט יעקב, א אידישע מדינה וואס האלט אויס איד'ן זאלען זיצען און לערנען שוין 60 יאר, די ישיבה'ס גייען אן, לפיד וועט אריבערגיין, מ'העט זיך בארועג'ען, מעק נישט אויס 60 יאר מוט איין נארישע חוק, די גוי [אמעריקע-ענגלאנד] העט קיינמאל נישט זיין בעסער פונעם איד..'' [וואס, אגב, כ'דינג זיך שטארק מוט עם]. עכ''ד הקדושים, וראוים הם הדברים למי שאומרם.
די פוינט איז, מיר זענען ללעג ולכלס פאר די גאנצע פרייער וועלט, אלע וויסען אז אויסער געלט איז גארנישט נוגע
הרינו עושה זאת לא להנאת גופי כלל וכלל!! אין לי שום שמץ של הנאת עצמי כלל!!
כ'ווינדער מיך אלעמאל פארוואס מענטשען גייען אזוי פאר גשמיות. נאכדערצו 'לייקס', כאפ איך בכלל נישט די הנאה דערפון.
די אלע זאכען רעדן עפעס נישט צו מיר.
כ'ווינדער מיך אלעמאל פארוואס מענטשען גייען אזוי פאר גשמיות. נאכדערצו 'לייקס', כאפ איך בכלל נישט די הנאה דערפון.
די אלע זאכען רעדן עפעס נישט צו מיר.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
לא להנאת גופי: איך האלט אויכעט אזוי ווי ישראל אייכלער. אז די אידן זענען אייביג בעסער ווי די גויים. טראץ די שיטה הקדושה. און ס'איז אייביג בעסער אז אידן זענען אין שלטון אין ארץ ישראל ווי סיי וועלכע אומה ולשון פון די גויים...און מ'זעהט עס בחוש. אז די אלע אידישע שונאים פון ערליכע אידן האבן נישט געהאט קיין אריכת ימים. טאקע יאיר לפיד'ס טאטע, וועלכער איז געווען אן עכטער שונא ישראל. וואס מ'קען נישט זאגן אויף איהם. און אנדערע ווי "רפול", דער געוועזענער רמטכ"ל, וועלכער האט אויכעט געמאכט א רעגירונג וואס איז געווען אקעיגן ערליכע אידן און תורה, האט געכאפט א שטארקע מפלה באלד בייים אנהויב.און זיי זענען פארשוואונדן נאך שנעלער ווי דער קיקיון דיונה. מיט'ן אייבערשטנס הילף וועלן די ערליכע אידן אויך איבערלעבן די גזירות און די אלע וועלכע האבן זיי געוואלט שטערן וועלן פארלירן די ממשלה...באו וראו את ישועת ה'. כי לא יטוש ה' את עמו ונחלתו לא יעזוב. נישט קיין חילוק וואס מ'זאגט אין סאטמאר...
- לא להנאת גופי
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 136
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 6:10 pm
- געפינט זיך: ווענד זיך ווען
- האט שוין געלייקט: 46 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 80 מאל
העי דאס איז נישט די פוינט, איך ברענג נאר זיינע ווערטער רייף נאכ'ן 'שוידערליכען גזירה הנוראה אשר לא היה מהיות היתה ישראל לגוי' [לפי דברי היתד נאמן, ולפי סאטמער איז עס מוט אסאך מער scary ווערטער..], וואס יעדער וואלט פארשטאנען אז ס'קומט אז די חרדים זאלן מודה זיין אז זיי האבן איבערגעצויגען די שטריק, אבער אנשטאטס דעם גייט ער אויסלויבען די מדינה ווייל זיי געבן מער געלט וואו אמעריקע [וואס כ'ווייס נישט פארוואס ער זאגט אזוי], דאס ווייזט דיך וואו money minded מיר זענען, און מעגסט מודה זיין בערל אז ס'איז א שאנדע און שעם פאר אינס אלע, סאטמער אינקלודעט.
אינס sucken אין פאלאטיקס, און שעם אויף אינס, מיר דרייען ביצים פון א מדינה שוין 60 יאר, און 2015 איז נישט קיין אויסנאם. דאס איז לפי אלע שיטות = סאטמער, בעלז, שטיימאן, און דרעי..
[אגב בערל, די האלסט טאקע די לעבן איז דארט בעסער, ערנסט גערעדט, איך בין בכלל נישט קיין סאטמערע, איך בין קוים א איד.. באט וואס פונקטליך איז דארט בעסער?]