דעבאטירן און קאמענטירן אויף אלטע אשכולות

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

אין לנו אלא דברי כוכב'ל עס איז פיור מעדנעסס ועם ידידי בעלגלינו הסליחה.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

איך האלט אז בערל איז פארפירעריש מיט זיין אשכול דא, די נושא איז נישט צי מ'זאל יא אדער נישט קאמענטירן אויף אלטע אשכולות, לעיקוואדס פסיכאלאגישע ביאורים זענען בכלל נישט אין פלאץ, די נושא דארף זיין אך ורק די מהלך וואס בערל האט גענומען, איז עס ריכטיג צי נישט.
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 954
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1457 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל

שליחה דורך פארוואס? »

יאיר האט געשריבן:און עס איז נישט מעלה ומוריד אויב פאר דעם דיסקרימינירנדן גייט עס אן אדער נישט. בערל האט נישט קיין רעכט זיך צו לאזן דיסקרימינירן, פונקט ווי ער האט נישט קיין רעכט צו דיסקרימינירן קעגן א צווייטן.


א נייעם איסור, פון וואו שטאמט די מקור?


וועגן דעם עצם ענין זאג איך נישט קיין מיינונג, איך וועל זיך באגענונגן מיט'ן זיך צוצוקוקן ווי מ'טענה'ט זיך :)
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 954
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1457 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל

שליחה דורך פארוואס? »

כוכב האט געשריבן::oops:

קען זיך איינער אפשר אננעמען פאר מיין כבוד? וואו זענען מיינע גוטע פריינט?

דער עולם האלט אז דו קענסט אליינס.
איך האף אז דו ביסט נישט קיין פאפירענער טייגער.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

שליחה דורך שמערל »

אין לנו אלא דברי יאיר, עס איז א געפערליכע עזות און אוממענטשליכקייט צו רעדן אזוי צו א ניק, אונטער דעם שטייט א עכטער מענטש וואס האט געפילן פונקט ווי דעם וואס די טרעפן רעדן אין בית מדרש און די האלטסט אז ער רעדט שטותים, וואלסטו א וודאי נישט אזוי באוואשען, און אויב יא, גלייב איך נישט אז קיינער דא וואלט געוואלט האבן שייכות מיט אזא סמארק.

נאכדערצו ווען הערשט נעכטן איז דער זעלבער כוכב געווען ביזי מיט אויסקלארן די לופט און מ'האט דא ארויסגעווארפן אן אומערפארענעם ערשטע זמן בחור, היינט טיילט ער פסקים ווי ביים טאטען אין וויינגארטען.
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

שליחה דורך שמערל »

לענינו האלט איך ווי פישעלעס עצה, אז מ'זאל נאר מגיה זיין אין א ספעציעלע אשכול, (ווען איך האב געזען די אשכול'ס קעפל הרב איך לכתחילה פארשטאנען אז עס איז פארדעם געעפנט געווארן). פארוואס נישט מאכן א אנקעטע?
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

יתרו האט געשריבן:כוכב, די ביסט טאקע זייער קיוט, ווי טיטאניק ז"ל האט שוין מעיד געווען אויף דיר, און די געסט א געוואלד צו צום שטיבל. אבער פון די אנדערע זייט פירסטו מלחמות דא מיט צופיל ניקים, צומאל מיט אפענע ראסיזים און אנטיסעמעטיזם. האלט דיינע הארסיס אביסל.

א ישר כוח פאר די קאמפלימענט.

ביטע צוצייכענען א לינק וואו איך האב איינעם זאגאר אפן פאראורטיילט צוליב זיין ראסע אדער צוליב זיין א איד.
אויב געפינט איר נישט ערווארט איך אן אנטשולדיגונג אין דער עפנטליכקייט.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

רבותי, מ'אטעמט אריין.. מ'האלט עס אריין און מ'ציילט ביז פינף.... אהה, מ'בלאזט ארויס שטייט. אזוי פינף מאל. א אנדערע עצה איז ציילן ביז 10 זייער שטאט און רואיג.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

כוכב איז א קאצקער חסיד. אין קאצק האט מען נישט געהאלטן פון דעם עבר. ווידעראום בערל איז א איד פון דור הקדום ווי נאסטאלגיע שפילט א גרויסע ראלע.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

שמערל האט געשריבן:אין לנו אלא דברי יאיר, עס איז א געפערליכע עזות און אוממענטשליכקייט צו רעדן אזוי צו א ניק, אונטער דעם שטייט א עכטער מענטש וואס האט געפילן פונקט ווי דעם וואס די טרעפן רעדן אין בית מדרש און די האלטסט אז ער רעדט שטותים, וואלסטו א וודאי נישט אזוי באוואשען, און אויב יא, גלייב איך נישט אז קיינער דא וואלט געוואלט האבן שייכות מיט אזא סמארק.

נאכדערצו ווען הערשט נעכטן איז דער זעלבער כוכב געווען ביזי מיט אויסקלארן די לופט און מ'האט דא ארויסגעווארפן אן אומערפארענעם ערשטע זמן בחור, היינט טיילט ער פסקים ווי ביים טאטען אין וויינגארטען.


צום צענטן מאל פאר די וואס ליידן פון אן ארעמע ריעדינג קאמפריהענטשן.
עס איז קיינמאל נישט געווען דא קיין אישו צי מגלייכט בערלס תגובות אדער נישט, בערל האט א שיינע פאלאואפ פון פענס דא אין שטיבל און אין פאקט זענען זיינע אנעקדאטן צוזאמענגענומען געווארן לפונדק אחד דורכאויס די אראומע קאמפיין מעשה ידיו להתפאר פון בשבילי, צוליב איר רייכן אינהאלט.
ווען עס איז געשריבן געווארן אז בערלס תגובות געבן נישט צו צום שטיבל, איז עס געווען א טייל פון א קאנטעקסט, אז ארויפשלעפן און קאמענטארן אויף אלטע אשכולות אין פאל ווען עס איז גארנישט נתחדש געווארן לאותו סוגיא, גיט גארנישט צו צום שטיבל.
און צו אלע צעלייגער, ביטע באנוצט זיך מיט גראדעמעכעלעס עצה און קוקט וויפיל לייקס אדער קאמענטס די סארט תגובות פון בערל האבן געקריגן.
אגב שמערל, אונטער דעם ניק כוכב שטייט אויך א מענטש מיט פילינגס ;)
אגב דאגב איך האב דעם אשכול נישט געעפענט נאר דער בעל דברים מדעתו ורצונו הטוב און ער האט פארלאנגט אן אויפריכטיגע דעבאטע, נו, האב איך געזאגט מיין מיינונג כרצונו. איך בין דאך נישט בעל בית אויף וואס מיין מיינונג זאל זיין, איך בין אנוס דערויף, און איך זע נישט פארוואס עס קומט מיר צו ווערן דערפאר אראפגעריסן.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמערל האט געשריבן:לענינו האלט איך ווי פישעלעס עצה, אז מ'זאל נאר מגיה זיין אין א ספעציעלע אשכול, (ווען איך האב געזען די אשכול'ס קעפל הרב איך לכתחילה פארשטאנען אז עס איז פארדעם געעפנט געווארן). פארוואס נישט מאכן א אנקעטע?

שמערל: דער אשכול איז אן אנקעטע. דער חילוק איז נאר, אז שטאטס צו האבן נאמבערס און קאלומס, דרוקט א יעדער איינער אויס זיינע בויך סברות. און דאס איז דאך דער תכלית...!
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

כוכב'ל גערעכט גערעכט ,די שמאלקעפיקייט פון די 'אפענע קעפ' איז צומאל שטוינענד.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

ישר כוח @ איך אויך פאר דיין חיזוק אבער דאס איז נישט א אפענע קאפ ווערסוס פארמאכטע קאפ אישו און פראפיילינג איז סתם אזוי נישט מיין זאך און איך טרעף עס נישט הילפבאר.
אגב, כאילו דאס איז מיין קאמף, כאילו איך שטיי דא אויס עפעס צו פארדינען, סך הכל זוך איך דעם טובה פון די שטיבל, זאכן זאלן פארן אין ארדענונג כבשנים קדמוניות, מצדי זאל יעדער וועקן אשכולות און טראלן פון צופרי ביז ביינאכט.
יאפ, שווער צו גלייבן, סאיז נאך דא איינער וואס גיט א פליעדיגע וויאזוי הייסט עס נאר לטובת השטיבל.
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

שליחה דורך שמערל »

זיך צו פארענטפערן אויף א ראונג סטעיטמענט אז עס איז נאר געווען אינעם קאנטעקסט, איז טאקע גאנץ א אנגענומענע פאליטיש קארעקטער אפאלעזשי, עס קען אבער נישט קלעקן אפצושלאגן די דברי מחאה פונעם אנדערען לאגער, אפגערעדט פון זיין א בארעכטיגונג יענעם צו דיאגנאזירן מיט שווער קלינגענדיגע נעמען.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

רויטע וואנצעס האט געשריבן:כוכב איז א קאצקער חסיד. אין קאצק האט מען נישט געהאלטן פון דעם עבר. ווידעראום בערל איז א איד פון דור הקדום ווי נאסטאלגיע שפילט א גרויסע ראלע.

רויטע וואנצעס: דו האסט זייער גוט געזאגט. נאר, דיין באמערקונג לייגט איהם (כוכב) אריין אין איין קאטעגאריע מיט להבדיל דעם וויסטן שונא ישראל און פאטאלאגישער אנטיסעמיט הענרי פארד, ימח שמו וזכרו. וואס ער האט געזאגט, אז היסטאריע איז נישט וויכטיג. וואס ס'איז וויכטיג איז דער הווה...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

כוכב האט געשריבן:ישר כוח @ איך אויך פאר דיין חיזוק אבער דאס איז נישט א אפענע קאפ ווערסוס פארמאכטע קאפ אישו און פראפיילינג איז סתם אזוי נישט מיין זאך און איך טרעף עס נישט הילפבאר.
אגב, כאילו דאס איז מיין קאמף, כאילו איך שטיי דא אויס עפעס צו פארדינען, סך הכל זוך איך דעם טובה פון די שטיבל, זאכן זאלן פארן אין ארדענונג כבשנים קדמוניות, מצדי זאל יעדער וועקן אשכולות און טראלן פון צופרי ביז ביינאכט.
יאפ, שווער צו גלייבן, סאיז נאך דא איינער וואס גיט א פליעדיגע וויאזוי הייסט עס נאר לטובת השטיבל.

כוכב: נאך א מזל דו זאגסט (האפנטליך) א יעדן אינדערפריה די ברכה "שלא עשני אשה". ווייל שלמה המלך ע"ה זאגט אין אין קוהלת "אדם אחד מאלף מצאתי, ואשה בכל אלה לא מצאתי"...אבי ס'איז נאך דא איינער וואס געט א ש-ט. און ער מיינט דעם טובת הכלל. ב"ה... :roll:
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

שמערל האט געשריבן:זיך צו פארענטפערן אויף א ראונג סטעיטמענט אז עס איז נאר געווען אינעם קאנטעקסט, איז טאקע גאנץ א אנגענומענע פאליטיש קארעקטער אפאלעזשי, עס קען אבער נישט קלעקן אפצושלאגן די דברי מחאה פונעם אנדערען לאגער, אפגערעדט פון זיין א בארעכטיגונג יענעם צו דיאגנאזירן מיט שווער קלינגענדיגע נעמען.


זייער פראפעשענעל געענטפערט, סזעט אבער נישט אויס ווי האסט פארשטאנען וואס כהאב געזאגט. איך האב ציטירט פון אן אויפריכטיגע שמועס וואס איך האב געהאט מיט בערל אי האב זייער שיין מסביר געווען מיין שטעלונג פון די ערשטע מינוט אן, ס'האט זיך מיט גארנישט געטוישט ואין כאן לא עפאלאזשי ולא צורך לעפאלאזשי.
איבער קלינגענדיגע נעמען דאכט מיר אז איך בין דער וואס איז פארצייכנט געווארן אלס געפערליכער עזות און אוממענטשליכקייט דורכ נישט קיין צווייטער ווי אייך אליין.
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

איך האלט אז פארן טובה פונעם שטיבל זאלן די צדדים אויסהאמערן א טאלק פריוואטערהייט. ס'ווערט דא צוויי מחנות כוכבויניס, מיט באלגויניס, ס'גייט ווערן אריינגעשלעפט אין נצחון, ביז א קורצע צייט וועט מען שוין אפילו נישט וויסן פארוואס מ'שלאגט זיך. ס'איז קיינמאל נישט קיין גוטע זאך ווען א פראפייל פון א ניק איז אפען פאר דעבאטע צום ציבור.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

איך וואלט ביידע גערעכט געגעבן (בשבילי, ביטע דערמאן מיר נאר דעם פראפעסיאנאלע ווארט פון אמת), רבי בערל מעג ארויפברענגען אשכולות געזונטערהייט, אבער מה אעשה אז ס'רוב מאל ברעך איך זיך קאפ צו פארשטיין ואיני יודע מה בא ללמדינו, אבער מעגליך אז אנדערע זענען נהנה דערפון, ממילא נעם איך נישט קיין שטעלונג,

און כוכב זיסער, מיר זענען דיר אלע שולדיג א דאנק פאר דיין אימערמידליכע ארבעט אין שטיבל, ביסט באמת א מעסטערפיעס, און יעדער לאזט דיר גערן זיך אויסדרוקן דיין בארעכטיגטע דעה, סך הכל פאדערט מען אביסל מער רעספעקט פאר א איד א זקן, קענסט זאגן די דעות אביסל רואיגער, דברי חכמים בנחת נשמעים, איך אין בערל'ס שיך וואלט מסתמא פארלאזט א טרער פון די שארפע ווערטער (גענוי ווי איך פארלאז ביים שניידן שארפע צוויבל..), והדרת פני זקן איז פארט א דאורייתא, און צו שמערל און אנדערע מוכיחים, ולא תשא עליו חטא בשעת הוכחה איז אויך א דאורייתא, אלזא ברודער לאמיר בלייבן ציוויליזירט, לאמיר פארבלייבן גוטע פריינט, א שאד אז א נישטיגע דעבאטע זאל אונז ארויסנעמען פון די דישעס, ויה"ר שנזכה לואת והב בסופה אמן.

---
דער מנהל האקט
וירח ה' את ריח הניחוח
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

זייער שיין שמעקעדיג פאר'ן פארדאמען מיין אום-דרך ארץ צו רבי בערל'ן, הגם איך זע נישט מיט וואס. און יעצט פארדאם ביטע די קיתון של שופכין וואס איך האב דא אריינגעהויבן אן די מינדעסטע רעספעקט און אן די מינדעסטע הכרת הטוב פאר מיין קאנטריביושן צום שטיבל.
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך פישלע העררינג »

#למעשה
(- - -)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמעקעדיג: דו ביסט, ווי אייביג, דער ענן הכבוד. וועלכער זוכט אויסצוגלעטן די עקמומיות שבלב. נאר אין אמת'ן איז נישט דא קיין חילוקי דיעות. כוכב איז גערעכט מיט זיין דעה אז שלאפעדיגע אשכולות זאלן בלייבן שלאפן. און די אנדערע ניקס וועלכע האבן זיך אנגענומען פאר מיין כבוד הרמוסה זענען אויכעט גערעכט. דער אמת איז ערגעץ אינמיטן. די אונטערשטע שורה איז אז א יעדער קען אויסדרוקן זיין (אדער איר) מיינונג, לפי ראות עיניו. און א יעדער דארף מקבל זיין דברי חביריו כמו שנאמרו. און נישט מאכן א פערסאנאל אישו פון דעים...!
פארשפארט