H.D.
פון Trilogy
פארטייטשט פון ענגליש פון שלום בערגער
מיר אָבער, די הײנטצײטיקע גילגולים,
לעבן איבער די שלעכטע רגעס װען
מיר שלעפן־נאָך נאָך זיך די בידנע
זעלבסט־שויט
און מוזן מודה זײן אױף
פארלעגנהײט און אומעט;
מיר גיבן א צי דעם טױטן שאָלעכץ
ראנגלען זיך נאָר מוזן װארטן
ביז די נײע זון טריקנט אָפ
די אלט־קערפערלעכע הומאָרן;
אומגעלומפערט שלעפן מיר דעם איבערגעלײגטן
װילן, װעלן, געװױנהײט
מיט אונדז אין אײנעם;
מיר זײנען עס די מענטשן,
פארבענקטע, איראָנישע, װעלערישע,
װאָס באטײליקן זיך גאָר נישט אין
אױפבױען פון ס׳נײ א פרישע װעלט,
אין דער בשותפותדיקער ארבעט,
די פראקטישע נושאים פון קונסט
און קאטאלאָגירן באקװעמלעכקײטן;
אָ, קוק נישט ארױף
אין דער לופט,
איר די פארנומענע
אין די צעחושנדיקע
זאמד־דיונעס־לאבירינטן
פון הײנטיקער באשעפטיקונג;
איר װעט זײן נישט אזױ דערשאָרקן
װי אָפגעלײמט פון אינאקציע,
און סײ װי
זײנען מיר דערקראָכן גאָר נישט אזױ װײט
אױף אונדזער באזונדערן גרעזעלע
צו אונדזערע באזונדערן שטערן.
מיר אָבער, די הײנטצײטיקע גילגולים
- שלום בערגער
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 114
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 12, 2013 1:50 pm
- געפינט זיך: באַלטימאָר
- האט שוין געלייקט: 132 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 289 מאל
- קאנטאקט:
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
העי חביבי ,איך האלט אז מיין פאזיע-שמאזיע איז פונקט אזוי גוט ווי זיינס כאטשיק איך האלט מיך פאר א שותו''מ. דו האסט פולע רעכטן צו האלטן אנדערש ,מיר לעבן ב''ה אין א דעמאקראטישע מדינה.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)