בשבילי! האט געשריבן:פארסאםריזען איבעלט מיר יעדעס מאל איך ליין דעם ווארט 'גאט', ווען ס'נאר אמאל דא און אמאל דארט אקעי, אבער עמטליך שרייבן גאט אנשטאט באשעפער אדער אייבישטער, שמעקט נישט גוט. כ'וועל ענק קיין איין טראפ ווייניגער ארויפקוקן אז איר שרייבט מער נאטירליך היימיש
בפשטות איז דאס סתם א זינלאזע געפיל וואס א פסיכאלאג וואלט העכסט-ווארשיינליך רעקאמאנדירט עס צו איגנארירן ווי איידער דאס צו קארמען. אינעם אקטועלן קאווע שטיבל האבן מיר שוין מענטשן מערערע מאל מעורר געווען אז דאס זיך באנוצן "גאט" במקום די ערוועלטע טראדיצינאלע שמות נרדפים טוט זיי שאפן איבל. גיי ווייס. אז ס'שטערט דיך דווקא קען איך גערן ארויסגיין פון מיין וועג צופרידנשטעלן דיינע סענטימענטאלן. געזונטערהייט. אבער וואססא חילוק? גאט איז גענוג גרויס אז יעדער זאל אים קענען רופן אנדערש. מ'ברויך זיך נישט אראפבינדן צו א האנדפול טערמינען וואס מלמדים מיט באבעס האבן צוזאמען באשטימט גענוי וואספארא אויסדרוק זאל גיין צו וועלכער צייט אדער געשעעניש.
און אז מ'רעדט שוין יא: גאט איז א שם הכולל.
דער פון אויבן לכאורה איז ריין אפיקורסות ווארום גאט געפינט זיך דאך איבעראל, מלא כל הארץ כבודו. וה"ה לגבי "אייבערשטער".
רבונו של עולם וואלט אויך נישט געווען מיין ערשטע אפציע. כאילו נאר פון דער דאזיגער וועלט, און איבער די אנדערע וועלטן פארמאגט ער נישט דאס פולקאמע בעלות.