די פאראייניגטע שטאטן קאכן איבער די לעצטערע ריין-געוואשענע פאליציי אפעצירן אין פערגוסאן מיזורי און אין סטעטן איילענד ניו יארק, ווי די פאליסמענער זענען פרייגעשפראכן געווארן פון בכלל צו ווערן אנגעקלאגט איבער זייערע באשולדיגטע מערדערייען, ביידע פעלער ווי ווייסע פאליציי האבן געשאסן/דערשטיקט א טינקעלער.
למעשה קוקט אויס איז די געזעץ און יושר נאכנישט אזוי מפיל געווען... (ווי קאגרעסמאן האקים דזשעפרי האט עס אנגערופן...)
אין ארענדזשבורג, א קליינער דרום (סאוט) קארליינע, איז דער פאליציימאן ריטשארד קאָומז יא געווארן אנגעקלאגט מיטן הרג'ענען אן קיין שום רעכט אן אומאנגעוואפענטע טינקעלער, בערנארג ביילי, ווען בערנארד איז געקומען צו א טאון האל הירינג צו פייטן א צובראכענע טעילייט טיקעט פון זיין טאכטער, אום מאי 2, 2011
קאומז, וואס איז דער פאליציי הויפט אין עטאווילע געגענט, וואוינען דארט בערך 315 מענטשן.... 189 ווייסע (60%), 113 שווארצע (35%) און 11 ספאנישע (4%) האט געוואלט ארעסטירן ביילי אויף א קלאגע פון שטערן יוסטיץ, ביילי איז ארויסגעגאנגן צו זיין פיק-אופ טראק, קאומז האט פרובירט אריינצוגיין אינעם טרעקל, נאכן זיך אמפערן פאר אפאר מינוט האט דער פאליסמאן אים געשאסן צוויי מאל אינעם טשעסט
פארשטייט זיך קאומז האט געטענה'ט אז ער האט געשאסן אלס זעלבסשוץ.... אבער די פראקורער האבן עס נישט אנגענומען.
קאומז איז אפגעזאגט געווארן נאכן אינצידענט, און יעצט געדארפט אריינלייגן 150 טויזענט באונד
אינוועסטיגעיטארס האבן אנגעהויבן אריינקוקן אינעם שיסעריי און מערץ 2013 אפילו די יוסטיץ דיפארטמענט האט באשלאסן אז קאומז האט גארנישט געטוהן אומריכטיג. אין אוגוסט 2013 האט דער פראקורער אים באשילדיגט מיט א מיסקאנדאקט אין אפיס, וואס דרויערט א מאקסימום פון 10 יאר טורמע. למעשה יעצט קלאגט מען אים אויף געהעריגע מארג קלאגעס וואס דרויערט אים פון דרייסיג ביז לעבנסלענגליך טורמע.
פארגאנגענעם אוגוסט האט די ביילי פאמיליע זיך אדורכגעקומען מיטן דערפל עטאווילע איבערן (נישטיגן!!!) סכום פון פיר הונדערט טויזענט דאלער!
גראדע איז קאומז דער דריטער צו ווערן אנגעקלאגט דאס יאר אין דרום קאראליינע.
פערגוסאן און סטעטן איילענד נישט, ארענדזשבורג סט. קארליינע יא
- שעפטל
- חבר ותיק
- הודעות: 3447
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
- געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
- האט שוין געלייקט: 2518 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל
פערגוסאן און סטעטן איילענד נישט, ארענדזשבורג סט. קארליינע יא
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...