וואס וואלסט דו געטוהן ווען.... ?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

וואס וואלסט דו געטוהן ווען.... ?

שליחה דורך ידען »

שוין ווייטער קענעך נישט צוריק איינשלאפען. איך דריי מיך פון איין זייט צו די אנדערע זייט בעט און איך טריי נישט אויפוועקען מיין פארטנער אבער איך קען נישט פארמאכען מיינע אויגען.

איך טראכט פון זייער א סאך זאכן. איך עפען קאווע שטיבל און איך לייען איין אשכול און נאך איין. איך לייק ווען סיז מיך אינטערעסאנט און איך לייג אריין א תגובה אויב כאב עפעס צו זאגען. איך מאך צו מיין סעל און איך טריי נאך אמאל צו שלאפען, איך טראכט ווייטער און סע גייט נישט. איך עפען צוריק מיין סעל און איך גיי צו די whatsapp groups און איך לייען דארט. איך forward אינטערעסאנטע זאכן פון איין גרופ צו די אנדערע. איך מאך צוריק צו מיין סעל און איך טריי נאך אמאל. סע גייט נישט.

אלעס וואס כאב נאר געקענט טראכטען האב איך שוין גענעמען א מיינונג. יעצט איז מיך אריין א שרעקעדיגע זאך אין קאפ און איך טראכט אז סיז גוט פאר א אשכול דא אין קאווע שטיבל.

סיז אפשר שוין דא אזא אשכול און אויב סיז דא זאל מען מיך עס לייגען דא און מע וועט צאמשטעלען.

איך טרעף מיך אין א צימער מיט מענטשען און מע גייט אויס פירען א טויט אירטייל אויף א מענטש. איך ווארף מיך פאר פחד אז איך בין אנגעקומען צו אזא פלאץ אבער כאב נישט קיין ברירה. איך בין דא. איך ווייס נישט וויזוי איך בין דארט מיך געטראפען אבער איך בין מיט אזעלעכע בארבארישע מענטשען אנגעקומען און איך זעה א מענטש וואס מע וויל אוועק נעמען זיין לעבן. יעצט איז ער געהעריג א מענטש וואס לעבט און אטעמט און נאך אביסעל קען זיין אז ער וועט שוין נישט פילען קיין צער פון מורא האבען אז ״מע גייט איהם הרגענען״ ווייל ער וועט שוין נישט לעבען אויף די וועלט.

אלע שרעקעדיגע בילדער וואס כאב געזעהן וויזוי מע שיסט א מענטש קומט יעצט ארויף אויף מיין פענטעסי. מיין קאפ איז יעצט פיל מיט אייסיס ווידיאויס. איך זעה יעצט לייוו ווי מע שנייד אפ קעפ פון מענטשען און זייערע שטארקע יסורים מאכט מיך זיך ווארפען פון שרעק פאר זייערע ביטערע טויט.

איך גיי אויס פאר רחמנות און אפי׳ מיין קאפ איז אזוי דערשראקען פאר די מענטש וויל מארדען, קומט פליצלינג אריין אזא מחשבה אז אפשר קען איך נאך עפעס טוהן צו ראטעווען יענעם. איך זעה טאקע חיות מיט גרויסע מעסערס און גאנס אבער איך קען נישט שטיין און זעהן אז מע גייט אוועק נעמען א לעבן פון איינעם און איך זאל גארנישט טרייען צו העלפען.

איך ווייס נאך נישט וואס איך גיי טוהן און איך שטעל מיך אפ דא ווייל מיינע פינגערס טוען וויי און איך האב נישט קיין מושג וואס איך קען טוהן.

יעצט פרעג איך ענק. וואס וואלט עץ געטוהן?

ווענצעך וואס סיז די מעשה אדער ווענצעך אויב די טשענס איז דא צו ראטעווען יענע מענטש?

ענק וואלט געריסקט צו ראטעווען יענעם אדער אויב סיז דא גאנס געט מען אויף?


(כאב געברענגט א עקסטרים סינעריא ווייל פון דעם טראכט איך יעצט אבער סע קען זיין א סאך מיני מעשיות אזוי ווי די טי ווי show:
what would you do?)
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

שליחה דורך ידען »

נאר יין שרף האט ליעב געהאט מיין אשכול?


:roll:

:cry: :cry:
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך האב נישט געזעהן די אשכול ביז יעצט.

וואס איך וואלט געטוהן?? הממ א גוטע שאלה. כ'מיין אז כ'וולאט געטרייט צו ראטעווען
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

איך וואלט מיר איבערגעדרייט צום צווייטן זייט...
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

שליחה דורך ידען »

יין שרף האט געשריבן:איך וואלט מיר איבערגעדרייט צום צווייטן זייט...



:like


:lol:
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ראשעקאל האט געשריבן:איך האב נישט געזעהן די אשכול ביז יעצט.

וואס איך וואלט געטוהן?? הממ א גוטע שאלה. כ'מיין אז כ'וולאט געטרייט צו ראטעווען

איך מיין אז איך וואלט מיך אויסגעדרייט אויף די צווייטע זייט און געטרייט צו שלאפן...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

berlbalaguleh האט געשריבן:
ראשעקאל האט געשריבן:איך האב נישט געזעהן די אשכול ביז יעצט.

וואס איך וואלט געטוהן?? הממ א גוטע שאלה. כ'מיין אז כ'וולאט געטרייט צו ראטעווען

איך מיין אז איך וואלט מיך אויסגעדרייט אויף די צווייטע זייט און געטרייט צו שלאפן...!

ברוך שכוונתי: איך האב נישט געזען יין שרפ'ס תגובה בשעת איך האב געשריבן מיינע חכמות... :roll:
פארשפארט