אייוועלטישע רעאקציע תגובות צו א.ג. גוט זאגערישע אשכולים

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
בשבילי!
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 5:57 pm
האט שוין געלייקט: 481 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 543 מאל

אייוועלטישע רעאקציע תגובות צו א.ג. גוט זאגערישע אשכולים

שליחה דורך בשבילי! »

איך גיי דא קוואטירן אזעלכע פעסטע ישר כח תגובות וואס אייוועלט שרייבער שרייבן, וואס ברענגט מיר גאר פיל מאל צו אויספלאצן אין א געלעכטער. פארוואס ס'ברענגט מיר צו א ספאנטאנעם הוללות שמייכל ווייס איך נישט פונקט.

צו איז עס די איבערגעקייעכטס יעדעס מאל דעם זעלבן פזמון פון געוויסע.

אדער גאר ווען איך ליין יא א חידוש פון א רעאקציע נאך וואס איך האב שוין זיך איינגערעדט אז כאב שוין אלעס געזען

צו איז עס אין מיין דמיון וואס שטעלט מיר פאר א בילד ווי יענער כאכאכאכא מגיב זיצט מיטן גארטעל אין בית הכבוד און ער האט דעם געפיל ווי דער כתה ה' אינגל ווען דער מלמד אום חנוכה אדער ערב פורים וכדומה לאזט אביסל נאך אין חדר פון די גאנץ יעריגע רולס און דער אטמאספערע שפירט זיך אביסל לויז, די קינדער ווייזן פארן רבי'ן זייער שטיק צום שמייכל פון מלמד וואס געט זיי א ברעיק מיט א טוץ אטענשאן צום פרייד פון די קינדער וואס זענען איבער זיך אז דער רבי איז גאר משלנו.. און אט אזוי שיקט אונזער געווענליכער-ערנסט-נישט צייט פאר קיין שטותים- הייליגער-כשר פאון אייגנטומער- אייוועלט שרייבער אפ א ''העי הא הא הא דו ביזט גוט, אהה אזעלכע לצים!!!!''

איך ווייס נישט וואס די סיבה פונקטליך, אבער אז ס'מאכט מיר פרייליך, קען אנדערע אויך אנדזשוין.
געגאנגען
^*^*^*^
איך האס לייק'ס. אויב ווילסטו מיר אפטוהן. אויב ווילסטו מיר וויי טאן. געמיר א לייק.

דער אשכול פארמאגט 24 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר