איז צום ערשט וויל איך גראטולירן ר' חיים דעם רב'ס פארן ארויפברענגען דעם נושא און אפילו אהערברענגען אסאך שיינע שטיקלעך, און איך וואלט טאקע געוואלט ארויפברענגען די בקשה וואס אנדערע האבן שוין דא געברענגט, צו ברענגען אין קורצן די היסטאריע פון יעדן פון די מעלער וואס מען האט דא גערעדט.
עלענע איז געבוירן אין רוסלאנד, און האט געלערנט ארט אין די ארטיגע רעגירונגס שולע פאר ארט אין מאסקווע (אזוי ליגט מיר אין זכרון). און טאקע ווייל עס האט געהערשט דארט קאמוניזם, און מען האט נישט געדארפט באצאלן זיך צו לערנען, נאר אז די לערער האבן געזעהן אז זי האט טאלנט האט מען איר געלערנט, און זי האט געקענט אריינלייגן שעות אין איר ארבעט, איז זי טאקע אנגעקומען צו וואס זי איז אנגעקומען.
פלעראווע איז, לדעתי, "די" בעסטע אידישע ארטיסט. אירע רייכע סעלעקציע פון קאלירן, די וועג וויאזוי זי מישט דאס, די וועג וויאזוי זי נוצט ליכטיגקייט און איר אייגנארטיגע סטיל פון ארויסברענגען א מצב מיט אירע פולע געפיהלן, מיט אזא אויסערגעווענליכע איידלקייט, אבער אין די זעלבע צייט אויך מיט א מורא'דיגע פונקטליכ'קייט, מאכט איר נישט נאר א חד בדרא, נאר אין פילע דורות. זי איז א אויסטערלישע זעלטענהייט מיט אירע ארטיסטישע טאלאנטן. (דאס איז אויסער וואס זי איז סתם אזוי א געוואלדיגע בעלת כשרון מיט א מורא'דיגע מח און זכרון).
ווען דאס קאמוניזם איז צופאלן (בערך) האט זי זיך געטראפן אן קיין פרנסה. זי איז עווענטועל אנגעקומען קיין אמעריקא ווי זי האט געארבעט זייער שווער און געמאלן בילדער פאר גאר ביליג, פשוט כדי צו קענען לעבן. ביז א בארא פארק'ער איד, א מבין אויף ארט האט איר געפונען. ער האט איר גענומען אויף זיין קאסט און האט איר געהייסן מאלן אזוי ווי זי קען. דעמאלס האט זי אנגעהויבן ארויסגעבן הערליכע שטיקלעך, איינס שענער פונעם צווייטן (למשל איין בילד וואס זי האט געמאלן פון שמחת תורה אין שוהל, איז פארקויפט געווארן פאר קרוב צו א פערטל מיליאן, פאר איד אין ק"י וועלכער האט געמוזט איבערמאכן דעם צימער ביי זיך אינדערהיים ווי ער האט עס אריינגעשטעלט, ווייל די דאך איז געווען צו נידריק פאר דעם מאלעריי).
דאס איז אזוי אנגעגאנגען פאר א שיינע פאר יאר, ביז אנדערע סוחרים האבן איר מסביר געווען (כהלכות גוברין יהודאין) אז זי באקומט נישט א גוטן דיל ביי יענעם, און יענער געט איר נישט וואס עס קומט איר באמת. דאן איז זי אריבער צו אן אנדערן און נאכדעם צו נאך אן אנדערן, ערגעץ אינדערמיט איז זי געפארן קיין א"י און געטרייט אליינס צו מארקעטן אירע זאכן אבער עס איז נישט געגאנגען. איז זי צוריק געקומען צו איינעם פון די היימשע סוחרים וועלכע מארקעטן היינט איר ארטווערק.
איך ווייס נישט וויאזוי מען פאוסט דא בילדער, אבער איך וועל בעטן די וואס ווייסן אז מען זאל דא ארויפשטעלן סחורה פון איר ארטווערק וועט איר זיך אליינס איבערצייגן וואס איך מיין. איר ארבעט איז נישט עפעס וואס מען מוז זיין א מבין צו פארשטיין דאס אויסערגעווענליכע הערליכקייט דערפון, אבער אין די זעלבע צייט וועט א מבין ארויסגיין פון די כלים פון איר ארט.
חייםדירבס האט געשריבן:די ערשטע צוויי איז אלכסנדר הארט. די דריטע ווייס איך נישט...
די דריטע, ווי מען האט שוין געשריבן דא שפעטער אין דעם עמוד, זעהט מען דאך קלאר אז דאס איז א היינטיגע ארבעט. איינער האט גענומען דעם ערשטן בילד פון הארט, וועלכע איז דוקא זייער א שיינער בילד, און האט געמאכט א מישמאש פון פארשידענע גדולים, אזוי ווי עס איז היינט די סטייל, עס איז טשיעפ און גרינג צו מאכן אינעם היינטיגן קאמפיוטער עפאכע. אבער אפילו אויב עס איז יא געמאלן מיט די האנט, האט ער פשוט געהאט אין מיינד צאמצוברענגען אין איין פעינטינג, דעם בן איש חי, דעם בבא סאלי, דעם סטייפלער, הרב כדורי, און נאך צוויי וועלכע איך כאפ נישט פונקט, דער פון אונטער דעם בבא סאלי און דער אויפן באלעמער.
אויפן באלעמער שטייט ר' שמשון רפאל הירש ז"ל, דער אונטערן באבא סאלי דערקען איך נישט. איך בין נישט זיכער אז דער מיטן היטל איז הרב כדורי, אגב די מישמאש נעמט נישט אוועק פונעם שיינקייט.
כאטש איך דערקען נישט קיין שום פנים, דאכט זיך אז אויך הארט'ס שמחת תורה אין ליווארנא'ער שול איז אויך א מישמאש פון גדולים, כאטש אלע פון זיי האבן געוואוינט כאטש א צייט אין ליווארנא, האבן זיי געלעבט אנדערע צייטן, אזוי געדענקט זיך מיר, איך זאג נישט אויף זיכער.
ישראל קאפקע האט געשריבן:קויפמאן'ס איז ווייט די שענסטע, די אנדערע נוצן מער פון די ארום צו שטעלן די אטמאספער, קויפמאן'ס זענען קלאוז אפ'ס (נישט אלע, אבער אפי' די וואס זענען) און די פנימ'ל אליין זאגט אזוי פיל, אז עס איז צום שטוינען.
קויפמאנ'ס בילדער זענען לדעתי צו קרוב אל האמת און עס האט עפעס נישט דער ארטיסטישער געפיל וואס באגלייט געווענדליך א גוט שטיקל ארט, עס קוקט אויס ווי זיין קונסט שטעקט אין נאכמאלען געזיכטער מיט א רעאליסטשן אויסקוק.
קויפמאן האט נישט נאר געמאלן פענימער, נאר איך האב ארויפגעשטעלט פענימער ווייל איך האלט אז די ס'איז אן עקסטערן קונץ, אין דער צייט וואס אנדערע (און קויפמאן אין גרעסערע בילדער) באנוצן זיך מיט די גאנצע ארום צו שטעלן די טאן און און געפיל וואס זיי ווילן ארויסברענגען, זענען זיינע פענימער, חוץ זייער מוראדיגע שיינקייט און פונקטליכקייט, זאגן זיי ארויס די פארשדינסטע געפילן, באטראכסט זיך אויף א פנים, און עס זאגט וועלטן, און דאס איז אן אויסערגעווענליכן קונץ.
(איך בין אין די מיינונג אז ארט איז זייער א וויכטיגע אין גוטע זאך. אין א שאד אז אונזערע יונגט נוצען דאס אויס נאר אויף נוי סוכה און ווען די רבי מאכט חתונה)
איין גרויסע שאלה וואס איך האב.
די מעלעריי פון האלץ אין א ירושלים'דיגע שול האט ער געמאכט לייו בשעת מעשה? פון זיין זכרון? פון א בילד?
You must be the change you want to see in the world
חייםדירבס האט געשריבן:אזויווי ב"ה סאיז דא אנעולם וואס פארשטייט וועל איך פרובירן צו זאגן מיין מבינות... איך מיין אז היינט צוטאגס איז יצחק הולץ די גרעסטע אידישע ארטיסט, סיי בכמות און סיי באיכות. האלץ מאלט פענימער ווי רעמבראנט, גאסן ווי מאנע און פיסארא, ער איז א ריאלעסט און אויך א געלונגענער אימפרעשאניסט. איך מיין אז ער איז פילפאכיג בעסער פון איזידור קאופמן אפילו, קאופמאן איז געווען א ריינע ריאליסט, א גוטע פארטרעיט פעינטער, אבער האלץ קען מאכן א בילד, זאלסט זען די מצב, זאלסט פילן אז יעצט האלט מען נאך שחרית אין שול, זאלסט פילן רעגן, שניי, שמחה, דאגה וכו'. האלץ איז א פראפעשינעל ארטיסט גוט טרעינירט. איין זאך וואס איך וואלט ווען געוואלט זעהן אנדערש איז די סייז, איך האב ליב גרויסע מער. איך בין זיכער אז האלץ'ס סחורה וועט נאך זיין אין מוזיאמס איבעראל.
חיים דירבס: איז די פעינטינג/סצענע פון יצחק הולץ? איך בין נייגעריג אויב ער נוצט נישט עפעס א פרינטינג פראצעסס. ווייל ס'איז מיר שווער צו גלייבן אז דער "מדרש רבה" (וועלכער ליגט פארנט, לינקס) איז האנט-געצייכנט...!
איך בין גאר א קנאפער ידען אין קונסטליכע מאלערייען, ממילא קען איך נישט צופיל צוגעבן. איך וויל נאר אויסדרוקן א גרויסן דאנק פאר חיים און ישראל פאר'ן ארויפשטעלן די הערליכע בילדער און צוגעבן זייערע אינהאלטספולע קאמענטארן.
יעצט צי די נקודה אויב האלץ מאכט אלעס מיט זיין האנט, די תשובה איז, זיכער יא. דאס איז א חלק פון זיין טאלאנט אז די וועסט קוקן פון גאר נאנט וועסטו זעהן אז די מדרש רבה איז נישט אזוי קלאר ארויסגעשריבן ווי עס זעהט אויס פון דער וייטנס, דאס זעלבע קענסטו אויך זעהן מיט די "סידור תפילת כל פה" וואס מען זעט נישט קיין ווארט און מען דערקענט די סידור, דאס איז א טאלאנט וואס מען האט אנגעהויבן ניצן אין די תקופה פון אימפרעשאניזם. ביי די פעינימער פון די חופה אנהויב פון די אשכול קען מען דאס אויך זעהן.