א מחנך אדער א מערדער???

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
האט שוין געלייקט: 628 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1872 מאל

א מחנך אדער א מערדער???

שליחה דורך בעל מדות »

איך שרייב דא א געשיכטע וואס איך האב געהערט ערשטהאנטיג
עס איז געווען א בחורל פון 16 יאר, און צוליב געוויסע שוועריגקייטן וואס ער איז דורכגעגאנגען האט ער ליידער גענימען א טויש אין לעבן און אנגעהויבן צו גליטשן אין אידישקייט ר"ל,
זיין טאטע נישט וויסענדיג וואס צי טוהן איז געווארן גאר צעמישט, זיך אויסוויינענדיג צו א מחנך פאר הילף,
דער מחנך האט ליידער נאר ערגער געמאכט די מצב, עד כדי כך אז עס איז אנגעקומען צי אזא מצב אז דער טאטע (מיט די עצה פון דער מחנך) האט אים גענימען זיין זוהן צום טיר פון זיין דירה, און און משלח געווען פון שטוב! פארנט פון אלע איבריגע קינדער!...,

איך, (דער עסקן שילדערט מיר) זייענדיג בקשר מיטן בחור, און קענענדיג די מצב פון דער נאענט האב אויף אים באקימען רחמנות, און אים אריינגענומען צו מיר אין שטוב,
לכתחילה האט עס געהייסן נאר פאר עטליכע טעג, ביז ער אקאמאדירט זיך ערגעץ אנדערש, אבער ער שטייענדיג און א ביטערע מצב האט געוויינט צו מיר אז איך זאל אים האלטן ווייל זיין צווייטע אדרעס גייט זיין אין פארק!... אדער אין בית החיים...!!!, אלזא איז ער פארבליבן ביי מיר און פאר די קימענדיגע ז-ע-ק-ס יאר איז ער געווען א באליבטע מיטגליד ביי מיר אין שטוב, ווען מיט א אידישע געפיהל באגיסן מיר אים מיט ליבשאפט און ווארעמקייט, זיך אפגעבנדיג מיט אים ווי אן אייגן קינד, מיר האבן אים אוועקגעשטעלט א סדר היום געפונען פאר אים א פאסיגע ארבעט און פרובירט אים געבן חיזוק מזמן לזמן, מיר האבן פאר אים ציגעבויעט א באזינדער שטוב מיט אן עקסטערע אריינגאנג ווי ער האט געלעבט זיין ביטערע לעבן פאר זיך ליידער אהן דאס מינדענסטע טראפ אידישקייט, מיט די צייט האט ער אינגאנצען אפגעהאקט פון זיין משפחה.

גאר אומבאשרייבליך איז געווען די סצענע ווען מיר זענען געגאנגען ווי דער רוטין צו זיין לאקאלע דאקטער און צו אינזער שטוינונג האט אים דער דאקטער געשיקט אין שפיטאל מיט אן אמבולאנס, ער איז אנטפאנגען געווארן דורך א שטאב פון נוירסעס און נאך עטליכע עקזאמען אויף זיין גאנצן קערפער האט א גרויסן דאקטער אים דיאגנאזירט מיט קענסער רח"ל!!!
שטערנס האבן מיר געפינקלט, און א פלייץ פון יאמערליכע טרערן האבן פארפולט מיינע אויגן איך האב מיט בלוט וואס טריפט מיר אין הארץ נישט געקענט פארנעמען דעם ביטערע סצענע ממש עס איז נישט געווען צום אויסהאלטן,

עס וועט נישט זיין מעגליך צו פארשטיין די סקרוך ערדציטערניש וואס האט מיר אויפגעשאקלט ביז די טיפענישן פון הארץ, ווען אויפן וועג צוריק פון שפיטאל האט ער זיך אנגעריפן האלב צו זיך און האלב צו מיר מיט אהן א מאס אומגליקליכקייט... נישט גענוג דעם שווערן לעבן וואס איך האב געהאט ביז אהער?

איך האב זיך אפגעגעבן מיט אים יומם ולילה זייענדיג גרייט פאר אים 24/7 שנארנדיג ביי נגידים פאר די פאנטאסטישע הוצאת וואס דאס האט אריינגעצויגן

די מצב איז געווען ביטער און אומדערטרעגליך אזש די דאקטוירים האבן פולקאם אויפגעגעבן אויף אים, און די מצב איז געווען ביטער און גרויליג

איך האב גענימען דער גאטס אין אריבערגערופן זיין טאטע מיט וועם ער האט שוין נישט גערעדט פאר 6 יאר...
ער איז געקומען צי זיין זוהן אין שפיטאל, דער טאטע האט זיך געשטעלט ביים שוועל פון טיר און געפרעגט פון "זיין" זוהן אויב ער קען אריין קומען.
דער בחורל אהן א צורה פון א מענטש מיט לעבהאפט האט אים געוויזען מיט די הענט אז ער זאל אריינקומען.

טייערע אידן, עס וועט נישט זיין מעגליך זיך צו פארשטעלן די בכיות וואס זענען פארגעקומען יענע נאכט אין שפיטאל צימער
טאטע מיט זוהן זענען געליגען איינער אויפן צווייטען'ס האלז אין געוויינט פאר א לאנגע צייט,
ענדליך איז דער טאטע עטוואס צו זיך געקומען אין געבעטן מחילה פאר אלעס וואס איז געווען אין ביידע האבן פריש אויסגעפלאצט אין א ביטערע געוויין
דער בחור האט אים מוחל געווען אין געבעטן פון זיין פאטער אז ער זאל אים פארגעבן אויף די צער וואס ער האט אים פארשאפט
מיין הארץ איז ביי דעם פונקט ממש צעשמאלצן געווארן פון התרגשות ממש אומגלויבלעך
ב"ה זיי זענען צוריק געווארען נאענט באהבת נפש איינער מיטן צווייטער דער טאטע האט זיך נישט אוועק גערירט פון זיין בעט,

מען האט אראנדזשירט א באזוך פאר זיין מוטער וועלכע האט אזאנס געכליפעט אז איך האב זיך ארויסגעריקט פון צימער נישט קענענדיג דאס צוזעהן, זי האט זיך נישט געקענט שיידן פון גרויס ליבשאפט און נאך עטליכע שעה פארלאזט די צימער מיט דיקע פוירפעלע צייכענעס ארום די אויגן,
די גאנצע איבריגע פאמיליע איז אויך אריבערגעקימען זיך באקענען מיט זייער אלט-נייע ברודער'ל

מען האט מיט פרישע כוחות אנגעהויבן טוהן פאר דעם בחור'ל אריינמישנדיג ריזיגע עסקנים מיט קאנעקשנס איבעראל און געשפענדעט שווערע טויזענטער דאלער

אבער נישט פאר צו לאנג...

אפאר טעג שפעטער איז דער בחור נפטר געווארען צו די ווייטאג פון זיין טאטע מאמע און די גאנצע משפחה.
איך שרייב דא לעילו נשמתו פון דעם טייערן נשמה וועלכע האט תשובה געטוען מיט אן אמת'ע אהבה

טייערע עלטערן!!!
אויב זענט איר געפרואווט געווארן מיט דעם נסיון פון צער גידול בנים האט'ס שכל און ווארטס נישט ביז עס איז צו שפעט ווארפטס ליבשאפט וואס נאר טאטע מאמע האבן ווייל נאר אזוי קען מען מען אנקומען,

יעצט ווענד איך זיך צו די בחורים, ביטע האטס שכל פארפאטשקעט'ס נישט ענקערע הערליכע לעבנסטעג פאר שטותים און נארישקייטען,
אז דו ווייסט פון עפעס א קלייניגקייט וואס עס שמעקט נישט פאר דיין טאטע געב אים נאך! דו וועסט קיינמאל נישט חרטה האבן!

און יעצט צי די אלע וואס האבן נישט דאס מינדענסטע קענטעניס אין חינוך ובפרט צום האקעלער ענין פון העלפען בחורים מיט פראבלעמען פיזיש אדער גייסטיש, הערטס אויף צו פארטיליגן אונזערע דורות!
אויב ווילט איהר העלפן דאן מאכט פסיכאלאגיע לייסענס, נעמט אין אכט אז דאס זענען רייפע נשמה'לעך וואס דארפן אויפשטעלן אידישע שטובער אין קימענדיגן דור!, עס איז א ריזיגער אחריות! און מען דארף דאס גוט קענען... כלל ישראל בעהט זיך ביי אייך טראכטס וואס עטס טוטס!

דא איז טאקע דער ארט צו אויסשרייען דעם גרויסן דאנק וואס עס קומט זיך פאר די טייערע אידן וואס טוען יא וואס מען דארף, פארשטייענדיג גוט דעם נושא ליגן זיי טיעף אין פעקל צו ארויסהעלפן אינזערע טייערע נשמות שלא על מנס לקבל פרס...חזקו ואמצו, אשריכם ואשרי חלקכם!
מ'מאכט זאכן מעגליך.
באניצער אוואטאר
אויסגערוט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 206
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 11:38 pm
האט שוין געלייקט: 343 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 113 מאל

שליחה דורך אויסגערוט »

זייער שיין באשריבען אבער א באקאנטער מעשה. דאכציך שלמה דאסקאל האט א ניגון אויף דער מעשה. סעהייסט אז ער האט קעיר גענומען פון אים
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

וועלכע ניגון?
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
באניצער אוואטאר
אויסגערוט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 206
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 11:38 pm
האט שוין געלייקט: 343 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 113 מאל

שליחה דורך אויסגערוט »

באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

די לעצטע טרעק אויפן אלבום "פותח את ידיך"
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שרעקליכע מעשה. די קעפעל פון די אשכול איז וועגן די מחנך. אבער די אמת'ע פוינט פון די מעשה איז די עלטערן. פארואוס האבן די עלטערן דעסיידעד ליב צו האבן זייער זוהן נאר ווען ער האט געהאט קענסער? אהן קענסער איז ער נישט גוט געוועהן און מיט קענסער יא?
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

כ'מיין אז ס'איז פשוט.

די ווארט איז נישט יא/נישט ליבשאפט. קינדער קענען מאכן פלאצן די עלטערן, הגם עס וואלט נישט געטארט זיין אזוי, אבער אין היינטיגן שוואכן דור זענען די עלטערן אויך טיילווייז שוואך, גערירט, גייסטיש און עמאציאנאל. אז א קינד נעמט ארויס די עלטערן פון די כלים נאכאנאנד, און לאזט נישט פירן די שטוב על מי מנוחות, קען איך דערהערן אז מען האט אים ארויסגע'זרק'עט פון דארט - נאכאמאל, נישט אז ס'איז ריכטיג - אבער פשוט צוליב אין אדם נתפס על צערו. דאס מיינט נישט אז מען האט נישט ליב דאס קינד, נאר אז דאס קינד פארקלאפט יעדע טויער פון ליבשאפט, ער לאזט זיך נישט ליב האבן (כאטש באמת בשעת ער טוט טראבל ווארט ער דייקא אויף א גוט ווארט) ווערט די אהבה אזוי ארום זייער "מוסתרת", באהאלטן, הסתרה בתוך הסתרה. אבער אויב ווערט דאס קינד נישט געזונט ה"י, אדער אן אנדערע קאטאסטראפע פאסירט, דאן שווימט די באהאלטענע אהבה צוריק ארויף אויבן אויבערפלאך, די נאטורליכע ליבשאפט פון א טאטן/מאמען שיסט ארויף מיט שטארקע געפילן, און ווי לענגער די אהבה איז געווען באהאלטן און דערדרוקט אלס שטערקער פלאצט עס אויס, ווי נידריגער די ירידה אלס שטארקער איז די עליה דערנאך, בפרט אז דאס קינד איז יעצט אין א שוואכע מצב וואס דארף הילף, און נישט א רעבעל און מחוצף וואס זוכט צו טריצן און פארביטערן דאס לעבן פאר די עלטערן.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמעקעדיג: ייש"כ. דו האסט אנגערירט א זייער סענסיטיווע נקודה ביי א סאך מענטשן.
אויף די מדינת ישראל טעלעוויזיע (ר"ל מהאי דעתא) איז פאר צוויי יאר צוריק געלאפן א זייער אינטרעסאנטע סעריע מיט'ן נאמען "שטיסל" , וואס דערציילט די געשיכטע פון איין פארצווייגטע משפחה אין מאה שערים (מסתמא באזירט אויף אן אמת'ע געשיכטע. ווייל די דעטאלן זענען זייער פונקטליך און גראפיש.) ווי א טאטע האט ארויסגעווארפן זיין זון פון זיין הויז ווייל דער זון האט אפגעלאזט א שידוך, און איהם גורם געווען גרויסע בושות. אבער דאך, דער טאטע אינטרעסירט זיך פון דערווייטנס איבער דעם מצב פון זיין זון. און ער זאגט שטארק אריין פאר זיין שוואגער וואס האט איהם לכאורה געדארפט האלטן ביי זיך...!
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

עמאציאנעל, אבער דאס קעפל איז פארפירעריש
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

מאטי האט געשריבן:עמאציאנעל, אבער דאס קעפל איז פארפירעריש

מאי קאמר מר?...!
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

איינער גייט אוועק פון א קראנקהייט און מ'רופט דעם מחנך א מערדער.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

מאטי האט געשריבן:איינער גייט אוועק פון א קראנקהייט און מ'רופט דעם מחנך א מערדער.

ער האט איהם נישט אנגערופן מערדער ווייל דער בחור איז געשטארבן. ער האט איהם גערופן "מערדער" ווייל ער האט אוועקגעהרג'עט די גוטע יארן פונ'ם קינד...!
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
האט שוין געלייקט: 628 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1872 מאל

שליחה דורך בעל מדות »

טייערע מאטי
יעדער קעפל פון אן ארטיקל דארף סיעתא דשמיא און עס איז א גאר שווערע דעצידירענדער אויסוואל, וואס קאסט אפטמאל א טיילענאול
עס דארף זיין תוכנ'דיג און פליסיג, צום זאך און צום פינטל אלזא עס איז פארשטענדליך צו הערן אז איינער האט קריטיק... זאג מיר נאר וויאזוי וואלטסטו א נאמען גערופן דעם אשכול?
מ'מאכט זאכן מעגליך.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

א מערדער.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

:lol:
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

בעל מדות האט געשריבן:טייערע מאטי
יעדער קעפל פון אן ארטיקל דארף סיעתא דשמיא און עס איז א גאר שווערע דעצידירענדער אויסוואל, וואס קאסט אפטמאל א טיילענאול
עס דארף זיין תוכנ'דיג און פליסיג, צום זאך און צום פינטל אלזא עס איז פארשטענדליך צו הערן אז איינער האט קריטיק... זאג מיר נאר וויאזוי וואלטסטו א נאמען גערופן דעם אשכול?
איך פארשטיי.. אבער אין דעם הויעכפונקט פון די מעשה איז דער בחור פיזיש געשטארבן דעריבער איז מיין מיינונג אז דאס ווארט "מערדער" אין דעם קאנטעקסט איז איבערגעטריבן.

איך וואלט א נאמען געגעבן דעם אשכול; "דער'הרג'עט די נשמה איידערן גוף"
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דאן וואלט קיינער נישט געקליקט דערויף. ס'וואלט ווען אויסגעקוקט ווי אלע אדווערטייזמענטס אויף די וועכענטליכער לוח המודעות
דוק ותשכח
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 54
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 2:00 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14 מאל

שליחה דורך דוק ותשכח »

עס זענען דא היינט אסאך וואס האלטן אז יעדער פיזישע קרענק שטאמט פון א גייסטישע אומארדענונג דאס רופט זיך psychosomatic.
איך בין זייער באקוועם צי באטיטלען דעם סאו קאלד "מחנך" א מערדער
פארשפארט