איין קינד מיט דריי עלטערן!!!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
האט שוין געלייקט: 683 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1882 מאל

איין קינד מיט דריי עלטערן!!!

שליחה דורך בעל מדות »

איך האה געהערט א גאר אינטערסאנטע מעשה איבערן ענין פון טשעפענען א צווייטן מענטש, און איך האב מיט גרויס התרגשות אפגעשריבן די אינהאלט דערפון,
געווען אמאל א אינגערמאן וואס האט שוין געהאלטן זיבעצן יאר נאך זיין חתונה אבער קיין קינדער האט ער ליידער נישט געהאט
ער האט געטרעוועלט צי דאקטוירים איבער דער גארער וועלט
ער האט כסדר געטראכט פון חברים אין ישיבה וועם ער האט מעגליך געטשעפעט אין נישט איינמאל האט ער געמאכט טעלעפאון רופן צי אלטע חברים זיי צי איבערבעטן אזאך וואס יעדער האט געטוען מיט מיטגעפיעל,
מאכט זיך אמאל מען זיצט ביי א שמחה פון איינער פון די קינדער וואס זענען געבוירן געווארן ווען דער אויבנדערמאנטער פארפאלק האט חתונה געהאט,
עס האט ספעציעל געבאדערט פאר די ווייבל און זי האט נאכן חתונה פשוט אנגעהויבן וויינען ווי א קינד אויף איהר טרויעריגער שיקזאל,

דער איד האט דאן בארוהיגט זיין ווייב און געהאט א לענגערע שמועס מיט איהר בעטנדיג זי זאל צוריקמישן איהרע זכרונות און טראכטן אויב עס איז מעגליך אז זי האט אמאל וויי געטוען א צווייטן איד,

נאכן טראכטן א לענגערע צייט האט זי זיך דערמאנט אז די נאכט פון איהר חתונה איז פארגעקימען אויך נאך א חתונה, פון א ספרדישער מיידל און צוליב ווייניג אינטערעסע און די ספרדיש מיידל זענען צוואנציג פון צוויי און צוואנציג געקימען צו איהר חתונה, און נאר צוויי זענען געגאנגען צום אנדערן, אריינגערעכנט איין מיידל וואס איז געווען א קוזין...

זיי האבן זיך געלייגט שלאפן און ווי דער אינגערמאן שילדערט איז ער געגאנגען שלאפן מיט עפעס א באהאלטענע געפיהל וואס טיילט מיט גוטס...,

ער האט געשפירט ווי זיין הארץ איז באפרייט געווארן פון א שווערן לאסט, דעם קימענדיגן אינדערפרי האט מען זיך גענימען צו דער שווערע מלאכה, לאזנדיג אין גאנג א מיסיע פון טרעפן דעם מיידל זי האט גערופן פריינדינעס און געוואויר געווארן אז די מיידל וואוינט היינט ציטאגס אין ארץ ישראל אהן קיין מינדענסטע שפור האט מען זיך געלאזט צו פולע פירמעס וואס אנטהאלטן די סארט אינפארמאציע, מען האט נישט געלאזט קיין איין שטיינדל אומאיבערגעדרייט אזש ביזן רופן די אפציעלע אפיס פון די איזראעלישע "עליה" וואס פארמאגן שווערע דאטא פון דעטאלירטע איינצלהייטן איבער אלע מענטשן וואס מופן נאר אריין אין לאנד, און יא מען האט איהר אפגעפינען!
זי האט געלעבט באשיידן אין א פארווארפן ווינקל אין איינע פון די ישובים אין געגנט פון בית שמש

די פייף אויפן טרייבל האט זיך געהערט ווי געווענליך אבער האט פאר די טרויעדיגע עקרה געמיינט גאר אסאך, איהרע הענט האבן זיך געווארפן מחמת פחד והנה זי הערט א רוהיגער העלאו...

יא א גוטן קימט איהר אנטווארט איז דאס רחל מיט וועם איך האב געלערנט פאר לאנגע יארן אין בנות רבות?

יא!, קימט די לאנזאמער ענטפער פון אנדערן עק ווייער, ווער איז דאס?
זי אטעמט אריין און פרעגט צוריק... געדענקסט די זעלבע נאכט פון דיין חתונה ---קינדערלעך זייט'ס שטיל מאמי קען נישט הערן!!! געבט זי פליצום א רייס איבער די שמועס---
יא יא איך הער, איך געדענק שוין איינמאל די חתונה, עס האט פאר מיר געברענגט הארצווייטאג פאר לאנגע יארן

קעי... גוט... ווייל.. ווייל... אי..אי... איך דא ווייל איהר ווייסט אז איך האב נאכנישט קיין קינדער...ליידער און איך האב נעכטן געטראכט אז אפשר בין איך שולדיג אז די האסט נישט געהאט קיין חבר'טעס ביי דיין שמחה...וואלטסט מיך מוחל געוו... געווען ביטע?

א שווער קרעכץ הערט זיך אהן ווען רחל רופט זיך אהן זאלסטו וויסן אז יארן האב איך זיך געגעסן אויף דעם אבער האלטנדיג שוין ביי מיין זעקסטער קינד קע"ה קען איך נישט פארשטיין דיין גרויסער צער!..איך זעה נישט בכלל וואס עס האט מיט דיר אבער איך בין דיר מוחל במחילה גמירה!!!
****

מען שטייט נישט יעצט מער פון א יאר צייט און איך שטיי דא יעצט ביי די וואך נאכט פון מיין ערשטער קינד...
א גערירטער האט דער פאטער אויסגעפירט אט די ווערטער און א שטילע כליפעריי האט זיך געהערט פון ווייבער זייט,

זיך נאכפרעגענדיג וואס עס גייט פאר, איז אריינגעקימען די ידיעה אז די ספרדישער פרוי האט ביים הערן די גוטע בשורה באשלאסן אז עס איז ווי אן אייגן קינד און זי וועט קומען ציפליען צום שמחה

זי האט פונקט דאן אריינגעשפאנט און די נארוואס פרישע קימפעטארן איז צי איהר ציגעגאנגען זיך אויסדרוקנדיג מיט טרערן אין די אויגן אדאנק פארן מיר מוחל זיין איהר זענט א צווייטע מאמע דא!

די קולות אין זאל האבן אויפגעוועקט דעם פיצל און א געוויין האט זיך געהערט אין זאל.....,
צוויי פרויען האבן זיך ספאנטאן אויפגעשטעלט און אנגעהויבן זיך פארענען מיטן קינד
סימן טוב ומזל טוב ומזל....האבן לעבעדיגע געזאנגען אויסגעבראכן אין זאל
מ'מאכט זאכן מעגליך.
רעאגיר