ענדליך לכבוד כ"א כסליו סאטמאר באדאנקט בעל הנס ד"ר קאסטנער
- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
פארוואס איז די שאלה געצילט צי רב יואליש זצ"ל, פארוואס איז די שאלה נישט שווער אויף אלע אידן, אלע גדולי ישראל, אויף פאפא רב, קאשויער רב, שאפראן'ר רב און אויפ אלע גדוילי ישראל וואס האבן מיטגעמאכט די קריג, די שאלה איז נאר שווער אויב מען קיקט דאס אן פון א חילונישע קיק, דער רבי האט ביי יעדע דרשה איי געריסן וועלטן אז עס איז דא שרעקליכע גזירות, ער האט געציטערט ווי א פיש נישט אויפצירעיגן די גויים, ער האט מורא געהאט אז יעדע אפענע ווידערשטאנד וועט אפגעלערענט ווערן דורך רשעים ווי א אויפשטאנד, אפילו ווי א עצרת תפילה, אדער א פראטעסט, עס האט זיך ליידער אויסגעשטעלט ווי אזוי עס האט זיך אויסגעשטעלט, אבער א פארפרעסענער צי זיין א מאנטיג ציפרי פערטל ציריק, און זאגן העטיך פעטיך איז נישט יושר.
Shold of would of could of
און דעריבער טראגט ער די אחריות, וויפיל איז ר' מיכאל בער אנגעקימען, ווען נאכן זיין אזוי אקטיוו צי רעטען ווי מער אידן, און די ציונם האבן אים געלאזט פאלן, פון דעים רעדט מען בכלל נישט כאטש עס איז קלאר דאקעמענטירט, איז מען האש האש מאש מאש, אבער ר' יואליש איז שילדיג געב מיר א ברעך.

Stay away from negative people
they have a problem for every solution
they have a problem for every solution
קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
כדי צו מאכן דיין קשיא א קשיא, מאכסטו עטליכע רבנים'לעך - וואס ווערן פארעכענט אין סאטמאר ווי "תלמידים" אדער לכה"פ "נאנטע" - פאר גדולי ישראל, אדזש זיי זענען אין איין שורה מיט אזעלכע מאכטען ווי סאטמאר רב זי"ע. פאפא, שפאראן, און קאשוי, זענען - אינדערהיים - נישט געווען קיין רבנים פון ערענסטע "אגודות" אדער "התאחדות'ן". כעין זה טוט איינער אויף אייוועלט, ווען ער טענה'ט אז הרה"ק מבעלזא האט זיך אויך געראטעוועט און נישט אנגעווארנעט די אונגארישע. וראה זה פלא, אלע יארן שרייסטו אז איה"נ דער בעלזא רב איז געווען א קדוש, אבער צי "הנהגה"! (ליין: שטעכען רעדער) האט ער נישט פארשטאנען. און פלוצים דא שטעלסטו אים גלייך צום סאטמאר רב, לאמר, אז פונקט ווי דער בעלזער האט פארזעהן אזוי אויך סאטאמר.
די תירוץ איז אבער, אז דער מקורות'דיגע מאמר איז געצילט דירעקט אויף סאטמאר רב, און נישט אויף אנדערע אדמורי"ם, ווייל זיין טענה איז נישט דאס בלויז "האטס דיך געראטעוועט און נישט די קהילה" (וואס מ'קען דן זיין צו ס'איז בכלל א טענה, ווייל למעשה האבן זיי מער געצילט אויף אדמורים און מנהיגים, ממילא זענען זיי געווען אין א גרעסערע סכנה). דער שרייבער'ס טענה איז: הלמאי האסטו נישט געלאזט דעם המון זיך לאזן ראטעווען ווען א טייל פון די הצלה האט געהאט א נגיעה צו ציונות... און אז למעשה שטעלט זיך אויס אז ציונים האבן געראטעוועט אזויפיל אידן, ומעכ"ת בתוכם, וויאזוי קענסטו שרייבן אז די גאנצע מלחמה איז צו פארדאנקען די ציונים....
ליינט עס אדורך, און פרעגט אפ זיינע ראיות איינס ביי איינס.

Under influence
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 330
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 11:10 am
- האט שוין געלייקט: 102 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 474 מאל
די איידיע אז דער הייליגער סאטמאר רב האט זיך נישט געלאזט ראטעווען איז שקר מרישא עד גמירא. עס איז נישט דא קיין איין מענטש וואס קען זאגן אז ער האט זיך געקענט ראטעווען און די רבי האט אים געזאגט אז ער זאל זיך ענדערש לאזן פארברענען. מען ניצט אויס דעם פאקט אז ער האט גערעדט קעגן די עלייה, אזוי ווי רוב אנדערע פרומע רבנים, אז דאס האט געמיינט אז מען טאר זיך נישט ראטעווען. די זעלבע וואס האבן א פראבלעם מיט אים האבן נישט קיין שום פראבלעם מיט די ציונים וואס האבן געוואוסט וואס עס גייט פאר און האבן נישט געלאזט אלע יודן וויסן. די אלע יודנראטן האבן געוואוסט וואס עס גייט פאר און קיינער האט נישט געמאכט קיין רעש, זיי זענען קיין סאטמערע נישט געווען. קיינער מאכט זיך נישט וואוסנדיג אז די רבי׳ס חסידים האבן געצאלט געלט אז ער זאל קענען ארויף אויפן טרעין. און די פאקט אז די טרעין אז באשטאנען פון חשובע מענטשן אין אונגערן, וואס די אונגערישע רעגירונג האט געהאט זייערע חשבונות, די ציונים האבן נישט געקענט טוהן וואס זיי האבן געוואלט.
אין אמתן אריין דארף מען נישט ענטפערן. לאז דער שרייבער האבן זיין צען מינוט. ער איז ממילא נישט אינטערסירט אינעם אמת.
אין אמתן אריין דארף מען נישט ענטפערן. לאז דער שרייבער האבן זיין צען מינוט. ער איז ממילא נישט אינטערסירט אינעם אמת.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 134
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 13, 2014 5:30 pm
- האט שוין געלייקט: 6 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
קאווע טרינקער האט געשריבן:כדי צו מאכן דיין קשיא א קשיא, מאכסטו עטליכע רבנים'לעך - וואס ווערן פארעכענט אין סאטמאר ווי "תלמידים" אדער לכה"פ "נאנטע" - פאר גדולי ישראל, אדזש זיי זענען אין איין שורה מיט אזעלכע מאכטען ווי סאטמאר רב זי"ע. פאפא, שפאראן, און קאשוי, זענען - אינדערהיים - נישט געווען קיין רבנים פון ערענסטע "אגודות" אדער "התאחדות'ן". כעין זה טוט איינער אויף אייוועלט, ווען ער טענה'ט אז הרה"ק מבעלזא האט זיך אויך געראטעוועט און נישט אנגעווארנעט די אונגארישע. וראה זה פלא, אלע יארן שרייסטו אז איה"נ דער בעלזא רב איז געווען א קדוש, אבער צי "הנהגה"! (ליין: שטעכען רעדער) האט ער נישט פארשטאנען. און פלוצים דא שטעלסטו אים גלייך צום סאטמאר רב, לאמר, אז פונקט ווי דער בעלזער האט פארזעהן אזוי אויך סאטאמר.
די תירוץ איז אבער, אז דער מקורות'דיגע מאמר איז געצילט דירעקט אויף סאטמאר רב, און נישט אויף אנדערע אדמורי"ם, ווייל זיין טענה איז נישט דאס בלויז "האטס דיך געראטעוועט און נישט די קהילה" (וואס מ'קען דן זיין צו ס'איז בכלל א טענה, ווייל למעשה האבן זיי מער געצילט אויף אדמורים און מנהיגים, ממילא זענען זיי געווען אין א גרעסערע סכנה). דער שרייבער'ס טענה איז: הלמאי האסטו נישט געלאזט דעם המון זיך לאזן ראטעווען ווען א טייל פון די הצלה האט געהאט א נגיעה צו ציונות... און אז למעשה שטעלט זיך אויס אז ציונים האבן געראטעוועט אזויפיל אידן, ומעכ"ת בתוכם, וויאזוי קענסטו שרייבן אז די גאנצע מלחמה איז צו פארדאנקען די ציונים....
ליינט עס אדורך, און פרעגט אפ זיינע ראיות איינס ביי איינס.
קאווע טרינקער: להגיד מראשית אחרית. לגבי די עצם קאנטראווערסיע בין איך אין מיטן. (יא. פוסח על שתי הסעיפים. אדער אויף קיין איינס נישט.). אבער לגבי דעם וואס דו ביסט מכבד דעם עוילעם אפ צו פרעגן יענעם "מחבר'ס" טענות איינס ביי איינס. איז זייער פשוט. איך האב אדורכגעליינט זיינע "טענות". און ס'איז אלעס געבויעט אויף ספעקולאציע. און טעאריעס און הנחות. קיין איינס פון זיינע סטעיטמענטס, לגבי סאטמאר'ער רב'ס נישט פארציילן פאר'ן עולם און נישט צו לאזן אז זיי זאללן זיך ראטעווען, איז דאקומענטירט. ער ברענגט נישט קיין איין דאקומענט אויפ צו ווייזן זיינע טענות...!
- ישמעאל הכהן
- חבר ותיק
- הודעות: 2111
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
- האט שוין געלייקט: 1551 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 55
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 1:25 pm
- האט שוין געלייקט: 218 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 74 מאל
Re:
דוד שפירא איז געווען אין די קאר נישט פויגלאיחוד פעלד האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 2:30 pmעס איז געפארען פין אונגארען.sunbar האט געשריבן:ווער האט נישט ארויפגעלאזט ר' ישעי'לע טשעחויב'ע זי'ע אויפן באן??
ר' ישעי'לע איז געוועהן אין באכניא געטא.
עס הייסט אז ער האט געדארפט ניצול ווערען מיט ר' אהר'לע בעלזער, און דער בילגרייער, נאר ר' אהר'לעס גבאי, פויגל, איז אריין, און מער קיין פלאץ איז נישט געוועהן, ממילא איז ער געבליבען דארט אינדרויסען שטיין.
ווער בין איך? איך בין ״ ווער בין איך״
- טראלל
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 63
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 25, 2020 8:19 am
- האט שוין געלייקט: 137 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 106 מאל
Re: ענדליך לכבוד כ"א כסליו סאטמאר באדאנקט בעל הנס ד"ר קאסטנער
אויב געדענק איך גוט איז הרה"ח ר' שלום פאגעל בכלל געבוירן אין בעלגיע און האט זיך נאר באקענט מיט'ן בעלזער רב הערשט נאכ'ן קריג אין ארץ ישראל.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: ענדליך לכבוד כ"א כסליו סאטמאר באדאנקט בעל הנס ד"ר קאסטנער
נישט אזוי זיכער. ווייל ס'דא מעשיות וואס ר' שלום האט אנגעשטעלט נאך אינדערהעים.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 595
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
- האט שוין געלייקט: 285 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל
Re: ענדליך לכבוד כ"א כסליו סאטמאר באדאנקט בעל הנס ד"ר קאסטנער
ליצנות אין א זייט פאר א מינוט. דוקא איז עס געווען זייער זיס צו ליינען די תגובה פונעם בעל פותח האשכול, אבער איבער שרייבן היסטאריע האט נישט קיין פירוש. פארוואס די בעלי הארמערי'ס האקן איצטערט אן ביבי איז בכלל נישט קיין אינטערסאנטע נושא אין די געגענווארט פון די קאסטענער קאנטריווערסיע, וואס איז היפש קאמפליצירט. די ציונים האבן נישט מחליט געווען צו לייגן רודאלף קאסטענער אויפן באשולדעגונגס באנק למען כבוד קהל יטב לב און זייער מנהיג דעם סאטמאר רב זי"ע.קאסטנערס אן אייניקל, מירב מיכאלי לויפט יעצט צום כנסת המינים אויף די עבודה פארטיי, זי איז א גרויסע רשע'נטע, א שרעקליכע פעמיניסטקע, זי האלט אז פרויען זאלן געהעריג קענען גיין אויף באסעס און נאך אזעלכע לינקע איידיעס, אבער, פארט זי איז אן אייניקל פונעם בעל הנס, און עס קומט זיך הכרת הטוב עד דרא בתראה, דאי לאו האי יומא, וכו', און זי איז אין די צד שכנגד פון ביבי, איז א פאסיגע צייט צו מכיר טובה זיין דעם זיידן ז"ל און דערלאנגען דעם יעצטיגן ראש הכופרים און אזוי ארום דערלאנגען א זיג פאר קאסטנערס אייניקל, און אזוי וועט זי ווארשיינליך געווינען און אפשר מאכן א רעגירונג אינאיינעם מיט אמנון יצחק.
דער קאסטנער האט גאר א שעדליכער שווארצער בעקראונד וואס די היסטאריענס האבן נישט געפיהלט אזוי וויכטיג עס צו דערגיין עד למטה און וואס ער איז געווען. די חומר איסער איהם איז היבש שטארק צו-ווארפן און שרייבענדיג מיין כא' כסליו תגובה האב איך בס"ד אפיר געקראצט א געוואלד אויף אינפארמאציע ארום דעם שעדליכקייט און זיינע מעשים תעתיעים בעת און בעפאר די צווייטע וועלטס קריג אנטקעגן זיינע ברידערס און שוועסטער, א"א אפשר לפרטם כי רבים הם.
פארוואס דער גרויסער אנטי ציוני האט זיך געפונען אויפן באן מיט די שישקעס איז נישט נאר למען א חלום וואס דער רבי ז"ל האט בכבודו ובעצמו אין א שמועס פארציילט ווי אזוי ער האט זיך דערוויסט פון דעם חלום (וואס איז נישט נוגע דא) נאר די גרעסטע סכום פון געלט וואס איז סוכ"ס פאר דעם באן באצאלט געווארן איז געקומען פון די ארטאדאקסישע אידענטום און נישט פון קיין דזשוינט, פישער אדער קאסטנער. נאר פון חיים ראטה, משה גראס, יצחק שטערנבוך, לייביש רובינפעלד פון שווייץ, און נאך אנדערע פרומע מקורות וואס האבן פשוט זיכער געמאכט אז דער רבי ז"ל ר' יונותן שטייף ז"ל און די נאך אפאר ארטאדאקסישע אידן זאלן זיין דעראויף.
אויב איז דא אדער וועט זיין אן אינטערעסע צו צושטעלן די קאסטענער פאקטן מיט זייערע מקומות וועלן בעז"ה בלי הבטחות נעמען די פעדער (ליין קי בארד) און פרובירן דאס בעסטע וואס איז שייך מיט מיינע מינימאלע כוחות צו-צושטעלן א דבר נאה ומתוקן בס"ד.
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 595
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
- האט שוין געלייקט: 285 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל
Re:
אינמיטן זיין פראצעס אין בג"צ נאכן פארן ווערדיקט פון די בית משפט'ס רעזעלוציע, קאנספירעסי'ס דרייען זיך ארום אז צופיהל זאכן וואס אנדערע הויעכע ציוניסטישע שישקעס וואלט מיט געשלעפט געווארן און ע"כ האבן זיי איהם אילימענירט מיט די האפענונג אז די טרייל וועט קומען צו א גענצליכער אפשטעל און די דערשטיקטע אינפארמאציע זאל זיין במקומו מונח אפי' עד אחר שיבוא שילו.קאסטנער איז געשאסן געווארן אין תל אביב פאר זיין הויז, די מערדער זענען קיינמאל נישט געכאפט געווארן.
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: ענדליך לכבוד כ"א כסליו סאטמאר באדאנקט בעל הנס ד"ר קאסטנער
לייביששרייבער: ייש"כ. דיינע מאמרים זענען כמים קרים על נפש עייפה. ממש דערפרישנד.
אויך. אז רודאלף קאסטנער איז באגאנגען קרימינאלע מעשים לגבי די אונגארישע אידן איז בלי שום ספק. נאר וואס ער האט געטון האט ער געטון אלס פריוואטער פארשוין. פאר זיינע אייגענע, עגאאיסטישע טעמים און מאטיוון. אויך די נאציס האבן צוזאמגעארבעט מיט איהם פאר זייערע אייגענע מאטיוון. הויפטזעכליך ווייל זיי האבן געוויסט אז די מלחמה איז פארשפיעלט און מ'וועט זיי שטעללן צו א משפט. און רודאלף קאסטנער וואלט געקומען עדות זאגן אויף זייער (גוטן) כאראקטער.
נאר דער פאקט בלייבט אומאפלייקענבאר אז א סאך אידן זענען געראטעוועט געווארן אויף זיין טרעין. צווישן זיי די גאונים וצדיקים הרה"ק מ'סאטמאר און הרה"צ ר' יונתן שטייף. און נאך אנדערע רבנים ווי שאפראנ'ער רב און דער אודווארי'ער רב זצ"ל. און נאך אנדערע ערליכע אידן צדיקים וחסידים.
אויך. אז רודאלף קאסטנער איז באגאנגען קרימינאלע מעשים לגבי די אונגארישע אידן איז בלי שום ספק. נאר וואס ער האט געטון האט ער געטון אלס פריוואטער פארשוין. פאר זיינע אייגענע, עגאאיסטישע טעמים און מאטיוון. אויך די נאציס האבן צוזאמגעארבעט מיט איהם פאר זייערע אייגענע מאטיוון. הויפטזעכליך ווייל זיי האבן געוויסט אז די מלחמה איז פארשפיעלט און מ'וועט זיי שטעללן צו א משפט. און רודאלף קאסטנער וואלט געקומען עדות זאגן אויף זייער (גוטן) כאראקטער.
נאר דער פאקט בלייבט אומאפלייקענבאר אז א סאך אידן זענען געראטעוועט געווארן אויף זיין טרעין. צווישן זיי די גאונים וצדיקים הרה"ק מ'סאטמאר און הרה"צ ר' יונתן שטייף. און נאך אנדערע רבנים ווי שאפראנ'ער רב און דער אודווארי'ער רב זצ"ל. און נאך אנדערע ערליכע אידן צדיקים וחסידים.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 595
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
- האט שוין געלייקט: 285 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל
Re: ענדליך לכבוד כ"א כסליו סאטמאר באדאנקט בעל הנס ד"ר קאסטנער
אין מיין כא' כסליו תגובה האב איך טאקע אט דאס דערמאנט, און איך דערמאן אויפן שפיץ גאפל פארוואס די קליינע גרופע (הייפעלע) ארטאדאקסישע אידן זענען ארויף געלאזט געווארן אויפן באן.נאר דער פאקט בלייבט אומאפלייקענבאר אז א סאך אידן זענען געראטעוועט געווארן אויף זיין טרעין. צווישן זיי די גאונים וצדיקים הרה"ק מ'סאטמאר און הרה"צ ר' יונתן שטייף. און נאך אנדערע רבנים ווי שאפראנ'ער רב און דער אודווארי'ער רב זצ"ל. און נאך אנדערע ערליכע אידן צדיקים וחסידים.
בדרך אגב איך האב נישט געוואוסט (און נאך אלץ נישט, נאר אז איך שטעל אויף די חזקה שוין פונלאנג אז די וויסט בעסער פון מיר די דיטעילס פן די היסטארישע פאקטן) אז דער שאפראנער רב ז"ל, דער אודווארי'ער רב זענען אויך געווען אויף דעם באן. ר' יונותן שטייף איז באקאנט גראדע, ר' שלמה כ"ץ (ערשטע שו"ב בקהל יט"ל אין ברוקלין) די רעביצען יוסל אשכנזי אבער די צוויי גרויסע שיינע רבנים האב איך נישט געוואוסט. א ישר כח פאר די אינפארמאציע. מען גייען עס אםיר זוכן.
בדרך אגב דער עולם איז אפשר נישט באקאנט אז הרה"ג ישראל יעקב פישער זצ"ל איז א פאלנער נעפיו פון דר. יוסף פישער.
איך האב עס דערמאנט אין מיין תגובה מיין איך. אבער די נקידה איז ווערט צו באטאנען נאכאמאל פאר די אינטערסאנקייט שבו. ראב"ד עדה החרדית א נעפיו פון איינע פון די יסודותדיגע ציונים וואס איז נאר געווען.
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 662
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
- האט שוין געלייקט: 252 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל
Re: ענדליך לכבוד כ"א כסליו סאטמאר באדאנקט בעל הנס ד"ר קאסטנער
אמת אז זיי האבן געגעבן געלט און דערפאר אן זיי וואלט נישט געווען קיין הצלה אבער אן א "באן" קענסטו געבן געלט ביז מארגן און סאיז נישט דא קיין הצלה סא סאיז ביידע און ביידע דארפן באקימען קרעדיט און הכרת הטוב סיי די געלט און סיי די באןלייביששרייבער האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 1:03 amליצנות אין א זייט פאר א מינוט. דוקא איז עס געווען זייער זיס צו ליינען די תגובה פונעם בעל פותח האשכול, אבער איבער שרייבן היסטאריע האט נישט קיין פירוש. פארוואס די בעלי הארמערי'ס האקן איצטערט אן ביבי איז בכלל נישט קיין אינטערסאנטע נושא אין די געגענווארט פון די קאסטענער קאנטריווערסיע, וואס איז היפש קאמפליצירט. די ציונים האבן נישט מחליט געווען צו לייגן רודאלף קאסטענער אויפן באשולדעגונגס באנק למען כבוד קהל יטב לב און זייער מנהיג דעם סאטמאר רב זי"ע.קאסטנערס אן אייניקל, מירב מיכאלי לויפט יעצט צום כנסת המינים אויף די עבודה פארטיי, זי איז א גרויסע רשע'נטע, א שרעקליכע פעמיניסטקע, זי האלט אז פרויען זאלן געהעריג קענען גיין אויף באסעס און נאך אזעלכע לינקע איידיעס, אבער, פארט זי איז אן אייניקל פונעם בעל הנס, און עס קומט זיך הכרת הטוב עד דרא בתראה, דאי לאו האי יומא, וכו', און זי איז אין די צד שכנגד פון ביבי, איז א פאסיגע צייט צו מכיר טובה זיין דעם זיידן ז"ל און דערלאנגען דעם יעצטיגן ראש הכופרים און אזוי ארום דערלאנגען א זיג פאר קאסטנערס אייניקל, און אזוי וועט זי ווארשיינליך געווינען און אפשר מאכן א רעגירונג אינאיינעם מיט אמנון יצחק.
דער קאסטנער האט גאר א שעדליכער שווארצער בעקראונד וואס די היסטאריענס האבן נישט געפיהלט אזוי וויכטיג עס צו דערגיין עד למטה און וואס ער איז געווען. די חומר איסער איהם איז היבש שטארק צו-ווארפן און שרייבענדיג מיין כא' כסליו תגובה האב איך בס"ד אפיר געקראצט א געוואלד אויף אינפארמאציע ארום דעם שעדליכקייט און זיינע מעשים תעתיעים בעת און בעפאר די צווייטע וועלטס קריג אנטקעגן זיינע ברידערס און שוועסטער, א"א אפשר לפרטם כי רבים הם.
פארוואס דער גרויסער אנטי ציוני האט זיך געפונען אויפן באן מיט די שישקעס איז נישט נאר למען א חלום וואס דער רבי ז"ל האט בכבודו ובעצמו אין א שמועס פארציילט ווי אזוי ער האט זיך דערוויסט פון דעם חלום (וואס איז נישט נוגע דא) נאר די גרעסטע סכום פון געלט וואס איז סוכ"ס פאר דעם באן באצאלט געווארן איז געקומען פון די ארטאדאקסישע אידענטום און נישט פון קיין דזשוינט, פישער אדער קאסטנער. נאר פון חיים ראטה, משה גראס, יצחק שטערנבוך, לייביש רובינפעלד פון שווייץ, און נאך אנדערע פרומע מקורות וואס האבן פשוט זיכער געמאכט אז דער רבי ז"ל ר' יונותן שטייף ז"ל און די נאך אפאר ארטאדאקסישע אידן זאלן זיין דעראויף.
אויב איז דא אדער וועט זיין אן אינטערעסע צו צושטעלן די קאסטענער פאקטן מיט זייערע מקומות וועלן בעז"ה בלי הבטחות נעמען די פעדער (ליין קי בארד) און פרובירן דאס בעסטע וואס איז שייך מיט מיינע מינימאלע כוחות צו-צושטעלן א דבר נאה ומתוקן בס"ד.
מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו
shpieler111@gmail.com
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו
shpieler111@gmail.com
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1202
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
- האט שוין געלייקט: 4853 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל
Re: ענדליך לכבוד כ"א כסליו סאטמאר באדאנקט בעל הנס ד"ר קאסטנער
צוויי אנדערע מענטשן https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 1#p4766011לייביששרייבער האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 2:07 am בדרך אגב דער עולם איז אפשר נישט באקאנט אז הרה"ג ישראל יעקב פישער זצ"ל איז א פאלנער נעפיו פון דר. יוסף פישער.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 595
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
- האט שוין געלייקט: 285 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל
Re: ענדליך לכבוד כ"א כסליו סאטמאר באדאנקט בעל הנס ד"ר קאסטנער
אפס, מיר וועלן נאכאמאל דורך קוקען די מקור, איך ווייס נישט צו איי וועלט איז גערעכט אדער נישט. אבער טאמער יא וועט דאס זיין ביי מיר מודה ועוזב.סקעפטיקער האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 12:32 pmצוויי אנדערע מענטשן https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 1#p4766011לייביששרייבער האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 2:07 am בדרך אגב דער עולם איז אפשר נישט באקאנט אז הרה"ג ישראל יעקב פישער זצ"ל איז א פאלנער נעפיו פון דר. יוסף פישער.
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: ענדליך לכבוד כ"א כסליו סאטמאר באדאנקט בעל הנס ד"ר קאסטנער
ס'איז דא נאך א פאלשע און טענדענציעזע "מימרא" וואס לויפט ארום אין די חרד'ישע קרייזן, אז די הויפט פיהרער פון די ציונים (אין שווייץ?) ווען ר' מח"ב ווייסמאנדל איז געקומען צו זיי (אדער ער האט געשריבן א בריעף) אז זיי זאלן געבן געלט כדי אויסצולייזן די אידן, האבן איהם געענטפערט אז זיי געבן נישט, ווייל "רק בדם תהיה לנו הארץ"...! דאס איז שקר מוחלט. יא אמת, דער סטעיטמענט איז געזאגט געווארן, נאר אין גאנץ אן אנדערן קאנטעקסט און דורך אנדערע מענטשן. ווען ס'איז געווען א שמועס אויב די אידן זאלן זיך אנשליסן אין די מאסן צו העלפן די ענגלישע ארמיי אקעגן די טערקן, ביי די ערשטע וועלט מלחמה, האבן עטליכע פון די הויפטן פון די ציוניס'טישע ארגאניזאציע אין ארץ ישראל געזאגט אז די אידן זאלן יא גיין מיט די בריטישע ווייל "רק בדם תהיה לנו הארץ"... אז נאר אויב די אידן וועלן (אויך) מקריב זיין קרבנות וועלן זיי האבן א רעכט צו פאדערן אן אייגן לאנד...!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 595
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
- האט שוין געלייקט: 285 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל
Re: ענדליך לכבוד כ"א כסליו סאטמאר באדאנקט בעל הנס ד"ר קאסטנער
berlbalaguleh האט געשריבן: ↑ ס'איז דא נאך א פאלשע און טענדענציעזע "מימרא" וואס לויפט ארום אין די חרד'ישע קרייזן, אז די הויפט פיהרער פון די ציונים (אין שווייץ?) ווען ר' מח"ב ווייסמאנדל איז געקומען צו זיי (אדער ער האט געשריבן א בריעף) אז זיי זאלן געבן געלט כדי אויסצולייזן די אידן, האבן איהם געענטפערט אז זיי געבן נישט, ווייל "רק בדם תהיה לנו הארץ"...! דאס איז שקר מוחלט. יא אמת, דער סטעיטמענט איז געזאגט געווארן, נאר אין גאנץ אן אנדערן קאנטעקסט און דורך אנדערע מענטשן. ווען ס'איז געווען א שמועס אויב די אידן זאלן זיך אנשליסן אין די מאסן צו העלפן די ענגלישע ארמיי אקעגן די טערקן, ביי די ערשטע וועלט מלחמה, האבן עטליכע פון די הויפטן פון די ציוניס'טישע ארגאניזאציע אין ארץ ישראל געזאגט אז די אידן זאלן יא גיין מיט די בריטישע ווייל "רק בדם תהיה לנו הארץ"... אז נאר אויב די אידן וועלן (אויך) מקריב זיין קרבנות וועלן זיי האבן א רעכט צו פאדערן אן אייגן לאנד...!
ריכטיג, מיר האבן דאס דערמאנט אין איינע פון די תגובה'ס מיטן נאמען ארץ ישראל אויף די וועלטס מאפע.
עס איז מיר שווער פון די טעלעפאן צו ציטירן די לינק איצטערט. ווען איך וועל זיין ביים קאמפיוטער און איך וועל אי"ה געדענקען וועל איך עדיטן די ריספאנס מיט א לינק צו דעם תגובה וואס איך באציה זיך.
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1202
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
- האט שוין געלייקט: 4853 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל
Re: ענדליך לכבוד כ"א כסליו סאטמאר באדאנקט בעל הנס ד"ר קאסטנער
ר' מח"ב ברענגט אין מן המצר (דף צ"ב-צ"ג) א בריוו ווי זיי האבן עס יא גענוצט אין דעם קאנטעקסט ביים צווייטן וועלט מלחמה (אויב דו גלייבסט אים)berlbalaguleh האט געשריבן: ↑פרייטאג דעצעמבער 08, 2023 1:13 am ס'איז דא נאך א פאלשע און טענדענציעזע "מימרא" וואס לויפט ארום אין די חרד'ישע קרייזן, אז די הויפט פיהרער פון די ציונים (אין שווייץ?) ווען ר' מח"ב ווייסמאנדל איז געקומען צו זיי (אדער ער האט געשריבן א בריעף) אז זיי זאלן געבן געלט כדי אויסצולייזן די אידן, האבן איהם געענטפערט אז זיי געבן נישט, ווייל "רק בדם תהיה לנו הארץ"...! דאס איז שקר מוחלט. יא אמת, דער סטעיטמענט איז געזאגט געווארן, נאר אין גאנץ אן אנדערן קאנטעקסט און דורך אנדערע מענטשן. ווען ס'איז געווען א שמועס אויב די אידן זאלן זיך אנשליסן אין די מאסן צו העלפן די ענגלישע ארמיי אקעגן די טערקן, ביי די ערשטע וועלט מלחמה, האבן עטליכע פון די הויפטן פון די ציוניס'טישע ארגאניזאציע אין ארץ ישראל געזאגט אז די אידן זאלן יא גיין מיט די בריטישע ווייל "רק בדם תהיה לנו הארץ"... אז נאר אויב די אידן וועלן (אויך) מקריב זיין קרבנות וועלן זיי האבן א רעכט צו פאדערן אן אייגן לאנד...!