פאסירט טאקע ביי אונז אזוי סאך ווייניגער גט'ין?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6958
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 5108 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6794 מאל

פאסירט טאקע ביי אונז אזוי סאך ווייניגער גט'ין?

שליחה דורך געפילטע פיש »

ס'קומט אסאך מאל אויס צו שמועסן וועגן די ענין פון חתונה מאכן ביי אונז, צו מ'רעדט וועגן די עלטער, אדער דאס אז דאס יונג פארפאלק איז נישט צוגעגרייט, קענען זיך קוים, שטייען נישט פינאנציעל אויף די אייגענע פוס, און נאך פראבלעמען, און אסאך מאל רופט זיך איינער אן אז די פאקט באווייזט אז מיר שטייען סאך בעסער ווי די וואס האבן חתונה שפעטער, בעסער צוגעגרייט, מתוך אהבה הדדית, שוין נאכן האבן אויפגעשטעל א קאריערע, וכדו', קוקט נאר אויף די גט ראטע ביי זיי, און ביי אונז, קוקט נאר וועמענ'ס הייראט האט בעסערע אויסזיכטן מאריך ימים צו זיין?

די סיבות וואס מ'גיבט אן דאס מסביר צו זיין אין אדער ווייל ס'איז באשערט, (איי ביי זיי איז דאך אויך באשערט? און ווען ס'ארבעט זיך נישט אויס דערמאנט מען זיך פונעם שמא יקדימנו אחר אז ס'קען אמאל זיין אז מ'זאל חתונה האבן מיטן אומבאשערטן, אבער נישט דאס איז אונזער שמועס, מער איבער דעם א צווייט מאל) אדער טאקע ווייל מ'האט חתונה יונג וואקסט מען אויף צוזאמען און מ'פאלט אין ליבע שוין נאכן חתונה, אדער ווייל ביי די גוים ווערן די עיני חכמים נשחד פאר די בלינדע אהבה און מ'זעט נישט די חסרונות ביז ס'איז שוין צו שפעט, דאגעגען ביי אונז ווערן די עלטערן'ס אויגן נישט פארבלענדעט ביים זיך נאכפרעגן אויפן פארגעשלאגענעם תכשיט'ל\ה.

דאס איז אלעס געזאגט אויפן הנחה אז ביי זיי איז די דיווארס ראטע 50%, איז פאריגע וואך ארויסגעקומען אן ארטיקל אין די נ.י. טיימס וואס לדעתי צוווארפט אסאך פון די געביידעס. קודם ברענגט ער אז די ראטע האלט שוין לאנג נישט דארט, און אז די לעצטע פערציג יאר האלט די ראטע אין איין אראפגיין. אבער נישט דאס איז די עיקר פון וואס איך וויל ארויסברענגען, אונזער גטין ראטע איז נאכאלץ נידעריגער ווי זייער נידעריגע ראטע (אפשר גייט אונזערס ארויף בשעת זייערס גייט אראפ? קען זיין, אבער פארדעם דארף מען שוין האבן שטודיעס צו בעקן די השערות), נאר די סיבות וואס צייגן אן פארוואס די ראטע האט זיך אזוי שטארק אפארגענידערט ביי זיי, זיי צייגן צו די היפך פון וואס מיר האבן פריער פראבירט צו זאגן זענען די סיבות פארוואס ביי אונז האלטן זיך די הייראטן יא אן. למשל ער צייגט צו אז הייראטן ביי די מער עדיוקירטע און העכערע פארדינערס האבן בעסערע אויסזיכען אויף אריכת ימים ווי ביי די ארעמע און ווייניגער עדיוקירטע, ס'הייסט אז האבן א פעסטע עקאנאמישע יסוד פארזיכער בעסער אויסזיכטן אויף שלום בית. אויך זאגט ער אז די סיבה פאר די הויכע דיווארס ראטע אין די זיבעציגער-אכציגער יארן איז געווען וויבאלד פאר די פעמיניסטישע רעוועלוציע האבן מענער געזוכט בעיקר א פרוי וואס קען גוט באקן, קאכן, פירן א שטוב, האבן קינדער, זיין א גוטע מאמע, און פרויען האבן געזוכט גוטע פארדינער, אבער שפענדען צייט צוזאמען? ליבע? דאס זענען שוין געווען גרויסע השגות וואס רוב המון עם האט זיך נישט געקענט ערלויבן. דאס האט זיך אלעס געטוישן אין די שפעטע זיבעציגער יארן, ווען מאשינען האבן איבערגענומען א גרויס חלק פון די הויז ווירטשאפט, און פרויען זענען אריין אין די ארבייטס קראפט, און מענער און פרויען האבן אנגעהויבן שפענדען מער צייט צוזאמען, פלוצלים האט מען אנגעהויבן עקספעקטן ליבע אין א רילעישענשיפ, אבער ווען מ'האט נאר געטראפן א ווייב וואס קען גוט שוואנגערען, אדער פרויען האבן זיך געטראפן מיט מענער פיינע פארדינער אבער א סענס אוו יומער ווי א בעזעם, זענען אסאך הייראטן צוזאמגעפאלן.

נאך א סיבה פארוואס מ'גט זיך ווייניגער היינט ווי אמאל איז ווייל מ'האט חתונה שפעטער, בשעת וואס אין די פופציגער יארן איז די דורכשניטליכע גיל חתונה צו האבן געווען 23 פאר בחורים און 20 פאר מיידלעך, האלט עס שוין היינט ביי 27 און 26, ממילא ווייסן שוין די חברה בערך וואס זיי ווילן אין לעבן, און האבן נישט חתונה מיט די מיידל וואס זיי האבן געמיינט זיי האבן ליב ביי די אכצן יאר אלט.

ווי אויך צייגט ער צו אז מעגליך דאס אז אסאך פארפעלקער "וואוינען" צוזאמען אפאר יאר בעפארן מקשר זיין קשרי נישואין, קומט אויס אז די אלע רילעישענשיפס וואס וואלטן סייווי נישט געהאלטן מער ווי א יאר צוויי הייסן שוין היינט נישט קיין דיווארט, נאר פשוט'ע ברעיק-אפ'ס. ווי אויך איז שוין היינט וויייגער דא די פעלער וואס רופן זיך 'שאטגאן' חתונות, ווען מ'מאכט אפאר פאלק שנעל חתונה צו פארמיידן בושות ווייל זי טראגט שוין א קינד, וואס די רילעישענשיפס האבן קיינמאל נישט געהאט די בעסטע אויסזיכטן.


ממילא קומט אויס, לויט די ארטיקל און די שוטדיעס אויף וואס זי איז געבויעט, אז די אלע תירוצים פארוואס אונזער שידוכים וועג איז בעסער ווי ביים אלגעמיינע באפעלקערונג זענען מופרך, וועט מען מוזן בלית ברירה זוכן נייע תירוצים.

______

פארגעסן צו לינקן צום ארטיקל. דא: The Divorce Surge Is Over, but the Myth Lives On.

דער אשכול פארמאגט 23 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר