גייט ארויס שטימען אין די מאסן

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 954
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1577 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2218 מאל

גייט ארויס שטימען אין די מאסן

שליחה דורך פארוואס? »

אן אינטערעסאנטע אנקעטע דרייט זיך יעצט ארום אין אלע וואטסעפפ גרופעס, איבער וואס דער עולם גלייבט. בערך הונדערט מענטשן האבן שוין דערווייל געענטפערט אין די רעזולטאטן זענען זייער אינטערעסאנט.

פאלגענד איז די פראגע און די מעגליכע ענטפערס:

[center]וואס איז די נענטסטע צו וואס איר גלייבט?[/center]

  • איך בין א טיפיקעל חרדישע מאמין; איך קוויטל מיך ביי א רבי
  • כגלייב אין חרדישע אידישקייט און אין היינטיגע רביס
  • אמאל זענען געווען אמתע צדיקים בעלי מופת; נישט היינט
  • אמאל זענען געווען צדיקים, אבער מופתים זענען נארישקייטן
  • מיין השקפה איז מאדערן-ארטאדאקסיש
  • כגלייב אין תורה, חז"ל, די ראשונים און קבלה און זוהר
  • כגלייב אין תורה, חז"ל און די ראשונים, אבער נישט אין קבלה
  • די ראשונים זענען אויך מענטשן, כגלייב נאר אין די יג עקרים
  • תורה, חזל היו בעלי רוח הקודש; די יג עקרים איז נישט מחייב
  • תורה און חזל זענען מחייב; חזל האבן זיך געקענט טועה זיין
  • מיין אמונה איז נוטה צו קאנסערוואטיווע אידישקייט
  • תורה איז מחייב, אבער חז"ל נישט
  • תורה איז מחייב, אבער עס קענען זיין טעותים אין די תורה
  • כ'בין נוטה צו רעפארם אידישקייט
  • יהדות האט אלוקית, אבער בין אדם לחבירו איז די עיקר
  • מצוות מעשיות עיקר; עצם אמונה איז נישט וויכטיג - ליבוביץ
  • אלע רעליגיעס זענען פאלש, אבער ס'איז דא א כח עליון
  • עס איז נישטא א סיבה צו גלייבן אין א כח עליון - אגנאסטיק
  • עס איז נישט דא קיין גאט - אטעאיסט

דערווייל האבן 21 פראצענט געענטפערט אז זיי קוויטלען זיך ביי א רבי, 9 פראצענט גלייבן אין היינטיגע רביס, 16 פראצענט גלייבן אז היינט זענען טאקע נישט דא קיין בעלי מופת, אבער אמאל איז יא געווען. פון די אנדערע זייט האבן 21 פראצענט געענטפערט אז זיי זענען אגנאסטיק און האלטן אז ס'איז נישט דא קיין סיבה צו גלייבן אז ס'איז דא א גאט, און 9 פראצענט האבן געענטפערט אז זיי זענען פולקאמע אטעאיסטן ר"ל.

דאס מיינט אז לויט די יעצטיגע רעזולטאטן זענען 60 פראצענט מאמינים מינימום אין תורה, חז"ל, די ראשונים און אין קבלה, און 35 פראצענט גלייבן בכלל נישט אין אידישקייט. די איבעריגע זענען ערגעץ אינדערמיט.

דערווייל האבן נאר בערך 100 מענטשן געשטימט, און מ'קען נאך נישט לייגן קיין גרויסע געוויכט אויף די רעזולטאטן. לאמיר מיטהאלטן וואס געשעט ווייטער ווען מער מענטשן שטימען.

פאלגענד איז די לינק צו די אנקעטע:
http://poll.pollcode.com/85136197
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פארוואס?, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק

דער אשכול פארמאגט 10 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר