איך גלייך דעם געדאנק און איך וויל עס דא קאפירן.
צומאל באגעגנט מען זיך מיט א פאראגראף וואס טראגט מיט זיך א נשמה'דיגן אפקלאנג פיל מער, ברייטער און טיפער, וויפיל עטליכע טרוקענע שורות אויפ'ן פאפיר קענען אריינהייבן, זאל דא דינען אלס די אדרעס וואו מ'זאל עס קענען מיטטיילן מיט'ן כלל, ובזה החלי:
אויב נאך אלעמען וועלן בלייבן עטליכע מיידלעך מיט דעם לבוש וועלן מיר טראכטן וואס צו טון. אבער דער רבי האט אנגעזאגט אז מ'זאל בשום אופן נישט נוצן דעם לשון '' מוועט זיי ארויסווארפן ''...
(גליון זקניך ויאמרו לך, נח תשע''ה, איבער דער צוגאנג פונעם סאטמארער רבי'ן ווען א פירצה בחומת צניעות האט זיך אריינגעריסן אין זיין שולע).
*
אבער כ'האב נישט געכאפט קיין התפעלות פון די טעותים. איך נעם דאס בלויז אלס צייכן אז וויפיל מ'זאל נאר פרובירן ארויסהאבן און פארשטיין א צווייטער קולטור, איז עס כמעט אוממעגליך פאר איינעם וואס איז נישט אויפגעוואקסן אין דעם געמיינדע צו גענצליך ארויסהאבן דעם בילד איבער וואס גייט פאר אינעם געמיינדע.
(שריפטשטעלער און וויסנשאפטלער אונטער'ן פסעוודאנים יידל אויף קאווע שטיבל, איבער די פילע גרייזן אינעם נייעם בוך איבער חסידים אין אמעריקא, פונעם ניו יארק טיימס שרייבער זשאסעף בערגער.)
*
דער סארט עלעמענט וואס באפרידיגט זיך דאס הארץ מיט זיצן אויף אנליין פארומס און האקן אויפ'ן סיסטעם וועט געווענליך ווערן א מיטליעריגער סיסטעם-האקער, נאכדעם וועט ער באקומען א העכערע ראנג און ווערן אן עלטערער סיסטעם-האקער, און דערנאך וועט ער ווערן שטארבעדיגער סיסטעם האקער.
(דברי חכמים כדרבונות פון באקאנטן חכם וסופר אונטער'ן פסעוודאנים יאיר, אויף קאווע שטיבל, אין א שמועס איבער דער פאראדאקס פון שמחה וואס קומט דייקא פון אן עמל צו ערפילן דעם אינערליכן דראנג פאר חובת האדם בעולמו).
*
מיר זענען געפארן צו דעם גאלאנטער רב און ער האט אונז געענטפערט אז ענדערש זאל איך בלייבן אין דעם גוי'אישן שולע, אבער בלייבן נאנט צו דעם טאטנס שטוב, ווי איידער לערנען אין א אידישער חדר און זיין ווייט פון מיינע עלטערן.
(פון א שמועס מיט'ן גאב''ד עדה החרדית, רבי יצחק טובי' ווייס, איבער זיין יוגנט, אין 'דער אוצר', נח תשע''ה, ארויסגעגעבן דורכ'ן באקאנטן שריפטשטעלער און קארעספענדאנץ פאר 'קול מבשר', וועלוול שמעלצער.)
*
א טאג אויסגעהארעוועט אין כולל אויף א קצות און א שב שמעתתא (און דאס איז אפילו אן זיין א גרויסע למדן) איז צענדליג מאל בעסער ווי יעדער תענוג וואס איך שוין געטראפן, און גלייבטס מיר, איך ווייס פון תענוגים (און דאס איז אפילו אן זיין דער גרעסטער בעל תאווה).
(איבערראשנדע און שאקירנדע ווערטער פון שלום דין, באקאנטער אטעאיסט און כופר, אנפירער פון' 'אנפייס' וועבזייטל מיט אפשאצונגען און קריטיק אויפ'ן חרדיש'ן געזעלשאפט און לעבנסשטייגער).