איך קלעטער ארום אויפן נעט דא דארט, און געפין נישט קיין ארט ווי צו שמועסן מיט חבירים אויף אידיש. אלע זענען אויף ענגליש, און פארשטייט זיך פול מיט אלע סארט חברה, שמוציאנען, און בייזע אנשיקענישן וואס זענען נישט געקומען דארט "סתם" צו שמועסן.
די מעלה פון א טשעט רום מער ווי למשל אונזער סייט איז אז די רגע מטייפט, שיקט זיך עס אויפן ספאט, און ס'פארט צען מאל שנעלער ווי הודעות. דאס דארף איך ענק נישט מסביר זיין יעדער דא ווייסט וואס א טשעט רום הייסט.
נאך א מעלה איז אז קענסט יעדע מאל אריינקומען מיט א אנדערע ניק.
קענסט טשעטן פריוואט מיט אפאר מענטשן אויפאמאל.
מ'זעט אגאנצן צייט וויפיל מענטשן זענען דא.
אין איין מעין רום פון אלע נושאים. און אזוי נאך פולע מעלות.
איך קען מיך נישט אויס וויאזוי עס צומאכן. די טעכנישע חלקים, אבער איך וואלט אפילו גרייט געווען צו צאלן געלט פאר איינעם זאל עס טון. איך וויל מזכה זיין אנדערע זאלן האבן א כשר פלאץ ווי צו קענען פארברענגען.
און דערשרעקטס ענק נישט, אונזער פלאץ וועט נישט ווערן קלענער. נאר אויף אזויפיל אז די חסידישע פאליטיקאנטן וועלן זיכער אהינגיין וואס דאס וועט נאך מאכן אונזער קרעמל מער געאייגנט און בא'טעם'טער.
פארוואס איז נאכנישט דא קיין טשעט רום אויף אידיש?
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 65
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 9:23 pm
- האט שוין געלייקט: 11 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4920
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
קענסט אויפסעטן אן uzoom טשעט רום http://download.cnet.com/Uzoom-Free-Cha ... 48375.html
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 65
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 9:23 pm
- האט שוין געלייקט: 11 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4920
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
וועפערייזער האט געשריבן:אבער מען וועט קענען שרייבן אין אידישע אויתיות פון רעכטס צו לינקס? און ס'זאל זיך ליינען פאר די אנדערע געהעריג?
און פארשטייט זיך ענגליש אויך, פון לינקס צו רעכטס? איך וויל דאך נישט מאכן אומבאקוועם פאר מענטשן וואס ס'איז זיי גרינגער צו שרייבן ענגליש.
דו ווייסט פון אזא טשעט רום בכלל? אפשר עפעס אן איזראעלישער טשעט רום?
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 65
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 9:23 pm
- האט שוין געלייקט: 11 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל
ס'איז דא אסאך. אבער די אמעריקאנע, קען מען נישט שרייבן אידיש, ווייל די טשעט רום סעטינגס איז פאר ענגליש, דעריבער קומט אידיש אויס פארקערט. און ביי די איזראעלישע איז חוץ פון די פראבלעמען אז פון דאהי קען מען עס רוב מאל נישט עקסעסן. נאר מיט פרקסיס. איז אבער פארקערט. אז מ'קען נישט שרייבן ענגליש. און אויך זענען אלע אפילו אידישע טשעט רומ'ס נישט היימיש און אויסגעהאלטן.