גדר פילטער פון אהרונים
גדר פילטער פון אהרונים
ק/פ
וַתִּגְדְּרוּ גָדֵ"ר עַל־בֵּית יִשְׂרָאֵל • וְשָׁמְר"וּ דֶּרֶךְ ה'!
היסטארישע נייעס און דורכברוך וואס כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וועט מעלדן כ"א כסלו אין ארמארי בילדינג אויף מארסי עוו. אין וומסב"ג איבער די נייע מהודר'דיגע פילטער!!
יעצט קומט אן די פרייליכע נייעס אז עס איז ענדליך געלונגען צוצושטעלן אן אויסגעהאלטע סאפיסטיקירטע פילטער פאר די טויזענטער אנ"ש ההולכים בהדרכת כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א.
ווי באקאנט האט די רבי שליט"א זיך שטארק אריינגעלייגט צוצושטעלן אן אויסגעהאלטע פילטער, ווי מען האט אויך געהערט ביים גרויסארטיגע כינוס אויף טעילאר סטריט מעמד חומותיך וומסב"ג, איבער די וויכטיגקייט פון אן אייגענע פילטער.
שוין א לאנגע צייט וואס מען האט פרובירט און געארבעט אויף א גוטע פילטער אבער צוליב טעכנישע סיבות האט זיך עס טאקע פארשלעפט, אבער מ'איז נישט געזעצן מיט צאמגעלייגטע הענט, נאר געזעצן מיט עטליכע טעקנישאן'ס און אויסגעגעבן שווערע הונדערטער טויזענטער דאלארן, צוצושטעלן אן אייגענע פילטער פאר אנ"ש און ביזנעסער, אזוי אז סזאל די בעסטע און מהודר'דיגסטע אזוי ווי די רבי שליט"א פארלאנגט אייביג ביי אלע אנדערע זאכן פלייש, מצות, וכדומה.
אבער ליידער בעצת היצר איז עס נישט געגאנגען ווי מען האט מלכחחילה געוואלט, האט מען נישט געהאט קיין ברירה און מיט די הילף פון עסקנים לשם שמים איז געלונגען זיך צוזאמשטעלן מיט די "משומר" פילטער וואס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין זייער גוט, ס'איז פון "דזשעי נעט" פילטער, נאר דורך "משומר" איז עס אויסגעארבעט און פארבעסערט מיט אסאך זאכן, און אזוי וועט מען אויך פארשפארן פאר קהל צו פארשווענדן עקסטערע געלטער, און פארשטייט זיך אויך צייט, אז עס זאל זיך נישט שלעפן נאך ביז ווער ווייסט ווילאנג.
די פונקטליכע דעטאלן און דעם "חוב קדוש" אויף יעדן זיך צוצושטעלן וועט מען הערן פון רבינו שליט"א כ"א כסלו.
אנ"ש קענען רואיג זיין אז אפילו צד מהרז"ל וועט טאקע קענען האבן צוטריט צו אונזערע פאון'ס, קאמפיוטערס, ווייל זיי האבן דאך די בעלות אויף די פילטער, אבער מיט די צייט האפן מיר וועלן אונזערע עסקנים אויך האבן צוטריט דערצו, אבער וועגן "קאסטומער פרייוועסי" האט מען אונטערגענומען די מאקסימאלסטע שריט צו פארזיכערן אז די "פרייוועסי" פון סיי וועלכע אנגעלעגענהייטן איבער דעם פילטער בלייבט אין געהיים!!! צד מהרז"ל האט מיט לויער'ס אונטערגעשריבן און אונז פארזיכערט אז ארויסגעבן סיי וועלכע סארט אינפארמאציע פון אנ"ש וואס וועלן זיך ארויפסיינען אויפן פילטער קען קומען מיט לעגאלע קאנסעקווענצן, אזוי קענען אונזערע אנ"ש זיין רואיג און העכסט צופרידן.
פארן באקוועמליכקייט פון אנ"ש וועט מען עפענען א נייע אפיס אונטער אונזער אייגענע נאמען, ווי געשריבן פריער וועט מען הערן אלע דיטאלן כ"א כסלו, און אזוי אויך ווען און וואו ס'וועט פארטיילט ווערן די אפליקאציע'ס וואס אלע אנ"ש וועלן דארפן אונטערשרייבן.
בלייבט איבער צו בעטן און האפן אז אנ"ש וועלן פארשטיין די נחיצות הענין, און אוועקקוקן פון זאכן וואס שמעקט אפשר נישט (וד"ל), די וויכטיגקייט פון האבן א פילטער שטייגט איבער אלע טענות און חשבונות, די טריפה'נע אינטערנעט האט שוין ליידער חרוב געמאכט אסאך שטובער.
רבינו שליט"א זיצט אין די טעג מיט די מנהלי המוסדות און וועט עומד זיין על המשמר אז אויך אין אונזערע מוסדות זאל מען נאר האלטן ווער עס שרייבט אונטער און לייגט ארויף א פילטער, און האלטן די שטוב ריין.
מער פרטים איבער דעם וועט מען הערן פון רבינו שליט"א ביים דינער אין ארמארי אין וויליאמסבורג.
כולנו לשמוע דברי חכמים • ובערת הרע מקרבך • כי גדול בקרבך קדו"ש ישראל!

-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1512
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
- האט שוין געלייקט: 5973 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
לית דין בר נש האט געשריבן:וואס מיינט זיי גייען האבן ליגעל פראבלעים אויב זיי פארלעצן די פרייועסי גיזעצן? האט שוין צד מהר"א א בריוו פון פינף אנגיזעהנע רבנים אז מען גייט מעגן מסר'ן אידן פאר דעם? אויב נישט איז עס דאמירן בעלמא!
ער מיינט צו זאגן לגזירה שווה. פונקט אזוי ווי די הייליגע ארגאניזאציע "טעג" רעגספעקטירט און באשיצט די פרייוועסי און קאנפידענשיאליטי פון די קאסטומערס, אזוי גייען זיי אויכעט. ס'גייט עפעס בערך אזוי. ווי די בענק שרייבן אין זייערע פאפףירן. אז זיי געבן נישט ארויס קיין שום פרטים פון די קאסטומערס. חוץ וואו ס'איז דא א פארלאנג לויט'ן געזעץ.נו, טעג און די אנדערע מוסדות האבן זייערע אייגענע געזעצן...!
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
כ'וויל הערן פון איינעם וואס נוצט 'גדר', צי מען איז צופרידן דערפון?
און וואס זענען די עיקר חילוקים צווישן גדר און משומר? סיי אין פראקטישע הלכה למעשה, סיי אין סערוויס, און פרייז?
איז שייך צו האבן 'קאווע שטיבל' אפן אויף 'גדר'?
די וואך אין דער בלאט האבן זיי פעסט פראקלאמירט דעם נייעם גדר פילטער, צווישן די מורא'דיגע מעלות, האבן זיי 2 מאל אראפגעברענגט דעם זעלבן לשון (בטעות? כ'בין נישט זיכער), וואס דאס מאכט מיר טראכטן אז ק"ש איז נישט אויף זייער ווייסע ליסטע.
.

וירח ה' את ריח הניחוח
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2184
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
- האט שוין געלייקט: 129 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל
- בן תמליון
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1456
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
- האט שוין געלייקט: 1301 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל
מיר איז אויך וויכטיג צו וויסן אויב אונזער שטיבל איז ערלויבט דארט אויב מען פארלאנגט, דאס וועט אונז זאגן צו דא איז יא דא א געוויסע מעסיגקייט און שכל.
בעצם ווי איך פארשטיי ארבעט גדר אויפן זעלבן ליוויזשענט סיסטעם פון זשעי נעט ווי משומר.
משומר פארשטייט זיך לאזט נישט דורך אונזער שטיבל, לעומת זה איז למשל אפן היברו בוקס א לייברערי מיט יעדן משכיליש און טריף פסול נאר אמאל געשריבן געווארן ביי אידן. דוכט זיך אז אויב ווערן פארדארבן דורכן אינטערנעט איז היברו בוקס סכנה # 1 פאר א אינגערמאן אפרוח שלא נפתחו עיניו און גייט בדחילו ורחימו אויפן נעט מיט 'משומר'.

איך האלט אז מיר דא דארפן אויך האבן א פילטער וועם מ'לאזט יא און נישט אריין, למשל אויב וויל איינער אריינקומען פון א אדרעס וואס איז מקושר צו משומר אדער גדר זאל עס ווערן גענצליך צוריק געוויזן, אזא איינער ברויך הערן נייעס אויף קול מבשר וכדומה.
איינער וואס האט די קאפ אויפן פלאץ און שטיצט נישט טעראר דהיינו ער פארמאגט א K9 פילטער זאל יא ווערן ערלויבט.
ווי אויך קען מען בלאקען געוויסע געגענטער א שטייגער ווי שיכון סקווירא. (די אנטעסעמיט, וואס האסטו אזוי הנאה?)

@ראשעקאל איך מיין אז דו וואלסט געמעקט רעדאגירן דיין פתיחה אין די אשכול וואס עס איז פאלשע אינפורמציה, און יעצט אז עס איז קלאר אז גדר האט קיין שייכות מיט משומר נאר דער זעלבער וואס האט אהער געשטעלט משומר האט דאס אויך אוועק געשטעלט, ( הגם עס איז געווען אין פלאן צו זיין אינטער משומר )
סוי אזוי ווי עס קוקט אויס אז די אשכול וועט זיין די פלאטפורמה פאר די גדר פילטער מאכט זייער נערוועז די פאלשע צימעס'דיגע אנגרייפונג,
ווי איראניש ווי פונקט היינט האט איר געהאלפן קעיר נעמן פון א ניק וואס האט געברענגט פאלשע אינפורמציה, הגם עס איז נישט קיין פארגלייך הן מיט פאלשקייט וואס דארט איז ער א פלענער פאנטאזירער משא"כ דא וואס איר ברענגט ק\פ און אזוי אויך אז עס איז געווען אזא הווה מינה, און הן מצד די ברענד ראשעקאל וואס איז מאריות שבחבורה, אבער פארט א אינטערעסאנטע צופאל,

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
שמעקעדיג האט געשריבן:כ'וויל הערן פון איינעם וואס נוצט 'גדר', צי מען איז צופרידן דערפון?
און וואס זענען די עיקר חילוקים צווישן גדר און משומר? סיי אין פראקטישע הלכה למעשה, סיי אין סערוויס, און פרייז?
איז שייך צו האבן 'קאווע שטיבל' אפן אויף 'גדר'?
די וואך אין דער בלאט האבן זיי פעסט פראקלאמירט דעם נייעם גדר פילטער, צווישן די מורא'דיגע מעלות, האבן זיי 2 מאל אראפגעברענגט דעם זעלבן לשון (בטעות? כ'בין נישט זיכער), וואס דאס מאכט מיר טראכטן אז ק"ש איז נישט אויף זייער ווייסע ליסטע.
.
שמעקעדיג: ייש"כ. אבער לפענ"ד מיינען זיי נישט קאווע שטיבל. ווייל ס'איז דא באמת שמוציגע סייטס אויף אידיש. ליידער. און כ'בין זיכער אז זיי האבן גוטע כוונות, און זיי וועלן נישט אריינמישן פאליטיק אין דעם. איך וועל מיך אויך בלי"נ אויפסיינען אויף דעם גדר פילטער...!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1677
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
- געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
- האט שוין געלייקט: 5634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל
Re: גדר פילטער פון אהרונים
שטעלט זיך ארויס אז די גאנצע גדר פילטער איז בעצם ערצייגט געווארן אויף צו אפשלאגן דעם נייעם עפעדעמיק פון פליפ-פאוינס.
אונטער געווענליכע אומשטענדן וואלט איך באלד געטראכט אז דאס צעטל איז פאלש, נאר מיט דעם אכשר דרא וואס ווערט מער צעדרייט ווי נאר א טאג גייט פארביי, און נאכדערצו אז ס'קומט צו די ארונים קען מען גארנישט וויסן.

- מאנשי שלומינו
- הודעות: 138
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 26, 2015 3:06 pm
- האט שוין געלייקט: 8 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 69 מאל