כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:דער נאמען רבי/רב האט נישט דווקא מיט די שטאטס לייט, דאס וואס אונז ווייסן אלץ פון די בעלזע רביים איז כמעט נאר פון די חסידים און אויף זיי האט קיינער נישט געהאט קיין שליטה ווי זיי זאלן רופן זייער רבי. די סיבה פארוואס דער טיטול "רב" איז אומערסטענס אין באניץ אין בעלז איז פשוט פארדעם ווייל דער רבי איז געווען רב אין בעלז, נישט סתם נאך א רבי וואס האט פונקט געוואוינט אין בעלז. אזוי פלעגט מען רופן א רבי וואס איז אויך געווען א רב, ס'האט בכלל נישט געהייסן א פחיתות הכבוד. די סיבה פארוואס די אונגערישע סארט רבנים רופט מען טייל מאל יא רבי איז דערפאר ווייל זיי האבן געהאט ישיבות און די סדר און אונגארן והגלילות איז געווען אז תלמידים האבן גערופן דעם רב/ראש ישיבה, רבי און אסאך מאל איז ער שוין אזוי פארבליבן לזכרון עולם.
וויאזוי פונקטליך "בעלז" האט אויסגעזעהן און די גוטע יארן קענסטו ליינען אין דעם בעלז'ן יזכור בוך
כעלעם'ער מגיד: ייש"כ. דער לינק איז עפעס מורא'דיג. נאר איך האב יעצט נישט קיין צייט אדורכצובליקן אפילו א טייל פון דעם הערליכן בוך. איך מוז גיין פארענטפערן די קשיא וואס רש"י פרעגט אין פ' בחוקותי: "וא"ת מה נאכל"....איך האב עס אבער גע-בוק'מארק'ד...!